- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין ניו־יאָרק האָט זיך געעפֿנט די 61סטע גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער "יו־ען". ווי מ'האָט דערוואַרט פֿון פֿריִער, איז די הויפּט־סענסאַציע פֿאַרבונדן מיטן אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש און דעם איראַנישן פּרעזידענט מאַכמוד אַכמאַדינעזשאַד. די קאָנפֿראָנטאַציע פֿון די צוויי נעגאַטיוו־פּאָפּולערע וועלט־פֿירער וואַקסט און נעמט אָן כּוח; אין דער נאָכמלחמהדיקער געשיכטע פֿון אַמעריקע, האָט נאָר פֿידעל קאַסטראָ דערגרייכט אַזאַ הויכן גראַד פֿון אומחן. און ס'האָט גענומען צענדליקער יאָרן, ביז פּרעזידענט ביל קלינטאָן האָט אים דערלאַנגט די האַנט; אין יאָר 2000 איז עס געשען און, שטעלט זיך פֿאָר, פּונקט אויף אַזאַ מין אַסיפֿה. אָבער אין דעם פֿאַל גלייבט זיך אָבער נישט, אַז די צוויי גדולים וועלן בײַ זייער פּרעזידענטשאַפֿט דערלעבן צו אַזאַ רירנדיקן מאָמענט, אַפֿילו ערגעץ אין די קולואַרן. פֿאַראַכטאָגן דינסטיק האָט דער אָנגעזעענער האַרוואַרד־אוניווערסיטעט, אין קיימברידזש, מאַסאַטשוסעטס, אויפֿגעטרייסלט די וועלט פֿון העכערער בילדונג אין אַמעריקע מיטן אַנאָנס, אַז אָנהייבנדיק פֿון סעפּטעמבער 2008, וועט ער מער נישט אָננעמען סטודענטן דורך אַ פֿריִערדיקן טערמין (early action). די פֿריִערדיקע שיטה איז במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר געוואָרן אַ זייער פֿאַרשפּרייטער אופֿן צו אַפּליקירן — באַקוועם סײַ בײַ די סטודענטן און זייערע משפּחות, סײַ בײַ די אוניווערסיטעטן אַליין. וועגן דעם אינערלעכן באַטײַט פֿון שופֿר־בלאָזן אין ראָש־השנה גיט דער בעל־שם־טובֿ צו פֿאַרשטיין מיט אַ משל: אַ בן־מלך, אַ פּרינץ, האָט אַוועקגעוואַנדערט אַ לענגערע צײַט פֿון זײַן טאַטנס קיניגלעכן פּאַלאַץ אין פֿאַרשיידענע נאָענטע און ווײַטע שטעט און דערפֿער. ער האָט זיך דערפֿאַר אָפּגעריסן און אָפּגעווישט פֿון די אַלע איידעלע און פֿײַנע אויפֿפֿירונגען און מאַניערן פֿון זײַן קיניגלעכער היים. ער האָט געהאַט זייער אַ געמאַטערטן לעבן אין זײַנע פֿאַרוואָגלטע מקומות. ער האָט, פֿאַרשטייט זיך, נישט געהאַט די טײַערע שפּײַזן און געטראַנקען, מיט וועלכע מ׳האָט אים געקעכלט אין פּאַלאַץ; אויך זײַנע בגדים זײַנען שוין געווען צעריסן און צעשליסן. ער אַליין איז געווען פֿאַרברודיקט און האָט שוין אַפֿילו נישט געקענט מער ריידן דעם ראַפֿינירטן לשון פֿון בית־המלכות. דעם 10טן סעפּטעמבער זענען געקומען קיין פּענסילווייניער אוניווערסיטעט אין פֿילאַדעלפֿיע סײַ חשובֿע פֿאָרשער, סײַ גוטע־פֿרײַנד אָפּצוגעבן כּבֿוד דעם פּראָפֿעסאָר און שרײַבער ד״ר שיקל פֿישמאַן צו זײַן 80סטן געבוירן־טאָג, אין דער פֿאָרעם פֿון אַ טאָג־לאַנגיקן סימפּאָזיום. דער אָרגאַניזיר־קאָמיטעט פֿון דער