- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אָנגעהויבן האָבן מיר פֿון דער צענטראַלער ראָטשילד־גאַס ווען זי טרעפֿט זיך מיט דער "נחלת בנימין"־גאַס, בײַם "אַנדרטת המייסדים" (דאָס גרינדונג־אָרט). דעם דאָזיקן דענקמאָל האָט מען אויפֿגעשטעלט אין 1949, כּדי אָפּצייכענען 40 יאָר פֿאַר דער שטאָט תּל-אָבֿיבֿ; דאָרטן האָט מען אויסגעגראָבן דעם ערשטן ברונעם און אַזוי, כאָטש אויף אַ סימבאָלישן אופֿן, פֿאַרלייגט די יסודות פֿון דער נײַער שטאָט. וואָס שייך דעם מיטאָס, אַז תּל-אָבֿיבֿ איז "געגרינדעט אויף די זאַמדן", ווײַזט ביראַן אַ בילד פֿון יענער תּקופֿה פֿונעם זעלביקן אָרט, וואָס ברעכט דעם דאָזיקן מיטאָס. מע זעט דאָרט צווישן אַנדערן: די געגנט "נוה צדק", אַן אַראַבישע געגנט אין יפֿו, און די באַרימטע סעדער (די פּרדסים) פֿון יפֿו. "און ממש אויף זאַמדן", גיט ביראַן צו, "האָט מע פֿאַקטיש גאָרנישט געבויט". אַ באַרג ליטעראַטור איז אָנגעשריבן געוואָרן מכּוח די ערבֿ-נאַציסטישע וואַלן, וואָס האָבן "דעמאָקראַטיש" געשאַפֿן דעם בלוטדאָרשטיקן רעזשים. דער טרויעריקער אמת איז, אַז פֿאַר היטלערן האָבן געשטימט מענטשן פֿון זייער אַ ברייטער סאָציאַלער באַזע אין דער באַפֿעלקערונג. געציילטע ענטוזיאַסטן פֿון דער נאַציסטישער פּאַרטיי זײַנען געווען אַפֿילו צווישן די ייִדן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָב איך געהאַלטן אין די הענט (אין אַ בערלינער אַרכיוו) אַ צײַטשריפֿט פֿון די אַזוי-גערופֿענע "נאַציאָנאַל-דײַטשישע ייִדן", וואָס האָבן גע-וואָלט אָנגענומען ווערן ווי אַ טייל פֿון דער נאַציאָנאַל-סאָציאַליסטישער באַוועגונג און האָבן זיך אַפֿילו געחידושט, פֿאַר וואָס היטלערס עולם האָט בשום-אופֿן ניט געוואָלט האָבן מיט זיי צו טאָן. צווישן די פּראָיעקטן, וואָס די יונגע לײַט האָבן דורכגעפֿירט: אַ פּראָגראַם וואָס ברענגט כּישוף־מאַכער צו שפּיטאָלן, רעהאַביליטיר־צענטערס און דירות־הײַזער פֿאַר עלטערע לײַט; אַ יערלעכע מאָדע־אויסשטעלונג, וואָס זאַמלט געלט פֿאַר די ישׂראלדיקע צדקה־צוועקן, און אַ קוריקולום, וואָס לערנט סטודענטן איבערן לאַנד ווי אַזוי בעסער צו פֿאַרשטיין און העלפֿן אויטיסטישע תּלמידים אין זייערע קלאַסן. הײַיאָר איז דאָס זעקסטע יאָר, וואָס מע האָט אויסגעטיילט די "תּיקון־עולם" פּרעמיעס (Diller Teen Tikkun Olam Awards); ביז איצט האָט מען שוין אויסגעטיילט מער ווי 1 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר 30 צענערלינגען אין קאַליפֿאָרניע. אַחוץ די "תּיקון־עולם פּרעמיעס", שטיצט די "דילער־פֿונדאַציע" אויך אַ צווייטע פּראָגראַם, Diller Teen Fellows, וואָס ברענגט צונויף פֿעיִקע ייִדישע צענערלינגען אין 18 שטעט אין צפֿון־אַמעריקע און ישׂראל, און טרענירט זיי, במשך פֿון אַ יאָר און אַ האַלב, ווי זיי קענען ווערן צוקונפֿטיקע פֿירער, איבערגעגעבן דעם ייִדישן פֿאָלק, ישׂראל און געזעלשאַפֿטלעכער אַרבעט. די טערמינען וואָס האָבן אַ שײַכות מיט קנאָבל זענען זייער אינטערעסאַנטע. דאָס ייִדישע "קנאָבל״ איז, אַפּנים, אַ קירצונג פֿונעם דײַטשישן Knoblauch — אַזעלעכע קירצונגען געפֿינט מען אויך אין דײַטשישע דיאַלעקטן. Knoblauch אַליין שטאַמט פֿון אַן עלטער וואָרט klobelauch, אַ צונויפֿהעפֿט פֿון צוויי ווערטער וואָס זענען טײַטש ׳געשפּאָלטן׳ און ׳ציבעלע׳ — דער קנאָבל לאָזט זיך דאָך צעטיילן אויף חלקים, וואָס אויף ייִדיש רופֿט מען זיי "ציינדלעך״. דאָס ענגלישע garlic איז אויך אַ צונויפֿהעפֿט, פֿון gar ׳שפּיז׳ און lic ׳ציבעלע׳ — פֿ״גל דאָס ענגלישע leek און דאָס דײַטשישע Lauch ׳פּאָרע-ציבעלע׳. אין דער ראָמאַנישער שפּראַך-משפּחה געפֿינט מען ס׳רוב אָפּשלאָגן פֿונעם לאַטײַנישן allium: פֿראַנצויזיש ail, פּאָרטוגאַליש alho, איטאַליעניש aglio, שפּאַניש ajo. בלויז רומעניש האָט דאָ אַרויסגעוויזן "שאַפֿערישקייט״: דאָרטן איז דאָס וואָרט usturoi, פֿון אַ לאַטײַנישן ווערב ustulare ׳(פֿאַר)ברענען׳ — ס׳איז קלאָר פֿאַר וואָס. די סלאַווישע טערמינען: פּויליש czosnek, טשעכיש česnek, רוסיש chesnok אאַז״וו — זענען פֿאַרבונדן מיט אַן אַלטן ווערב וואָס איז אויך טײַטש — ׳שפּאַלטן׳, און אפֿשר אויך מיטן ווערב פֿאַר ׳קעמען׳. (מיטן וואָרט פֿאַר ׳טייל׳ — פּויליש część אד״גל — איז עס נישט קיין קרובֿ, נישט-געקוקט אויף די האָפֿענונגען פֿונעם שרײַבער פֿון די שורות...) ס’איז שוין אַזוי פֿאַרפֿירט געוואָרן — צו רעדן וועגן דער אינטערנעץ ווי וועגן אַ ווירטועלער וועלט. אָבער מע דאַרף זיך באַזונדערס ניט שטאַרק אַרײַנטראַכטן אין דעם ענין כּדי צו פֿאַרשטיין, אַז קיין שום ווירטועלקייט איז, אין תּוך, ניטאָ. הינטער אַלץ, וואָס ווערט אַרויסגעשטעלט אין די עלעקטראָנישע רחבֿותן פֿון אינטערנעץ, שטייען ניט קיין ווירטועלע, נאָר לעבעדיקע, רעאַלע מענטשן. אַן אַנדער זאַך איז, אַז די אינטערנעץ גיט אַ מעגלעכקייט צו באַהאַלטן זיך הינטער עפּעס אַן עלעקטראָנישער מאַסקע און זיך פֿילן פֿרײַ צו שרײַבן עפּעס אַזוינס, וואָס אָן דער מאַסקע וואָלט געווען אפֿשר שווער אַרויסצושטעלן פֿאַר אַלעמענס אויגן. אַ גרויסער טייל פֿון קאָגמאַן־אַפּעלס בוך איז געווידמעט דער טעמע פֿון גראַפֿישער רעפּרעזענטאַציע פֿון דער