- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
האָט איר זיך אַ מאָל אַרומגעקוקט און באַמערקט די מענטשן וואָס דרייען זיך אַרום אײַך? אין אײַער וועלטל, הייסט עס. וואָס פֿאַר אַן אײַנדרוק מאַכן זיי אויף אײַך? אַרום מיר האָבן זיך דורך די יאָרן אַרומגעדרייט אַ טוץ טויטע נשמות. מײַן מאַמע פֿלעגט אָפּשאַצן אַ טויטע נשמה אַזוי: אַז איינער איז רײַך און האָט אַ גרינג לעבן, זאָגט מען אויף אים: ער לעבט ווי גאָט אין פֿראַנקרײַך. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס לעבן אין הימל איז גאַנץ גוט, אָבער אין פֿראַנקרײַך — נאָך בעסער. שוין הונדערטער יאָרן איז דער פֿראַנצויזישער לעבנס־שטייגער באַרימט ווי אַ שיינער און אַ באַקוועמער, ספּעציעל, אין פֿאַרגלײַך מיט די קאַלטע פּראָטעסטאַנטישע לענדער — דײַטשלאַנד, ענגלאַנד און אַמעריקע, למשל. ס׳איז שוין פֿיר יאָר נאָך דעם ווי אַמעריקע איז אַרײַן אין איראַק; גענוג צײַט זיך גוט אַרײַנצוטראַכטן אין דער פֿראַגע — וואָס האָט דערפֿירט דערצו, אַז פֿון אַזאַ גרויסן מיליטערישן נצחון בײַם אַרויסטרײַבן סאַדאַם כוסיין איז געוואָרן דער הײַנטיקער תּוהו־ובֿוהו? אַן ערך 3000 אַמעריקאַנער זענען דערווײַל אומגעקומען במשך פֿון די פֿיר יאָר; 20,000 אַמעריקאַנער זענען פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן; איראַק האַלט בײַם אָנהייב פֿון אַ בירגער־קריג (אַנדערע זאָגן, אַז ער האַלט שוין אין מיטן); הונדערטער טויזנטער איראַקער זענען ביז אַהער אומגעקומען; איראַן מיט זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם איז פֿאַרשטאַרקט געוואָרן; מיט 120 יאָר צוריק, דעם 26טן יולי 1887, האָט דער יונגער אויגן־דאָקטער לייזער זאָמענהאָף פּובליקירט די ערשטע גראַמאַטיק פֿון זײַן אינטערנאַציאָנאַלער שפּראַך עספּעראַנטאָ. במשך פֿון די לעצטע 120 יאָר האָט עספּעראַנטאָ געבוירן אַ רײַכע ליטעראַטור, דורכגעמאַכט זייער אַן אינטערעסאַנטע, באַלערנדיקע געשיכטע, און איז געוואָרן אַ פֿעסטגעשטעלטער, לעבעדיקער שפּראַך־פֿענאָמען, וואָס ווערט כּסדר אַנטוויקלט דורך טויזנטער ענטוזיאַסטן אַרום דער וועלט. פֿאַרלאָפֿן האָט זיך די געשיכטע קוים אַ יאָר נאָך מײַן חתונה. דער טעלעפֿאָן האָט געקלונגען און אויף דער אַנדערער זײַט האָט זיך געהערט אַ יונגע און איידעלע מענער־שטימע. ער האָט מיר צו וויסן געטאָן, אַז ער הייסט לעאָ שטיינבערג און געוואָלט וויסן, צי איך שרײַב אויף אַ ייִדישער שרײַב־מאַשינקע. ווען איך האָב אים פֿאַרזיכערט אַז יאָ, האָט ער פֿרײַער אָפּגעאָטעמט און ווײַטער געצויגן דעם שמועס. ער האָט גערעדט אויף ייִדיש, וואָס אין יענער צײַט איז עס נישט געווען קיין אויסנאַם. מײַן טאַטע ע״ה איז געווען דער הויפּט-לערער אין אַ שול אין דער אוקראַיִנישער שטאָט, וווּ איך בין אויסגעוואַקסן. איין מאָל איז ער געקומען און האָט דערציילט, אַז דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער שול-באַלעבאַטישקייט — אַ וווילער, ווייניק-געבילדעטער אוקראַיִנער — האָט באַשלאָסן אויפֿצוהענגען אין אַלע קלאַס-צימערן נאָר איין פּאָרטרעט — פֿון לענינען. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָבן ייִדן געלעבט אָפּגעזונדערט פֿון דער אַלגעמיינער געזעלשאַפֿט וואָס שייך קולטור, רעליגיע און סאָציאַלע צווישן־מענטשלעכע באַציִונגען. זיי זײַנען באַצייכנט געוואָרן ווי אַ "קאָרפּוס סעפּאַראַטום" — אַן אָפּגעזונדערטע קערפּערשאַפֿט, נישט אַ טייל פֿון דעם מערהייט פֿאָלק. די באַציִונגען מיט דער קריסטלעכער וועלט זײַנען געווען הויפּטזעכלעך עקאָנאָמישע, וואָס זײַנען געווען רעגולירט פֿון דעם קעניג, פֿירשט אָדער דעם לאָקאַלן לאַנדבאַזיצער און אַמאָל — אויך פֿון דער קריסטלעכער קירך. דער 17טער ייִדישער קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע, וואָס האָט זיך פֿאַרענדיקט פֿאַראַכטאָגן זונטיק, האָט אַרויסגערופֿן אַ זעלטענעם ענטוזיאַזם אין דער פּוילישער מעדיאַ, וועלכע האָט באַצייכנט די אונטערנעמונג ווי "עפּעס אויסערגעוויינטלעכס" און "אומפֿאַרגעסלעך". לויט אַ שאַצונג פֿון דער פּאָליציי, האָט די הויפּט־אַטראַקציע — אַ דרויסנדיקער 6־שעהדיקער קאָנצערט פֿון ייִדישער און קלעזמער־מוזיק מיטן נאָמען "שלום אויף שעראָקאַ־גאַס" — צוגעצויגן בערך 13,000 מענטשן, און דערבײַ פֿאַרזיכערט, אַז דער קראָקער פֿעסטיוואַל איז הײַנט די סאַמע גרעסטע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונג אויף דער וועלט. מיר ביידע, מײַן ווײַב און איך, האָבן זיך ממש פֿאַרליבט אין קראָאַטיע. "פֿעמיניסטיש"-רעדנדיק, איז עס ניט קיין ריכטיקע ליבע — פּונקט ווי ס'איז "ניט ריכטיק" צו האָבן ליב אַ פֿרוי, ווײַל זי איז שיין. מיר געפֿעלט דאָס לאַנד צוליב דער געבענטשטער קאָמבינאַציע פֿון בערג, געוויקסן-וועלט און די צוויי ימען — אַ ים מיט שמאַראַגד-גרינעם, ציכטיקן וואַסער און אַ ים מיט זון, וואָס פֿעלט תּמיד אין ענגלאַנד. איידער איך האָב אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש, בין איך קיין מאָל נישט געווען אויף אַ לוויה, אָבער זינט דעמאָלט, און ספּעציעל לעצטנס, בין איך געוואָרן אַ גרויסער מבֿין אויף לווית. איך ווייס שוין פֿון פֿריִער, וווּ די לוויה וועט פֿאָרקומען, ווער ס׳וועט רעדן און וואָס מע וועט זאָגן; כ׳האָב אַ פּלאַץ רעזערווירט בײַ דער מיזרח־וואַנט און כ׳ווייס, ווי אַזוי זיך אַרײַנצושלײַכן שטילערהייט, ווען איך קום אָן שפּעט און די צערעמאָניע האָט זיך שוין אָנגעהויבן. פֿאַראַן גרויסע זינגער, מיט קעלער וואָס קענען פֿאַרהילכן אַ זאַל. פֿאַראַן מוזיקער וואָס לאָזן זיך געדענקען די מינוט וואָס זייער מוזיק קריגט פֿליגל און פֿלאַטערט אַרום דער וועלט. און אַזוי ווי בײַ אונדז איז אַ זעלטנקייט צו הערן אַ רעפּערטואַר פֿון אַ יונגער אינטעליגענטער און אַ באַשיידענער זינגערין, איז פֿאַר מיר געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זען און צו הערן מײַנע אַן אַמאָליקע תּלמידה אַסיע ווײַסמאַן, מיט אַ רעפּערטואַר פֿון זעלטענע ייִדישע לידער. איך זאָג זעלטענע, ווײַל מען הערט זיי זייער זעלטן. בדרך־כּלל נעמען זיך נישט די מי ייִדישע זינגער און זינגערינס אַרײַנצוקוקן אין אונדזער רײַכן לידער־אַלבאָם. בלויז 12 יאָר איז באַשערט געווען דער אויסערגעוויינטלעך טאַלאַנטירטער אַקטריסע רײַע יאַצאָווסקי צו באַשײַנען די בינע פֿונעם קיִעווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער. די שוידערלעכע טיפֿוס־עפּידעמיע האָט זי אַרויסגעריסן פֿונעם לעבן אויף איר 38סטן יאָר, אָבער דער אָנדענק וועגן איר, פֿאַר די וועלכע האָבן זי געקאָנט, געזען שפּילן, האָט זיך פֿאַרהיט אויפֿן גאַנצן לעבן. זי האָט געשטאַמט פֿון ליטע, געלעבט אין קאָוונע (קאַונאַס). דער פֿאָטער אירער איז געווען אַ לערער פֿון מוזיק. רײַע, און דערנאָך אירע ייִנגערע ברידער, יעווסיי און אַלכּסנדר, האָבן באַקומען אַ מוזיקאַלישע בילדונג. זי האָט אויסגעצייכנט געשפּילט אויף אַ פֿאָרטעפּיאַנאָ, געזונגען און געטאַנצט. |