- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דעם יום־טובֿ סוכּות הייבן זיך אָן די שׂמחה־טעג פֿון דעם חודש תּשרי, נאָך דער ערנסטער און פֿאָרכטיקער צײַט פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אָבער נישט געקוקט אויף דעם אונטערשייד אינעם געמיט צווישן די צוויי ימים־טובֿים אין תּשרי, איז דאָ צווישן זיי אַ טיפֿע שײַכותדיקייט: דאָס וואָס איז פֿאַראַן און ווערט אויפֿגעטאָן אין ראָש־השנה און יום־כּיפּור אין דער גײַסט־וועלט, ווערט אויפֿגעטאָן אויך אין סוכּות. דער אונטערשייד איז, וואָס אין די ימים־נוראים איז עס פֿאַרדעקט, באַהאַלטן (ווי מ׳געפֿינט אין פּסוק, אַז ראָש־השנה ווערט אָנגערופֿן "בכּסה", אין פֿאַרדעקונג — "תּקעו בחודש שופֿר בכּסה וגו׳") — און וואָס ווערט אויפֿגעקלערט אין תּורת החסידות, אַז די מידה פֿון יראה, מורא און פֿאָרכט ווירקט ווי אַ באַשרענקונג, פֿאַרדעקונג — דאַקעגן אין סוכּות, דער יום־טובֿ פֿון שׂמחה, איז עס אין אַן אַנטפּלעקטן, אָפֿענעם אופֿן; ווי באַוווּסט, אַז דאָס געפֿיל פֿון פֿרייד ברענגט אַרויס דאָס וואָס מ׳רופֿט "התפּשטות", צעשפּרייטקייט און אַנטפּלעקונג. לית־מאן־דפּליג, אַז די צוקונפֿט פֿון דער מענטשלעכער געשיכטע וועט געשאַפֿן ווערן אין אינדיע און אין כינע. ביידע מדינות זענען די היימען פֿון אַלט־אַלטע קולטורן (אַן ערך צוויי מאָל די עלטער פֿון דער אַלט־העברעיִשער) און מיט זייער קלאַסישער ליטעראַטור, פֿילאָסאָפֿיע, רעליגיעזע מיטאָסן, קונסט און מוזיק קוויקט זיך די מערבֿ־וועלט די גאַנצע 200־300 יאָר זינט מיר זענען דערגאַנגען צו זיי. פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק האָט דער קאָנגרעס אָנגענומען דעם געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַראָרדנט צו גרינדן אַ ספּעציעלע מיליטערישע געריכט־סיסטעם צו מישפּטן די פֿאַרדעכטיקטע טעראָריסטן. הגם די באַשולדיקטע וועלן דורך דעם נײַעם געריכט קריגן מער לעגאַלע רעכט ווי זיי האָבן געהאַט אונטער דער ביז־איצטיקער סיסטעם פֿון דער בוש־אַדמיניסטראַציע, וועלן זיי נישט קריגן אַלע רעכט, וואָס עס באַקומען די אַרעסטאַנטן אין אַ ציווילן אָדער מיליטערישן געריכט; ווי, למשל, דאָס רעכט פֿון "האַבעאַס קאָרפּוס" (דאָס הייסט, אָנגעבן אַן אָנקלאָג אין געריכט וועגן זייער אַרעסט). מאיר זימל טקאַטש ווידוי
טאָג־טעגלעך שאַלט יום־כּיפּורדיקער שופֿר,
דבֿורה פֿאָגעל איז געבוירן געוואָרן אינעם שטעטל בורשטין, אָבער אויפֿגעוואַקסן — אין לעמבערג. זי האָט שטודירט פֿילאָסאָפֿיע אינעם לעמבערגער אוניווערסיטעט, און אין 1926 פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע וועגן די פֿילאָסאָפֿן געאָרג העגעל און יאָזעף קרעמער. זי האָט זיך באַקענט מיטן פּויליש־ייִדישן שרײַבער סטאַניסלאַוו וויטקעוויטש, און איר נאָענטע באַקאַנטשאַפֿט מיטן פּויליש־ייִדישן שרײַבער און קינסטלער ברונאָ שולץ האָט זיך אָנגעהויבן אין 1930. די טראַדיציע פֿון עסן האָלופּצעס (פּראַקעס) און קרעפּלעך סוכּות, זאָגן טייל מענטשן, איז ווײַל די־אָ "געשטאָפּטע" שפּײַזן סימבאָליזירן אַ יאָר פֿול מיט שפֿע; אַנדערע זאָגן, אַז ס׳האָט באמת אַ שײַכות מיטן זיבעטן