פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וווּנדער איבער וווּנדער, וואָס אין דער הײַנטיקער וועלט, אונטער הײַנטיקע אומשטענדן, ווען דער אַמעריקאַנער ייִדישער עולם וויל בלויז לאַכן; נישט גלאַט לאַכן, נאָר לאַכן מיט וווּלגאַרע עם־הארצדיקע ספּאַזמען — קומט צו גיין דער זשורנאַליסט בערנאַרד ווײַנטראַוב, וועלכער האָט אַמאָל געשריבן פֿאַר דער "ניו־יאָרק טײַמס" און אויסגעווען אַ וועלט — פֿון וויעטנאַם ביז אינדיע, באַשרײַבנדיק קריטישע וועלט־געשעענישן — און ער זאָל דאָס אַרײַנקוקן אין די ייִדישע אַרכיוון און נאָכפֿאָלגן די לעבנס־באַשרײַבונגען פֿון פֿאַרשידענע אָנטיילנעמער אין אונדזער אומגליק.

ייִדיש־וועלט
יונגע ייִדישיסטן פּלאַנירן אַ

דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגע­קומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידל­מאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [—הפֿסקה], אָבער איך האָב נישט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס.

קהילה־לעבן
אינעם רעסטאָראַן, פֿאַרגאַנגענעם דאָנערשטיק אין דער פֿרי, אַ שעה פֿאַר דעם מיטאָג־יאָגעניש

די מילכיקע כּשרע רעסטאָראַנען וואָס מע געפֿינט הײַנט אין אַמעריקע סערווירן מער אָדער ווייניקער די זעלבע זאַכן: פּיצע, פֿאַלאַפֿעל, שניטקעס (סענדוויטשעס) און סאַלאַטן — מיט אַנדערע ווערטער, מאָדערן שנעל־עסן.

דער רעסטאָראַן "דײַמאָנד דערי" (Diamond Dairy), אין מאַנהעטן, איז אָבער אין גאַנצן אַנדערש. דאָ עסט מען די היי­מישע מיזרח־אייראָפּעיִשע מאכלים, וואָס אונדזערע באָבעס פֿלעגן מאַכן: בלינצעס, קאַרטאָפֿל-פּיראָגן, באָרשט, לאָקשן מיט קרויט.

ליטעראַטור
מײַקל שייבאָן

אין פֿערברואַר, 2007, איז געוואָרן 50 יאָר נאָכן טויט פֿונעם גרויסן אידעאַליסט ד״ר יצחק־נחמן שטיינבערג, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַ­ליסטישער באַוועגונג אין די 1940ער און 1950ער יאָרן, ווי דער דירעקטאָר פֿון דער "פֿרײַלאַנד־ליגע," און רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן — "אויפֿן שוועל". צווישן זײַנע פּראָיעקטן צו באַזעצן ייִדן מחוץ ארץ־ישׂראל איז געווען דער "סורינאַם"־פּראָיעקט אין דרום־אַמעריקע, און דער "קימ­בערלי־פּראָיעקט" אין די וויסטעס פֿון אויס­טראַ­ליע. אמת, זײַנע חלומות, ווי אויך די שטרע­בונ­גען פֿון די אַנדערע טערי­טאָ­ריאַליסטן, אויפֿצושטעלן אַ ייִדישלאַנד זענען נישט צו שטאַנד געקומען.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט וואָס דאָס איז, איך הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס נעמט זיך, נאָר ווען איך האָב געלייענט, אַז מען לערנט שוין ייִדיש אין בענקאַק, בין איך געבליבן דערשטוינט ביז גאָר. ווי קומט ייִדיש אין יענע מקומות? איך פֿאַרשטיי, אַז עס זײַנען פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל ישׂראלים אין טײַלאַנד, אין אינדאָנעזיע, אין אינדיע, און וווּ די וועלט האָט אַן עק. און ווי נאָר זיי באַזעצן זיך אין יענע מקומות, אַזוי עפֿנט מען געשעפֿטן, רעסטאָראַנען און סופּערמאַרקעטן.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

ווייניק איז באַוווּסט וועגן דעם סאָ­וועטישן דיכטער מענדל אַבאַרבאַנעל. פֿון דעם "נײַעם לעקסיקאָן" דערוויסן מיר זיך, אַז ער איז געבוירן געוואָרן אין 1888 און געשטאָרבן אין 1957. ער האָט געלעבט אין ווײַסרוסלאַנד און ער איז געווען פֿון פֿאַך אַ סטאָליער. ער האָט אָנגעהויבן דרוקן אין מאָסקווע און וויטעבסק אין 1918. ער האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע זאַמלונגען לידער אין בוכפֿאָרעם. "זײַן גורל — אומבאַקאַנט", שרײַבט דער "לעקסיקאָן". דאַרפֿן מיר זיך פֿאַרלאָזן אויף געוויסע דאַטן וואָס געפֿינען זיך אין זײַנע לידער וועגן זײַן לעבן און טראַכטן אין זײַן בוך "אַף כוואַליס פֿון צײַט", כאַרקאָוו, 1930.

קינאָ

סצענע פֿונעם פֿילם "דאָס יאָר ווען מײַנע עלטערן זענען געפֿאָרן אויף וואַקאַציע"
די קינאָס פֿון מאַנהעטן זענען די וואָך אָפּגעגעבן געוואָרן דעם גרויסן "טרײַבעקאַ־קינאָ־פֿעסטיוואַל", וואָס דער אַקטיאָר און ניו־יאָרקער תּושבֿ ראָבערט דע ניראָ האָט אײַנגעפֿירט אין 2002, נאָך דער טראַגעדיע פֿונעם 11טן סעפּטעמבער. זײַן ציל איז געווען צו העלפֿן אויפֿצולעבן די דערשלאָגענע קולטורוועלט אינעם דרומדיקן טייל פֿון מאַנהעטן און ווײַזן אַזוינע פֿילמען, וואָס וואָלטן, געוויינטלעך, נישט דערגרייכט צום ברייטן עולם. דערצו האָט ער געהאָפֿט, אַז דער פֿעסטיוואַל וועט שטיצן ניו־יאָרק, ווי אַ צענטער פֿון פֿילם־מאַכערײַ.

װעלט פֿון ייִדיש
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כאָטש ער איז בעסער באַקאַנט פֿאַר זײַנע ראַדיאָ־דראַמעס, וואָס זײַנען געשפּילט געוואָרן צענדליקער יאָרן אויף דער ראַדיאָ־סטאַנציע "WEVD", איז נחום סטוטשקאָוו אויך געווען אַ באַדײַטנדיקער פֿילאָלאָג און לעקסיקאָגראַף, סײַ פֿון דער ייִדישער און סײַ פֿון דער העברעיִשער שפּראַך. אַחוץ זײַן טעאַטער־טעטיקייט, האָט ער, אין זײַן פֿרײַער צײַט, אַזוי צו זאָגן, אָנגעשריבן די דרײַ ריזיקע ביכער — דער "ייִדישער גראַמען־לעקסיקאָן", דער "אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך", וואָס בלײַבט אַ יחיד־במינו, ווי אויך זײַן "אוצר השׂפֿה העבֿרית".

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ מאָל האָבן די ייִדישע שפּראַכקענער איבערגעקערט די וועלט צו ווײַזן און איבער­צײַגן, אַז ייִדיש איז אַן אַלטע, בכּבֿו­די­קע שפּראַך, ניט קיין פֿריש-אָפּגע­באַ­קענער "זשאַרגאָן". הײַנטיקע טעג אַמ­פּערט זיך וועגן דעם שוין, דאַכט זיך, קיינער ניט. אַ פֿרישן באַווײַז פֿון אַ דרך-ארצדיקער באַציִונג צו ייִדיש לייענען מיר אויף אינטערנעץ, אין אַ רעקלאַמע פֿון דער ייִדישער זומער-פּראָגראַם אין תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט (tauac.typepad.com/ac/2007/04/everything_yidd.html). די סאַמע ערשטע פֿראַזע אין דעם רעקלאַמע-טעקסט קלינגט אַזוי:

