- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די געראַמע זאַלן פֿונעם קווינס־צענטער (Central Queens YM & YWHA) זײַנען אַרויסגעשטעלט די קופּערנע אויסקריץ־ווערק פֿונעם באַקאַנטן קינסטלער, אימיגראַנט פֿון גרוזיע, רודאָלף ראָזענבלום. מיט די ווערק פֿון דעם זעלטענעם מײַסטער האָב איך זיך באַקאַנט מיט אַ יאָר דרײַצן צוריק, נאָך אין טביליסי. זיי האָבן סײַ פֿאַרחידושט און סײַ פֿאַרכּישופֿט. דעם חידוש האָט אַרויסגערופֿן דער פֿאַקט אַליין, אַז אויסגעקריצטע בילדער האָט מען געקאָנט דעמאָלט זען אויף שריט און טריט. דער מאַרק איז געווען פֿאַרפֿלייצט מיט פֿאַרשידענע אויסגעקריצטע קופּערנע מאַכערײַקעס. אַן אמתער פֿאַכמאַן, אַ קינסטלער האָט געדאַרפֿט האָבן אַ סך שעפֿערישע דרייסטקייט פֿאַרכאַפּט צו ווערן מיט דעם מין קונסט. די פּרשה הייבט זיך אָן מיט די ווערטער: "ויצא יעקבֿ מבאר שבֿע וילך חרנה" — יעקבֿ אָבֿינו איז אַרויס פֿון באר־שבֿע און איז אַוועק קיין חרן. יעקבֿ אָבֿינו האָט פֿאַרלאָזט די הייליקע היים, דאָס הויז פֿון אַ צדיק, און גייט צו אַ הויז פֿון אַ שווינדלער, פֿון אַ רשע. יעקבֿ האָט דעמאָלט געהאַט געלערנט פֿערצן יאָר אין דער ישיבֿה פֿון שם ועבֿר, האָט ער אויפֿגעהערט לערנען און זיך אַוועקגעלאָזט גיין קיין חרן און געקומען אין הויז פֿון לבֿן הארמי. דאָרטן איז ער געוואָרן אַ פּאַסטעך און געפֿיטערט טאָג און נאַכט לבֿנס שאָף. ביז דאַן האָט יעקבֿ זיך פֿאַרנומען מיט אַ גײַסטיקער עבֿודה, געלעבט דורכויס אין אַ וועלט פֿון רוחניות, און איצט האָט ער אָנגעהויבן זיך באַשעפֿטיקן מיט מאַטעריעלע ענינים, מיט פּאַשען שעפּסן און ציגן. אין פּסוק שטייט וועגן עשׂון (כה, כז): "ויהי עשׂו איש יודע ציד וגו׳" — אַז עשׂו איז געווען אַ מענטש וואָס ווייס ווי צו פֿאַנגען... זאָגט רש״י אויף דעם: "לצוד ולרמות את אבֿיו בפֿיו, ושואלו אבא היאך מעשׂרין את המלח ואת התּבֿן, כּסבור אבֿיו שהוא מדקדק במצוות — (וואָס מיינט, אַז עשׂו איז געווען אַ מענטש ווייס ווי צו פֿאַנגען) און אָפּנאַרן זײַן פֿאָטער מיטן מויל, פֿרעגנדיק בײַ זײַן טאַטן יצחק: ווי שיידט מען אָפּ מעשׂר פֿון זאַלץ און פֿון שטרוי (זאַכן וואָס בײַ זיי איז איבערהויפּט ניטאָ די מצוה פֿון מעשׂר; און פֿונדעסטוועגן וויל ער געבן פֿון די זאַכן מעשׂר), האָט זײַן פֿאָטער יצחק געמיינט, אַז ער, עשׂו, איז אַ ׳מדקדק׳, אַ מהדר אין מצוות.
