- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אונדזער הײַנטיקע פּרשה דערמאָנט אונדז ווידער אינעם טראַגישן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, נדבֿ און אַבֿיהוא, וואָס וועגן דעם ווערט דערציילט אין דער פּרשה "שמיני", וועלכע מיר האָבן לייענט מיט צוויי וואָכן צוריק. דער נאָמען "אַחרי", אָדער "אַחרי מות", מיינט "נאָכן טויט". די ערשטע פּסוקים פֿון דער פּרשה זאָגן אָן, ווי אַזוי די כּהנים זאָלן זײַן זייער אָפּגעהיט אין זייער עבֿודה אין בית־המיקדש, כּדי אויסצומײַדן די שטראָף פֿון נדבֿ און אַבֿיהוא. איך פֿאַרענדיק צו שרײַבן אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע אין דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, וווּ מײַן אַקאַדעמישער בעל-יועץ איז פּראָפֿעסאָר דוד ענגעל. כ'פֿאָרש די אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער היסטאָריאָגראַפֿיע אין מיזרח-אייראָפּע, בפֿרט אין פּוילן אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. מײַן אַנאַליז קאָנצענטרירט זיך אויף די פֿראַגן פֿון געשיכטע און פּאָליטיק און אויף דער ראָלע, וואָס די ייִדישע היסטאָריקער האָבן געשפּילט ווי פֿאָלקס-אינטעליגענטן און נאַציאָנאַלע וועגווײַזער. די רייד גייט וועגן משה שאָר, יצחק שיפּער, מאיר באַלאַבאַן, פֿיליפּ פֿרידמאַן, רפֿאל מאַהלער און עמנואל רינגעלבלום. אַנטאָן טשעכאָוו האָט געהאַט קלוגע געדאַנקען, וועלכע ער האָט ניט בלויז אַרויסגעזאָגט, נאָר אויך פֿאַרשריבן. צווישן זיי איז פֿאַראַן אַזאַ: טאָמער איר זעט, אין גאַנג פֿון אַ פּיעסע, אַז דער מחבר צי רעזשיסאָר האָט אויפֿגעהאָנגען ערגעץ אויף דער בינע אַ ביקס, מוז זי אין דער פּיעסע, סוף-כּל-סוף, אויסשיסן. אַנדערש האָט עס ניט קיין זין צו ווײַזן אַ ביקס. אונדזער „פֿאָרווערטס‟ פֿײַערט זײַן 110טן געבוירן־טאָג. מזל־טובֿ! איך באַגריס הײַנט נישט נאָר יעדן מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע, נישט נאָר יעדן שרײַבער און קאָרעספּאָנדענט; איך שיק די מזלדיקע ברכות צו יעדן לייענער, צעזייט און צעשפּרייט איבער דער גאָרער וועלט, וואָס לייענט דעם „פֿאָרווערטס‟ סײַ אויף פּאַפּיר און סײַ אין דער אינטערנעץ. װי באַװוּסט, איז דער „פֿאָרװערטס‟ געװען אַ סאָציאַליסטישע צײַטונג, געגרינדעט מיטן ציל צו פֿאַרשפּרײטן דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק צװישן די ברײטע ייִדישע מאַסן. די צײַטונג איז גיך געװאָרן אײנע פֿון די הױפּט־זײַלן פֿון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטײ, און געשטיצט זי אין אַלע װאַלן — נישט נאָר מיט װערטער, נאָר אױך מיט געלט. דער „פֿאָרװערטס‟ איז דעמאָלט געװען זײער אַ דערפֿאָלגרײַך געשעפֿט, װאָס האָט טאַקע געבראַכט אַ סך געלט, בעת אין ס׳רובֿ סאָציאַליסטישע און אַרבעטער־אָרגאַניזאַציעס האָט געהערשט אַ גרױסער מאַנגל אין מאַטעריעלע רעסורסן. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע סדרות פֿונעם חומש "ויקרא", וואָס פֿאַרנעמען זיך, דער עיקר, מיט קרבנות און חיות, רעדן די הײַנטיקע צוויי פּרשיות, "תּזריע" און "מצורע", דווקא וועגן דעם מענטשלעכן לעבן און זײַנע באַציִונגען. די מפֿרשים באַטאָנען, אַז די מיצוות ווערן באַשריבן אין דער תּורה אויפֿן זעלבן סדר, ווי די וועלט־באַשאַפֿונג: קודם־כּל, דערציילט די תּורה וועגן חיות, עופֿות און מאכלים, און ערשט דערנאָך גייט זי אַריבער צו דער וויכטיקסטער באַשעפֿעניש — דעם מענטש. די פּרשה "תּזריע" הייבט זיך אָן מיטן געבורט פֿון אַ קינד; בײַ איר אָנהייב שטייט די פֿראַזע: "אשה כּי תּזריע וילדה זכר" — "אויב אַ פֿרוי