ביאָגראַפֿיעס

דער לינגוויסט, דער פֿאָטער פֿון ייִדישיסטיק ווי אַן אַקאַדעמישער לימוד

יר איז הײַנט צוגעטיילט געוואָרן דער כּבֿוד צו זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן אוריאלן ווי אַ לינגוויסט, און אַנ­דע­רע זענען געבעטן געוואָרן צו רעדן וועגן אַנדערע מער־ווייניקער ריין פּראָפֿע­סיאָנעלע אַספּעקטן פֿון זײַן לעבן און שאַפֿן. פֿון איין זײַט, איז דאָס זייער אַ באַרעכטיקטער צוגאַנג צום דערמאָנען און אָפּצושאַצן עמעצן, וואָס איז געווען שאַפֿעריש אויף זייער אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים פֿון ייִדישן וויסן און למדות. זײַן אָנפֿירערשאַפֿט פֿון דער אַטראַן־קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז געווען ווי אַ כּשרער לעפֿל אין אַ כּשרן טאָפּ.

מוזיק
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿונעם בראָדוויי־מיוזיקל "האָר", 1968

דעם זונטיק, קען מען זאָגן, איז אַ היס­טאָרישע דאַטע אינעם אַמעריקאַנער קאַ­לענדאַר, כאָטש אָפֿיציעל פּראַוועט מען זי נישט. דעם 29סטן אַפּריל 1968 האָט זיך אויף בראָדוויי געעפֿנט אַ מיוזיקל, וועלכער האָט ממש פֿאַרקערפּערט די תּקופֿה, וואָס מע רופֿט הײַנט אויף אַלע שפּראַכן "די זעכ­ציקער יאָרן". דער מיוזיקל, Hair (האָר), האָט שאָקירט די וועלט מיט זײַן לויבגעזאַנג פֿאַר דער "היפּי"־קולטור — אַ קולטור וואָס האָט קעמפֿעריש זיך אַנט­קעגנגעשטעלט דער וויעטנאַם־מלחמה, און דער "עסטאַבלישמענט" בכלל, פֿאַרדאַמט דעם קאָנפֿאָרמיזם פֿונעם עלטערן דור, און געמוטיקט די יוגנט אָפּצוּוואַרפֿן אַלע אָנגענומענע נאָרמעס פֿון דער געזעלשאַפֿט. אַ מאַנסביל, למשל, דאַרף זיך נישט שעמען צו פֿאַרלאָזן די האָר ביז צו די קריזשעס, אויב עס גלוסט זיך אים — דערפֿון נעמט זיך טאַקע דער טיטל פֿון דער פֿאָרשטעלונג.

קונסט
דזשאָרדזש גראָסז,

פֿרעד עב, וועלכער איז געשטאָרבן אין 2004, האָט געשריבן די טעקסטן צו באַקאַנטע בראָדוויי־לידער, צוזאַמען מיט זײַן שותּף, דער קאָמפּאָזיטאָר, דזשאַן קאַנ­דער. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1933 און איז אויפֿגעוואַקסטן אין מאַנהעטן אין אַ ייִדישער היים. דאָס ליד "ניו־יאָרק, ניו־יאָרק", וואָס ווערט הײַנט געזונגען ווי דער אומאָפֿיציעלער הימן פֿון דער שטאָט, האָבן זיי ביידע געשאַפֿן, ווי אויך די לידער צום באַקאַנטן ספּעקטאַקל "קאַ­באַרעט". דער דאָזיקער מיוזיקל וועגן דעם דעקאַדענטישן לעבן אין בערלין אין דער צײַט פֿון דער ווײַמאַרער רעגירונג אין די 1920ער יאָרן, איז געבויט אויף די דערציילונגען פֿון קריסטאָפֿער אישערוווּד.