"ניטאָ דער אוהבֿ ישׂראל, דער גוטהאַרציקער, דער איידעלער דוד ספֿאַרד, וואָס האָט זײַן גאַנץ לעבן זיך קעגנגעשטעלט, מיט אַלע זײַנע כּוחות, מיט זײַן טיף ליריש־פֿאָלקישן ליד, מיט זײַן מחשבֿות־אייגנאַרטיקער עסיי, מיט זײַן הייס־פּובליציסטישן וואָרט; אומעטום זיך געראַנגלט מיט דעם רשעות אין דער וועלט, געוואָלט איבערקנעטן חלומות אין וואָר".
די דירעקציע פֿונעם טעאַטער פֿלעגט פֿון צײַט צו צײַט אָרגאַניזירן קורצע גאַסטראָלן. דאָס מאָל זײַנען מיר אַרויסגעפֿאָרן קיין בעלץ, דער בעסאַראַבער שטאָט, אין וועלכער ס׳האָבן דאַן, אין 1948, געלעבט אַ סך ייִדן, וועלכע האָבן געגאַרט צו הערן פֿון דער בינע אַ ייִדיש וואָרט. מיר האָבן געבראַכט צו פֿירן יעקבֿ גאָרדינס שטייגער־דראַמע "מירעלע אפֿרת". די ראָלע פֿון מירעלע, דער הויפּט־באַזיצערין פֿון אַ גרויס האַנדלס־געשעפֿט, האָט געשפּילט אונדזער ערשטע אַקטריסע אַדע סאָנץ. אין דער פּרשה ווערט דערציילט, אַז אַבֿרהם אָבֿינו האָט געשיקט זײַן געטרײַען קנעכט, אליעזר, קיין אַרם נהרים צו געפֿינען דאָרט די באַשערטע בת־זוג פֿאַר זײַן זון יצחק, און אַז ער איז געקומען צום ברונעם אויסער דער שטאָט, האָט ער תּפֿילה געטאָן (ווי באַלד ער ווייס דאָך ניט, ווער איז די באַשערטע כּלה פֿאַר יצחקן), אַז דער אויבערשטער זאָל פֿירן אַזוי, אַז ער, אליעזר, זאָל באַלד אָנטרעפֿן דאָס מיידל, וואָס דאַרף זײַן יצחקס זיווג. דערציילט די תּורה: "ויהי הוא טרם כּילה לדבר, והנה רבֿקה יוצאת וגו׳" — אַז נאָך איידער ער האָט געענדיקט רעדן אין זײַן תּפֿילה צום אויבערשטן, און אָט איז רבֿקה שוין אַרויסגעקומען... און ער האָט זיך באַלד איבערצײַגט, אַז זי איז די, וואָס דאַרף ווערן יצחקס פֿרוי.
ס׳איז אַ שאָד, וואָס דער דעסערט קומט צום סוף פֿון אַ מאָלצײַט. נישט געקוקט אויף דעם, ווי געשמאַק ער זעט אויס, איז מען ביז דעמאָלט שוין אַזוי זאַט, אַז מע קען זיך צו אים אַפֿילו נישט צורירן. דערצו, אַז מע היט אָפּ וויפֿל קאַלאָריעס מע "שלינגט אַראָפּ", מײַדט מען אויס דעם נאָכבײַסן, ווײַל מע האָט מורא, ס׳וועט נאָך פֿעטער מאַכן. מיט אַנדערטהאַלב יאָר צוריק, בעת אַ וויזיט אין רוים, האָב איך באַמערקט, אַז אויף די גאַסן פֿאָרן אַ סך מער מאָטאָציקלען ווי אויטאָס; און אויף די מאָטאָציקלען זיצן נישט בלויז יונגע לײַט אין די 20ער, נאָר אויך מיטל־יאָריקע מענער און פֿרויען, טראָגנדיק אַנצוגן און טעקעס, אויפֿן וועג צו דער אַרבעט. די איטאַליענער זאָגן, אַז די מאָטאָציקלען זענען מער פֿאַרשפּרייט צוליב דעם וואָס זיי זענען ביליקער ווי די אויטאָס, און ס׳איז אַ סך גרינגער זיי צו פּאַרקירן אויף די שמאָלע, געפּאַקטע גאַסן פֿון רוים. |