שכינה, ווי אַ ווײַבלעכער אַספּעקט פֿון געטלעכקייט, אין שײַכות מיט דער טיפֿער טראַדיציע פֿון חסידי־אַשכּנז — די ייִדישע מיסטיקער, וועלכע האָבן נישט בלויז איבערגעלאָזט אַ רײַכע גײַסטיקע ירושה, נאָר פֿאַרלייגט די יסודות פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום, ווי אַ באַזונדערע עטניש־רעליגיעזע עדה. ביז לעצטנס, האָבן צווישן די פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער גײַסטיקער קונסט דאָמינירט משׂכּיליש־ראַציאָנאַליסטישע נטיות. ס׳רובֿ פֿאָרשער האָבן זיך פֿאָקוסירט אויף דעקאָראַטיווע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־קונסט און זעלטן געפּרוּווט אָפּצוטײַטשן די אַלטע ספֿרים־אילוסטראַציעס ווי אַן איקאָנאָגראַפֿישע סיסטעם, וואָס רעפּרעזענטירט רוחניות אין אַ געוויסער גראַפֿישער פֿאָרעם. די טעג איז צו מיר דערגאַנגען די ידיעה, אַז ישׂראל האָט מיט מזל אויסגעקליבן אַ שיינהייט־קעניגין פֿון צווישן די געראַטעוועטע פֿרויען פֿונעם חורבן. מיינט נישט אַז ס׳איז צוגעגאַנגען אַזוי פּשוט. עס האָבן זיך צוגעשטעלט צום קאָנטעסט אַ כאָפּטע אַלטע ווײַבער וואָס האָבן איבערגעלעבט דאָס גרעסטע אומגליק אין אונדזער געשיכטע. אויסגעפּוצט און אויסגעסטרויעט ווי יענטל צום גט, האָבן זיי פּאַראַדירט פֿאַר אַ כאָפּטע ריכטער. דאָ האָבן די שופֿטים און אָרגאַניזאַטאָרן זיי גענומען צום פֿאַרהער. יעדע איינע פֿון די קאָנטעסטאַנטקעס האָט געמוזט דערציילן די גרעסטע גרוילן פֿון אירע איבערלעבונגען.
"עסט געזונטערהייט!"
Eat In Good Health! 5. "לימוד OZ", "בונד" און אינוועלאָק דער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער בילדונג און קולטור "לימוד", וואָס מיט יעדעס יאָר צעוואַקסט זיך אין דער ברייט און אין דער טיף, האָט אויך דערגרייכט די ייִדישע קהילה אין אויסטראַליע. וואָס מיינט "לימוד", ווי אַ וואָרט און באַגריף, פֿאַרשטיי איך אַליין, אָבער פֿאַר וואָס "OZ"? מײַן נײַגער איז גיך געשטילט געוואָרן: "OZ" — מיינט טאַקע "אויסטראַליע" און דאָס וואָרט ווערט נאָך הײַנט באַנוצט אין דער מינדלעכער שפּראַך. האָב איך שוין עפּעס, הייסט עס, אָפּגעלערנט פֿון דעם אויסטראַלישן לימוד. אַרײַנגעגאַנגען אין זאַל, וואָס אָט-אָט ווערט ער פֿול געפּאַקט, הער איך, ווי איין עלטערע פֿרוי זאָגט צום עלטערן מאַן אָנווײַזנדיק אויף מיר: "אָ, אָט נאַ דיר אַ יונגער־מאַן וואָס פֿאַראינטערעסירט זיך מיט ייִדיש!". איך בין אייגנטלעך נישט געווען דער איינציקער רעלאַטיוו יונגער־מאַן, וואָס איז בײַגעווען דאָרט. אָבער עס האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ מין סיטואַציע: דער עולם האָט זיך ווי צעטיילט אויף צוויי עיקרדיקע גרופּעס — די אמתע חסידים פֿון ייִדישן טעאַטער און די, וואָס די ערשטע גרופּע (די "חסידים") האָט זיי מיטגעשלעפּט מיט זיך אין טעאַטער. האָט די ערשטע גרופּע געמוזט כּסדר באַרעכטיקן און דערקלערן דער צווייטער גרופּע דעם ווערט און דעם זינען פֿון דער גאַנצער אונטערנעמונג. אָבער תּל-אָבֿיבֿ, די ערשטע העברעיִשע שטאָט אין דער וועלט, האָט גאַנץ ערנסט אויפֿגענומען דעם פֿאַקט, אַז מע שטעלט פֿאָר אַ נײַע קאָמעדיע בײַם ייִדישן טעאַטער. אַזעלכע באַקאַנטע פֿיגורן פֿון דער העברעיִשער קולטור, ווי חנן יובֿל און דאַני סאַנדערסאָן האָט מען געקאָנט זען צווישן דעם עולם; די חשובֿע צײַטונג "האָרץ" האָט אין יענעם אָוונט זיך פֿאַרגינט צו שיקן איר לאַנג-יאָריקן טעאַטער-קריטיקער מיכאל הענדלזאַלץ צו רעצענזירן די נײַע פֿאָרשטעלונג; און ווי געזאָגט, איז קיין ליידיק אָרט נישט געווען. דער "האָרץ" קריטיקער, הענדלזאַלץ, האָט זיך אַליין באַשריבן אין זײַן אַרטיקל (האָרץ 12\06\24) ווי "דער איינציקער צוקוקער צווישן דעם עולם, וואָס האָט נישט געפּלאַצט פֿאַר געלעכטער פֿון אילן דאַרס און יעקבֿ באָדאָס וויצן; זיי קלינגען ערגער אויף ייִדיש, ווי אויף ענגליש". אָבער דאָס איז געווען אין אַן אַנדער וועלט. אין דער איצטיקער וועלט איז כּמעט אוממעגלעך זיך אויסצודרייען אָן הלוואָות. אויף אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער תּושבֿ קומט נאָענט צו זעקס טויזנט דאָלאַר, וואָס הענגען ווי אַ חובֿ אויף איר, צי זײַן, קרעדיט-קאַרטל. און דאָס איז נאָך אַ קלייניקייט, אין פֿאַרגלײַך מיט דער דורכשניטלעכער היפּאָטעק ("מאָרטגיידזש"), וואָס איז אַריבער 167 טויזנט דאָלאַר. צו דעם קומען אָפֿט מאָל צו אַנדערע הלוואָות, וואָס מענטשן נעמען כּדי קויפֿן אַ נײַעם אויטאָ, באַצאָלן פֿאַר דער בילדונג, צו רעכט מאַכן די ציין, וכ’. די גאַנצע עקאָנאָמיע, פּערזענלעכע, געשעפֿטלעכע און מלוכישע, דרייט זיך אַרום באָרגן געלט. מיט יאָרן צוריק איז מיאַמי־ביטש געווען אַ שטיקל ייִדישע מדינה. איך געדענק אַפֿילו ווען אָנווײַזונגען צום ים זײַנען געווען געשריבן אויף ייִדיש. די שטאָט איז בדרך־כּלל געווען באַזעצט מיט ייִדן פֿון עלטערן דור; דער עיקר, ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן פֿון דער גאַנצער וועלט. און כאָטש זיי האָבן דאָ אין אַמעריקע געוווינט לענגער ווי אין די שטעט און שטעטלעך פֿון וואַנען זיי זײַנען געקומען, דאָך איז די אַלטע היים געווען זיי אײַנגעבאַקן אין האַרצן. |