- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
איך קען מענטשן וואָס לויפֿן קויפֿן אַ ייִדישע אָדער ענגלישע צײַטונג בלויז אַ קוק צו טאָן ווער ס'איז געשטאָרבן. בײַם לייענען די נעקראָלאָגן טראַכטן זיי בײַ זיך, געלויבט צו גאָט אַז איך לעב נאָך. גיי ווייס, יענער איז דאָך גאָר געווען אַ יונגערמאַנטשיק אַנטקעגן מיר. אַ בייזער גורל פֿון אַ מענטשן. הײַנט צו טאָג שטאַרבט נישט אַבי ווער. גאַנץ אָנגעזעענע פּאַרשוינען און פּאַרשוינטעס שטאַרבן, אַפֿילו אַ קליין מענטשעלע, וואָס קיינער האָט פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט, שטאַרבט אויך. אָט נעמט למשל פֿײַוול־פּיניע אייבערמאַנטל. ער האָט אויך אויסגעצויגן די קאָפּעטעס און אַוועק אַהין פֿון וואַנען קיין בריוועלע איז נאָך נישט אָנגעקומען. וואָלסטו דאָס געגלייבט. אַזאַ חבֿרה שטאַרבערס. פֿון צײַט צו צײַט נעם איך זיך אַ פֿרײַען האַלבן טאָג און פֿאַרבלאָנדזשע בכּיוון אין מײַנס אַ באַליבטער ביכערקראָם. קיל איז דאָרטן אַ מחיה, און שטיל אויך (פֿאַרן מוֹכר־ספֿרים, שוין אַ ביסעלע צו שטיל). דער באַלעבאָס האָט עפּעס אַ ידיִעה (צי אַ חוש) לגבי מײַנע אינטערעסן און איך געפֿין אָפֿט בײַ אים שוין אַוועקגעלייגט פֿון מײַנעטוועגן זאַכן וואָס האָבן טאַקע אַ שײַכות צו "מײַנס" אַ טעמע. אָבער, דעם אמת געזאָגט, ציט מיך צו דער ביכערקראָם ניט אַזוי די ביכער וואָס איך געפֿין דאָרטן ווי דער קרעמער אַליין. איך בין זיכער, אַז יעדער אָפּשטאַמיקער פֿון אוקראַיִנע, ווײַסרוסלאַנד, מאָלדאַוויע און בכלל פֿון מיזרח־אייראָפּע, וואָס האָט באַזוכט לעצטנס די אויסשטעלונג אין Central Queens YM & YWHA, וווּ מע קאָן זען די קונסט־ווערק פֿון די מאָלער און סקולפּטאָרן, געקומען פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, — וועט באַלד אויסשרײַען: "ס‘איז דאָך מײַן שטעטעלע!" די גאַנצע צײַט לעק איך די פֿינגער פֿון דער מאַמעס לאָדזשער לשון. ווען זי לעבט, וואָלט זי נישט פֿאַרשטאַנען וואָס איך מאַך אַזאַ צימעס פֿון אירע רייד. זי פֿלעגט אויסזינגען אַ ווערטל, אַז דער אָטעם איז פֿאַרגאַנגען. ווי, למשל, דאָס וואָרט "וואָס". בײַ איר האָט זיך עס אָנגעהויבן מיט אַן אַלטאָ און אַריבער אויף אַ באַריטאָן — "וו־וּ־ע־ע־ע־עס?". הײַיאָר איז געווען אַ ווענדפּונקט פֿאַר מיר מיט מײַן מאַן: מיר האָבן אונדזער מיזיניק אויסגעגעבן. נאָך 23 יאָר פֿון דערציִען קינדער, האָט זיך אונדזער נעסטל אויסגעליידיקט. הײַנטיקע צײַטן, איז דאָס אויסגעבן קינדער נישט צוליב חתונה האָבן, ווי מע זינגט עס אין מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד, נאָר צוליבן לערנען. ווען אַ קינד גרייכט 17 אָדער 18 יאָר, שיקט מען אים אַוועק אין אוניווערסיטעט, אָפֿט מאָל אין אַ ווײַטער שטאָט. מיט איר שפּראַך, סענסיטיווקייט, אײַזערנעם זכּרון און כּוח־הדמיון פֿאַרנעמט הײַנט יענטע מאַש אַן אָנגעזעען אָרט אין אונדזער ליטעראַטור. כאָטש זי האָט אָנגעהויבן איר שרײַבערישן וועג אין די מיטעלע יאָרן נאָך דעם, ווי די ייִדן אין איר שטעטל זענען אומגעבראַכט געוואָרן און נאָך דעם, ווי זי איז עולה געווען, האָט זי אַנטוויקלט איר אייגן קול און אייגענעם וועג. אין אַלגעמיין האָט די בעסעראַבער "דעלעגאַציע" פֿון ייִדישע שרײַבער — יחיאל שרײַבמאַן, יענטע מאַש און באָריס סאַנדלער — אַ סך צוגעגעבן צו אונדזער הײַנטיקער ליטעראַטור און האָט פֿון אַ זײַטיקער פּאָזיציע זיך צוגערוקט צום צענטער פֿון איר שאַפֿונג. אין "טוירטל שעל" (טשערעפּאַכע־שאָל) טעאַטער, וואָס געפֿינט זיך אין דער טעאַטער־אַלעע אויף דער 43סטער גאַס אין מאַנהעטן, דאָרט שפּילט זיך הײַנט אָפּ נישט נאָר אַ מוזיקאַלישע טראַגעדיע, נאָר אַ ייִדישע דראַמע פֿון גרויס פֿאַרנעם. די פּיעסע הייסט "פֿריץ און פֿרויעם" (אפֿרים) און עס האַנדלט זיך וועגן אַ ייִדישן קאָמיקער, וואָס איז אַוועק פֿון דער וועלט צוזאַמען מיט טויזנטער ייִדן, וועלכע זײַנען דערשאָסן געוואָרן אין גריבער פֿון דער דײַטשישער, מערדערישער מאָרד־מאַשין. איינער פֿון די שיסער איז טאַקע געווען פֿריץ, וואָס אין אים שפּיגלט זיך אָפּ דאָס גאַנצע פּסיכאָלאָגישע איבערקערעניש. אַ סך מענטשן האַלטן, אַז אַן אמתע שפּראַך דאַרף האָבן אַ באַזונדער לאַנד, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן נישט קיין אייגענע טעריטאָריעס. אַזוי ווי אין פֿראַנקרײַך לעבן די פֿראַנצויזן וואָס רעדן פֿראַנצייזיש, מיינט מען, אַז מלוכה, פֿאָלק און שפּראַך דאַרפֿן שטענדיק זײַן אידענטיש. אָבער דאָס איז אין דער אמתן אַ זעלטענער פֿענאָמען, זיכער אַזוי איז בײַ ייִדן — אַ פֿאָלק טויזנטער יאָרן האָט נישט געהאַט קיין אייגענע מלוכה און האָט גערעדט פֿאַרשיידענע שפּראַכן. דער ציוניסטישער פּראָיעקט האָט געצילט, צום טייל, בלויז צוצופּאַסן די ייִדן צו די מערבֿ־אייראָפּעיִשע נאַציאָנאַלע ווערטן, מיט העברעיִש ווי די הויפּט־שפּראַך. דוד מאַנדעלבוים, דער באַקאַנטער אַקטיאָר פֿון פֿאַרשיידענע "פאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונגען און פֿאָרלייענונגען, טרעט איצט אַרויס אויף זײַן אייגענער איניציאַטיוו מיט אַן אויפֿפֿירונג פֿון דער ייִדישער פּיעסע "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט" פֿון צבֿי קאָליץ. ס׳איז באמת אַ וווּנדער, ווי בײַם הײַנטיקן טאָג נעמט זיך אונטער אַ מענטש אַליין פֿאָרצושטעלן אַ דראַמע אויף ייִדיש אין ניו־יאָרק, ווי קליין דער בודזשעט זאָל נישט זײַן. לויט מאַנדעלבוימס מיינונג, איז די הײַנטיקע "פֿאָלקסבינע" אַוועק אויף אַנדערע דרכים, און וויל אויפֿפֿירן מוזיקאַלישע און לײַכטערע דראַמאַטישע "סחורה", דעריבער איז געבליבן אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ טעאַטער פֿאַר די קלאַסישע און מער ערנסטע פּיעסעס. ייִדיש פֿאַרמאָגט נישט די הײַנטיקע ענגלישע ווערטער ווי handicapped, אָדער physically impaired. אַנשטאָט דעם זאָגן מיר נאָך אַלץ אויף אַ מענטשן אויף קוליעס, אַ קאַליקע, אָדער גאָר ערגער — אַ קריפּל, כאָטש אין אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט מען צוגעטראַכט אַזעלכע אומגעלומפּערטע ווערטער, ווי: מומיק (פֿונעם וואָרט מום — דעפֿעקט) אָדער זײַן געהאַמעוועט אָדער געשעדיקט. דאָס זײַנען אַלץ הילצערנע ווערטער, און אויף וויפֿל איך האָב נישט געבראָכן דעם קאָפּ, האָב איך זיך נישט דערטראַכט צו אַזעלכע ווערטער וואָס זאָלן פֿאַרבײַטן קאַליקע אָדער קריפּל. מיט צוויי חדשים צוריק האָט דער ייִדישער ייִשובֿ אין ווײַסרוסלאַנד באַקומען אַ ביטערן אולטימאַטום. די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אין וואָלאָזשין, אַ שטעטל וואָס געפֿינט זיך 55 מײַל פֿון דער קרוינשטאָט מינסק, האָט געשיקט אַ בריוו דעם "פֿאַרבאַנד פֿון רעליגיעזע ייִדישע שילן", אַן אָרטאָדאָקסישע דאַך־אָרגאַניזאַציע, וואָרענענדיק, אַז אויב ביזן 26סטן אַפּריל וועט דער "פֿאַרבאַנד" נישט קאָנען זאַמלען $20,000 צו רעמאָנטירן די היסטאָרישע וואָלאָזשינער ישיבֿה, וועט די שטאָט־אַדמיניסטראַציע אים אָנקלאָגן אין געריכט, כּדי צוריקצונעמען דעם בנין. אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה" האָט זיך לעצטנס געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "Daring to Resist: Jewish Defiance in the Holocaust" [העלדיש זיך אַקעגנגעשטעלט: דער ייִדישער ווידערשטאַנד בעתן חורבן]. אין דער אויסשטעלונג ניצט דער מוזיי 250 עקספּאָנאַטן און 150 פֿאָטאָגראַפֿיעס, וועלכע מע האָט באַקומען אָדער געליִען פֿון הונדערט יחידים און אינסטיטוציעס. אַזאַ קאָאָרדינירטע מיטאַרבעט צווישן אַזוי פֿיל מנדבֿים טרעפֿט זיך זעלטן אין דער מוזייען־וועלט. |