אונטערנעמונג איז באַשטאַנען פֿון פּראָפֿעסאָרן אין פֿילאַדעלפֿיע, ניו־יאָרק און דײַטשלאַנד, צווישן זיי דער ייִדיש־פֿאָרשער, ד"ר רחמיאל פּעלץ פֿון "דרעקסעל־אוניווערסיטעט". קען דאָס טרינקען טיי אײַך באַשיצן קעגן די צוויי געפֿערלעכסטע חלאתן — מוח־אַטאַקן און ראַק? לויט אַ גרויסער שטודיע אין יאַפּאַן איז דער ענטפֿער סײַ יאָ, סײַ ניין: דאָס הייסט, עס קאָן פֿאַרקלענערן די ריזיקע פֿון אַ מוח־אַטאַק, אָבער נישט פֿון אַ ראַק. דער אַלטער מיין, אַז מיט אַ ייִד איז נישט שווער זיך צונויפֿצורעדן, איז אַקטועל הײַנט אויך; און נישט סתּם מיט אַ ייִד, נאָר מיט אַ ייִדישער רעגירונג. זעט איר דאָך, נאָך דער לעצטער מלחמה אין לבֿנון, פֿאַרמאַכט זיך נישט דער טויער אין ירושלים: אָט איז געווען דער ראָש פֿון דער "יו־ען", קאָפֿי אַנאַן, און אָט איז נאָך אים געקומען סערגיי לאַווראָוו, דער אויסערן־מיניסטער פֿון רוסלאַנד; נישט באַוויזן אַראָפּצונעמען פֿונעם טיש דעם סאַמאָוואַר, ווי מע דאַרף שוין דערלאַנגען ענגלישע טיי מיט מילך — דער פּרעמיער טאָני בלער שטייט שוין אויף דער שוועל. ווי אין ס׳רובֿ לענדער, וואָס גרייטן זיך צו די וואַלן, האָט די שוועדישע רעגירונג, לעצטנס, אָנגעהויבן דרוקן אין דער פּרעסע אַ צאָל אַנאָנסן, וואָס מוטיקן אירע בירגער צו שטימען. אַנדערש איז אָבער, אַז די בולעטינען גיבן די לייענער צו וויסן דעם וועב־אַדרעס, וווּ מע קען באַקומען די שטים־אינסטרוקציעס אויך אויף ייִדיש, נישט געקוקט אויף דעם וואָס דער פּראָצענט ייִדיש־רעדער איז שוועדן איז זייער קליין. צווישן די 9 מיליאָן מענטשן וואָס וווינען הײַנט אין שוועדן, זענען בלויז 18,000 פֿון זיי ייִדן; און פֿון זיי, אויב מע נעמט אַרײַן די וואָס קענען די שפּראַך פֿליסיק, ווי אויך די וואָס קענען די שפּראַך פּאַסיוו, דערגייט די צאָל ייִדיש־קענער ביז בערך 4,000. אין אָנהייב פֿון דער פּרשה דערציילט די תּורה וועגן דעם "כּריתת ברית", דעם הייליקן בונד, וואָס דער אויבערשטער האָט דורכגעפֿירט מיט די ייִדן איידער זיי זײַנען אַרײַנגעקומען אין ארץ־ישׂראל. צווישן די רייד וועגן דעם ענין באַטאָנט די תּורה דעם אויבערשטנס ווערטער (כט, יג־יד): "ולא אתּכם לבדכם אנכי כּורת את הברית הזאת וגו׳ כּי את אשר ישנו פּה וגו׳ ואת אשר איננו פּה" — און נישט מיט אײַך אַליין "פֿאַרשנײַד" איך אָט דעם ברית... נאָר מיט דעם וואָס איז פֿאַראַן דאָ... און מיט דעם וואָס איז דאָ נישטאָ. בערל קערלער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אין אינדיאַנער אוניווערסיטעט און דער רעדאַקטאָר פֿונעם "ירושלימער אַלמאַנאַך", אַ פּאָזיציע, וואָס ער האָט איבערגענומען פֿון זײַן טאַטן, דעם באַקאַנטן פּאָעט יוסף קערלער ע״ה. אונטערן פּעננאָמען, באָריס קאַרלאָוו (יאָ, דער זעלבער נאָמען ווי דער אַקטיאָר פֿון די אַלטע האָליוווּדער