טאָג הושענא־רבה, ווײַל פּונקט אַזוי ווי יענער טאָג איז אַ "באַהאַלטענער" יום־טובֿ (מע קען דעמאָלט טאָן כּמעט אַלע מלאָכות), גרייט מען צו אַזעלכע פּאָטראַוועס, וווּ מע קען נישט זען וואָס ס׳איז אינעווייניק באַהאַלטן. הײַנטיקע צײַטן קען זײַן שווער אַפֿילו צו געפֿינען אַ מענטש, מיט וועמען מע קען רעדן אַ ייִדיש וואָרט. ווען איך האָב ערשט זיך אָנגעהויבן לערנען ייִדיש, האָב איך ניט געוווּסט וווּהין צו גיין. אָבער זייער גיך האָב איך אַנטדעקט די אָרגאַניזאַציע "יוגנטרוף", וואָס שאַפֿט געלעגנהייטן צו רעדן, לייענען, שרײַבן, זינגען און פֿאַרברענגען אויף ייִדיש, ספּעציעל פֿאַרן ייִנגערן דור. מע קאָן לעצטנס אָפֿט הערן פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע" וועגן אַ מין פּשרותדיקן פּלאַן פֿון אַ פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג, אַ צונויפֿגוס פֿון "כאַמאַס" און "פֿאַטאַך". דערמאָנט עס באַלד אין יענעם געמיש פֿון נאַפֿט און השתּנה. אין רעזולטאַט באַקומט זיך, אַז די קוואַליטעט פֿון דער השתּנה ווערט טאַקע העכער, אָבער אַזאַ געמיש מאַכט גיך קאַליע דעם מאָטאָר און די מאַשין בלײַבט, סוף־כּל־סוף, שטיין. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך באַקומען אין דער פּאָסט אַ שנה־טובֿה, וואָס האָט מיך שטאַרק גערירט. די משפּחה וואָס האָט עס אונדז געשיקט איז מיר דווקא נישט אַזוי נאָענט. מיר האָבן זיך באַקענט דורך אונדזערע זין, וועלכע זענען געוואָרן גוטע חבֿרים בעת די קאַלעדזש־יאָרן. צוליב העפֿלעכקייט, האָב איך פֿאַרבעטן די עלטערן אויף אַ שבת־מיטאָג, און זיי אונדז — אויף אַ חנוכּה־שׂימחה. קיין שטאַרקן רושם האָבן זיי אויף מיר נישט געמאַכט, און ווען איך וואָלט זיי הײַנט געזען אויף דער גאַס, איז מעגלעך, אַז איך וואָלט זיי אַפֿילו נישט דערקענט. יעדער טאַטע און יעדע מאַמע, האַלט, אַז זייער קינד פֿאַרמאָגט אַן אויסערגעוויינטלעכן טאַלאַנט — איינער אויף דער וועלט. אָבער עלענאַ ראָסמאַן, אַ געוועזענע לערערין פֿון קלאַסישער מוזיק אין אַלמאַ־אַטאַ, קאַזאַכסטאַן, זוכט טאַקע יונגע מוזיקער, וועלכע זענען, ווי זי האַלט, נישט בלויז טאַלאַנטירט, נאָר ממש געניאַל. בײַם סוף פֿון אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דעם אויבערשטן צו משה רבינו "בעצם היום הזה לאמור: עלה אל הר העבֿרים הזה הר נבֿו וגו׳ ומות בהר" — דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו אין מיטן טאָג אַזוי צו זאָגן: גיי אַרויף אויף אָט דעם "עבֿרים"־באַרג, דעם באַרג נבֿו, און דאָרט זאָל משה נפֿטר ווערן... דער אויסדרוק "בעצם היום", וואָס מיינט ממש אין מיטן טאָג, דערשײַנט נישט אָפֿט אין דער תּורה. וואָס איז דאָ די תּורה אויסן צו באַטאָנען? דער אויסבראָך פֿון דער געדערעם־באַציל (E. coli) צוליבן עסן זאַק־שפּינאַט, קאָן שטאַרק שאַטן דעם פֿאַרקויף פֿון די פֿריִער־געוואַשענע, פּלאַסטיש־אײַנגעפּאַקטע סאַלאַטן, וואָס זענען הײַנט אַזוי פּאָפּולער בײַ די צײַט־באַגרענעצטע, דיעטע־באַוווּסטזיניקע אַמעריקאַנער, זאָגן די עקספּערטן פֿון דער שפּײַז־אינדוסטריע, וואָס באַטרעפֿט הײַנט 2.8 ביליאָן דאָלאַר אַ יאָר. |