- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די וועבזײַט livejournal.com, "דער לעבעדיקער זשורנאַל", איז אַ ריזיקער ווירטועלער "אוניווערס", וווּ איבער 12 מיליאָנען מענטשן שאַפֿן בלאָגן, עלעקטראָנישע זשורנאַלן, טאָג־ביכער און סתּם שמועסן מיט אַנדערע. אַחוץ די פּערזענלעכע זײַטלעך, זענען דאָרטן אויך פֿאַראַן אַזוי־גערופֿענע "קהילות", וווּ עס פֿאַרזאַמלען זיך גאַנצע גרופּעס "אײַנוווינער" פֿונעם "לעבעדיקן זשורנאַל", לויט זייערע ספּעציפֿישע אינטערעסן. קודם־כּל, זאָל דער לייענער זיך גרייטן פֿאַר אַ גרויס שטיקל אַפּיקורסות, וואָס ער וועט באַלד הערן פֿון מיר. קען זײַן, אַז ער האָט עס אַפֿילו שוין געכאַפּט פֿונעם קעפּל אויבן. בײַ אונדז הייסט דאָס לשון "ייִדיש", נאָר בײַ די חסידים — "אידיש". און די צוויי סאָרטן מאַמע־לשון, ייִדיש און אידיש, אונטערשיידן זיך זייער שטאַרק. זייער אָפֿט פֿאַרגעסן מיר, אַז ענגליש איז ניט מיט אַזוי פֿיל עלטער, און זיכער ניט מיט אַזוי פֿיל "לײַטישער" ("איינהייטלעכער"), מער רעגולירט און צוגעשליפֿן וואָס שײַך איר אויסלייג און גראַמאַטיק, ווי ייִדיש. מיט 400 יאָר צוריק, ווען אויף ייִדיש האָט מען שוין געהאַט געדרוקט אַזעלכע וויכטיקע ליטעראַרישע ווערק און הילפֿביכער, כּדי ריכטיק צו שרײַבן און גוט קענען די אייגענע שרײַבשפּראַך (ווי למשל דער מרכּבֿת־המשנה פֿון קראָקע, 1534) איז נאָך אויף ענגליש קיין ענלעכס בכלל ניט געווען און יעדער האָט זיך געשריבן ענגליש ווי אים צי איר האָט זיך געגלוסט. ווען מאַקס ווײַנרײַך און די פֿירנדיקע ייִדישיסטן האָבן געגרינדעט דעם "ייִוואָ" אין 1925, האָבן זיי געטראַכט צו שאַפֿן נישט בלויז אַן אַרכיוו, אַ ביבליאָטעק, אַ צענטער פֿאַר פֿאָרשונג און שפּראַך־לערערײַ, נאָר אַן אמתן ייִדישן אוניווערסיטעט. אַזוי ווי מען לערנט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט אויף העברעיִש, און אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אויף ענגליש, וואָלט מען געלערנט אין ייִוואָ־אוניווערסיטעט אויף ייִדיש. פֿאַר וואָס זייער חלום איז קיין מאָל נישט מקוים געוואָרן, אויף דעם דאַרפֿן די היסטאָריקער ענטפֿערן, אָבער עס איז אַוודאי אַ גרויסער שאָד. ווער פֿון אונדז געדענקט נישט דעם ברויזנדיקן, שפּרודלדיקן, זשוואַווען און צעדרייטן — זיראָ מאָסטעל. שוין צײַט אים צו דערמאָנען צום גוטן. ער האָט זיך פֿאַרדינט אַ רעפּוטאַציע פֿון אַ קאָמעדיאַנט, אַקטיאָר, פֿילם־ און בינע־קינסטלער. זײַן ראָלע אין דעם פֿילם "די פּראָדוסערס", געשריבן פֿון מעל ברוקסן (נאָך אַ ייִדישער קאָמיקער פֿון זעלבן זגאַל), האָט אונדז ממש אונטערגעהויבן. איך האָב זיראָן צום ערשטן מאָל געזען אין "פֿידלער אויפֿן דאַך", מיט אַ פֿערציק יאָר צוריק אויף בראָדוויי. מײַנע אַ באַקאַנטע האָט מיר דעמאָלט דערלאַנגט צוויי בילעטן מיט די ווערטער: דאָס אומבאַקאַנטע ייִדישע וואָרט — "אַלגאָריזם" מײַנע אַ גוטע באַקאַנטע, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק אין אַ פֿראַנצויזישן אוניווערסיטעט, האָט מיר נישט לאַנג צוריק אָנגעוויזן, אַז אינעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", אונטער דער רעדאַקציע פֿון יודאַ יאָפֿע און יודל מאַרק, פֿעלט כּמעט אינגאַנצן אויס די מאַטעמאַטישע טערמינאָלאָגיע. אין פֿאַרגלײַך מיט כעמיע, פֿיזיק, געאָלאָגיע, באָטאַניק און אַ צאָל אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. בעת איך וועל קומען אין די 1970ער יאָרן מיטן אויפֿקום פֿון אַ רײַכערער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע, איז אויך אויפֿגעקומען אַ נײַער זשאַנער הומאָר וועגן צעבאַלעוועטע ייִדישע מיידלעך, באַקאַנט ווי "דזשאַפּס" — ראָשי־תּיבֿות אויף ענגליש פֿון "ייִדישע אַמעריקאַנער פּרינצעסין". די דאָזיקע וויצן, שוין כּמעט ווי פֿאַרגעסן הײַנטיקע צײַטן, זענען ווידער אויפֿגעלעבט געוואָרן אין דער פֿאָרשטעלונג — The J.A.P Show וואָס ווערט געשפּילט אינעם "Actors Temple Theater", אין מאַנהעטן, וועלכער דינט ווי אַ שיל בײַ טאָג און אַ טעאַטער אין אָוונט. צווישן די שבֿחים, וואָס ייִדישע קריטיקערס האָבן בשעתּו געזאָגט וועגן מײַן "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", איז געווען אַ פּסוק פֿון ד״ר מוקדוני, וואָס פּאַסט צו דעם ענין, וועגן וועלכן איך וויל צו אײַך רעדן: "איך קען", שרײַבט ד״ר מוקדוני, "אַרויסגיין מיט דעם דאָזיקן בוך אין דער ייִדיש־אַמעריקאַנער גאַס און ווען איינער וועט אַ פּלאַפּל טאָן עם־הארצותדיק: ייִדיש איז קיין שפּראַך נישט, וועל איך אים אונטערטראָגן אָט דאָס טויזנט־זײַטיקע בוך צו די אויגן און אים זאָגן: טיפּש וואָס דו ביסט!" אין די 20ער און 30ער יאָרן פֿונעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד געווען אַ פֿײַן ביסל סטאַנציאָנאַרע און וואַנדערנדיקע ייִדישע טעאַטערס. אָבער אַ ייִדישער טעאַטער פֿאַר קינדער איז געווען בלויז אין קיִעוו. די פֿירנדיקע אַקטריסע, די פּרימאַדאָנע אין אָט דעם טעאַטער, איז געווען סאָניע ליימאַן. נישט נאָר קינדער, נאָר אויך דערוואַקסענע מענטשן זײַנען געגאַנגען זען איר שפּילן. און ס׳איז געווען ווערט. וואָס פֿאַר אַ ראָלע זי זאָל נישט געווען אויספֿירן — און געשפּילט האָט זי מערסטנטייל קינדער־ראָלעס — איז זי געווען אין זיי מלא־טעם. |