וועט טראָגן, און זי וועט האָבן אַ זון". דער אַנומלטיקער דעביוט פֿון סלאַוואָמיר גרינבערג און ראָבערט פּאָדגורסקיס פֿילם "געראַטעוועט דורך דעפּאָרטירונג", וואָס האָט פֿריִער געשפּילט אין וואַשינגטאָן, אין דעצעמבער 2006, און לעצטנס אין ניו־יאָרק, איז וויכטיק אינעם קאָנטעקסט פֿון דער חורבן־געשיכטע און גבֿית־עדות פֿון דער זעלבער תּקופֿה. דאָס איז דאָס ערשטע מאָל, לויט פּאָדגורסקי, וווּ מען באַרירט אין אַ פֿילם די טעמע פֿון פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַ מענשט, וואָס האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט גלובאָק אָנהייב 21סטן יאָרהונדערט, וואָלט מסתּמא קיין אומגעוויינטלעכע זאַכן נישט באַמערקט. אַ ריין גרין שטעטל, ס׳רובֿ הײַזער — הילצערנע, אַ היפּשער טייל — נאָך־מלחמהדיקע. די הײַנטיקע באַפֿעלקערונג גרייכט צו 19.5 טויזנט נפֿשות. צוויי קליינע פּלעצער; אויף איינעם, ווי אַן אָנדענק פֿון די סאָוועטישע צײַטן, שטייט אַ זיבן־שטאָקיקער "ראַטהויז". אַן אַלטער פּאַרק, אַן אָזערער מיט אַ טײַכעלע, פֿאַראייניקט מיט אַ סיסטעם פֿון קינסטלעכע באַסיינען. במשך פֿון די לעצטע חדשים האָבן זיך געשלאָסן אין ניו־יאָרק עטלעכע מוזיק־קלובן צוליב דעם שטײַגנדיקן דירה־געלט אין מאַנהעטן. יענע וואָך האָט זיך פֿאַרמאַכט "טאָניק", אַ מוזיק־קלוב וואָס איז אַמאָל געווען אַ ייִדישער ווײַנקעלער אויף דער איסטסײַד; אַן אַנדער קלוב, "ניטינג פֿאַקטאָרי" [ניי־פֿאַבריק], וואָס איז אַמאָל געווען אַ וויכטיק אָרט צו הערן אַוואַנגאַרדישע מוזיק, האָט געלאָזט וויסן, אַז זיי וועלן זיך אויך שליסן. נאָר פֿון די אַלע קלובן האָט דאָס שליסן זיך פֿון "סי. בי. דזשי. ביס" [CBGBs] אויף דער באַוערי אין מאַנהעטן געמאַכט דעם גרעסטן רושם אויף דער גאַנצער וועלט, ווײַל די אָנהייבן פֿון "פּאָנק"־מוזיק נעמען זיך פֿון יענעם קלוב אין די 1970ער יאָרן. דאָנערשטיק בײַ נאַכט, דעם 26סטן אַפּריל, האָב איך אַ קוק געטאָן אויף מײַן בליצפּאָסט, צו זען צי עפּעס איז אָנגעקומען פֿון מײַן חבֿר מנחם־יאַנקל איידלמאַן. אין דער פֿרי האָב איך געוואָלט פֿאָרן אין בראַנדײַס־אוניווערסיטעט אויף דער יוגנט־קאָנפֿערענץ "ייִדיש־ברייק" [הפֿסקה], אָבער איך האָב ניט געוווּסט, ווי צו פֿאָרן. מנחם־יאַנקל האָט אָרגאַניזירט די "קאָנפֿערענץ", האָט ער געדאַרפֿט אונדז אויך אָנשרײַבן, ווי אַזוי מע פֿאָרט אַהין. און דאַנקען גאָט, איך האָב געפֿונען אַ בריוו פֿון אים מיט די אַלע פּרטים, ווי אַזוי מע פֿאָרט פֿונעם ניו־יאָרקער "טשײַנאַ טאַון" מיטן כינעזישן אויטאָבוס "פֿונג וואַ" קיין באָסטאָן, און פֿון דאָרט צום בראַנדײַס־קאַפּמוס. ס׳איז געווען אַ סצענע, וואָס מע זעט נישט אָפֿט אין ניו־יאָרק. אין דער תּימנער אַמבאַסאַדע אויף מיזרח 51סטער גאַס אין מאַנהעטן, האָט דער קאָנסול, נאַגיב אַ. אַלדזשאַבאַובי, געפֿירט אַ וואַרעמען שמועס מיט אַ ייִדישן בחור מיט שוואַרצע פּאות — אויף אַ פֿליסיקן אַראַביש. דער באַנײַטער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק, אָנהייבנדיק פֿון די 1980ער יאָרן האָט, בדרך־כּלל, צוגעצויגן צו די קלאַנגען פֿון די אַמאָליקע אוקראַיִניש־רומענישע קלעזמאָרים. מוזיקער פֿון דער דאָזיקער טעריטאָריע האָבן דאָמינירט אויף די קלעזמער־רעקאָרדירונגען אין אַמעריקע, פֿונעם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט ביז די 1940ער יאָרן. די גרויסע קלאַרנעטיסטן, ווי דייוו טאַראַס און נפֿתּלי בראַנדווײַן האָבן געשטאַמט פֿון יענע מקומות, אָדער בשכנות (בראַנדווײַן פֿון מיזרח־גאַליציע). די פֿידלער לעאָן שוואַרץ, אייב שוואַרץ און ה. |