פֿראַנקענשטיין־מאָנסטער־פֿילמען) שרײַבט בערל קערלער זײַנע לידער, וועלכע מיר האָבן שוין געזען געדרוקט אין פֿאַרשיידענע פּובליקאַציעס, צווישן זיי אויך "דער פֿאָרווערטס" און "דער אַלגעמיינער זשורנאַל". "עלאַברעק" איז די צווייטע זאַמלונג לידער זײַנע. קערלער שרײַבט אין פֿאַרשיידענע סטילן, צווישן זיי, אַ שפּילעוודיקער, מיט קירצערע זאַצן און גראַמען סײַ בײַם סוף, און צו מאָל, סײַ אין מיטן זאַץ. אַזוי אַרום באַקומט זיך אַ חכמהדיקע שטימונג, אָפֿט עפּיגראַמאַטיש, ווי אינעם ליד "אויף ירושלימער געסלעך" — ווי ד״ר בערל זומאָף באַווײַזט אין זײַן נײַעם בוך פֿון לידער פֿון פֿרויען־דיכטערס אין איבערזעצונג, איז פֿאַראַן אַ היפּשע פּלעיאַדע פֿון ייִדישע דיכטערינס, וואָס דער ייִדישער לייענער האָט פֿאַרגעסן אָדער בכלל נישט געוווּסט. ראַשעל וועפּרינסקי איז אַזאַ איינע וואָס איז, ווי מיר גלייבן, נישט געווען צו ווײַט באַקאַנט. זי איז געווען אַ שטילע דיכטערין, וואָס אירע לידער פֿאַרמאָגן אינטערעסאַנטע אימאַזשן, געשריבן מיט פּשוטע און סובטילע ניואַנסן און דורכזעיִקע פֿערזן. זי גיט צו וויסן וועגן איר איינזאַמקייט און בענקשאַפֿט אין פֿיל פֿון אירע לידער. אין איינעם באַשרײַבט זי דעם טרויער פֿון דער זונס פֿאַרגאַנג: אינעם יסוד פֿון דעם נײַעם פֿילם "דער אילוזיאָניסט", רעזשיסירט פֿון ניל בורג, ליגט די דערציילונג "אײַזענהײַם דער אילוזיאָניסט" פֿונעם אַמעריקאַנער שרײַבער סטיווען מילהאַוזיער. עס האַנדלט זיך פֿון אַן אָרעמען בחור (אַ ייִד מיטן משפּחה־נאָמען אַבראַמאָוויץ), וואָס באַגעגנט אַ מאָל אַן אַלטן כּישוף־מאַכער און הייבט אָן זיך צו לערנען אויף אַ קונצנמאַכער. זײַן צווייטער אינטערעס הייסט סאָפֿי, זי קומט אַרויס פֿון אַן אַריסטאָקראַטישער פֿאַמיליע. זייערע צווישנבאַציִונגען זענען נישט צום האַרצן דער ייִכוסדיקער פֿאַמיליע, און אין קורצן ווערט דאָס פּאָרעלע צעטיילט בגוואַלד. מיר טרעפֿן אונדזער העלד נאָך אַ מאָל (געשפּילט פֿון עדואַרד נאָרטאָן) מיט יאָרן שפּעטער, אין ווין, וווּ ער טרעט אויף אונטערן נאָמען "אײַזענהײַם" אין אַן עלעגאַנטער כּישוף־פֿאָרשטעלונג. ער איז אַזוי פּאָפּולער, אַז דער קרוינפּרינץ לעאָפּאָלד אַליין (רופֿוס סול) פֿינף יאָר איז אַוועק, זינט יענעם שרעקלעכן טאָג פֿון 11טן סעפּטעמבער, ווען די גאַנצע וועלט, פֿאַרטײַעט דעם אָטעם בײַ די טעלעוויזיע־עקראַנען, האָט נאָך אַלץ נישט געגלייבט, אַז אַזוינס קאָן געשען. אַזוי טרעפֿט יעדעס מאָל מיט דער מענטשהייט, ווען ס׳געשעט עפּעס אַזוינס אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט, וואָס ביז אַהער האָט עס נישט עקזיסטירט אין אונדזער היסטאָרישן זכּרון; זיך נישט געלייגט אויפֿן שׂכל — צי דאָס זאָל זײַן צום גוטן, צי צום שלעכטן. צום וווילן, צי צום בייזן. צום פּראָגרעס אָדער רעגרעס... |