- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
2. אונדזערע גאַסטגעבער — עליס און בענעש נאָך דעם לאַנגן איבערפֿלי — ניו־יאָרק־לאָס־אַנדזשעלעס־סידני (איבער 20 שעה אין דער לופֿטן), האָבן שוין די אָנדערטהאַלבן שעה פֿון סידני קיין מעלבורן אויסגעזען ווי אַ קאַצנשפּרונג. אָבער דאָס באַגעגעניש מיט דער שווייץ האָט געהאַט אַ פּעולה ניט נאָר אין דער אַלגעמיינער לינגוויסטיק און אין אוריאל ווײַנרײַכס אַקאַדעמישער קאַריערע. עס האָט אויך געביטן און אויסגעברייטערט דעם אופֿן, ווי אַזוי מען האָט באַטראַכט די ייִדישע שפּראַך און דעם באַגריף אַשכּנז. די ווײַנרײַכס האָבן צום ערשטן מאָל "אַנטדעקט" דעם מערבֿ־ייִדישן דיאַלעקט, וואָס האָט אַ מאָל זיך געצויגן איבער דער לענג און ברייט פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד, אַפֿילו צפֿון־איטאַליע, אָבער וואָס דעמאָלט האָבן בלויז געציילטע אַלטע ייִדן די שפּראַך נאָך געדענקט, דער עיקר, אין עלזאַס (פֿראַנקרײַך) און אין דער שווייץ. דאָס וואָרט "אַנטדעקט" שטייט אין גענדזנפֿיסלעך, ווײַל אין דער וויסנשאַפֿטלעכער ליטעראַטור איז די עקזיסטענץ פֿון מערבֿ־ייִדיש שוין געווען גוט באַקאַנט — נאָר וועלכער ייִד אין ווילנע, וואַרשע, אָדער ניו־יאָרק האָט זי אַ מאָל געהערט? אין דײַטשלאַנד האָט מערבֿ־ייִדיש אָנגעהויבן גיין באַרג־אַראָפּ נאָך אין משה מענדלסאָנס צײַטן. נאָך דער "דע-סטאַליניזאַציע", לכל-הפּחות, אויסנווייניק פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג, זײַנען "לענין" און "לעניניזם" געוואָרן נאָך הייליקער פֿאַר האַרטנעקיקע קאָמוניסטן ווי פֿריִער. די פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס תּקופֿה האָט מען געקענט פֿאַרטײַטשן ווי "אָפּווייכונגען" פֿון לעניניסטישע נאָרמעס, און שוין — צוריק צו די "נאָרמעס". דער גלויבן אין קאָמוניזם האָט דאָך תּמיד געהאַט רעליגיעזע עלעמענטן, און לענין איז געוואָרן דער אָפּגאָט אין אָט דעם קולט. ניט צופֿעליק איז ער אַוועקגעלייגט געוואָרן אין מאַווזאָליי, אויפֿן רויטן פּלאַץ, מענטשן זאָלן קענען קומען צו אָט דעם טעמפּל און זיך בוקן צו זייער געץ. כאָטש די ציבעלע איז אין מיזרח-אייראָפּע בכלל און, בײַ אונדזערע ייִדן בפֿרט, נישט קיין חשובֿער תּושבֿ, קען מען זיך אָן איר פֿאָרט נישט באַגיין. דאָס איז, אָבער, אויך אמת וועגן דעם קאַרטאָפֿל, וואָס אונדזערע לייענערס ווייסן שוין, אַז ער איז אָנגעקומען קיין אייראָפּע ערשט מיט עטלעכע הונדערט יאָר צוריק. און די ציבעלע, מיט אירע נאָענטע קרובֿים — קנאָבל, אַשלעך/גרינע ציבעלע/יונגע ציבעלע, שטשיפּיער און פּאָרע-ציבעלע? קודם-כּל איז דער מין זייערער Allium, אויף ייִדיש — "ציבעלע-געוויקסן", אַ גליד פֿון דער משפּחה Liliaceae — lily, ליליקע. לויט די מקורים זענען פֿאַראַן איבער 300 זגאַלן פֿון די ציבעלע-געוויקסן, וואָס אַרום אַ פֿערטל פֿון זיי שטאַמען פֿון אַמעריקע. די ציבעלע ווערט צום ערשטן מאָל אויפֿגעוויזן אין מעסאָפּאָטאַמיע (דאָס הײַנטיקע איראַק) מיט העכער פֿיר טויזנט יאָר צוריק. צו יענער צײַט האָט זי שוין, אַ פּנים, געהאַט אַ שם, אַז זי טויג בעסער פֿאַר אָרעמע-לײַט ווי פֿאַר רײַכע. אָבער אויך גרויסע מענטשן, מלכים, האָבן זי געגעסן. אין די ווײַטערדיקע יאָרהונדערטער האָט זי זיך צעשפּרייט איבערן גאַנצן מיטעלן מיזרח און, סוף-כּל-סוף, אָנגעשפּאַרט קיין אייראָפּע. אָנגעקומען איז זי, ווי אַ סך אַזיאַטישע געוויקסן, דורך גרעקנלאַנד און רוים. נאָרוועגיע איז טײַער און אויך רײַך, און דאָס קומט, דער עיקר, פֿון די מינעראַלע רעסורסן, מיט וועלכע ס׳איז אָנגעזעטיקט דער ים אַרום דער מדינה. אַנטפּלעקט האָט מען עס סוף 1960ער יאָרן, און הײַנט פֿאַרנעמט נאָרוועגיע איינע פֿון די פֿירנדיקע ערטער צווישן די לענדער, וואָס עקספּאָרטירן נאַפֿט און גאַז. ס׳איז שווער צו זאָגן, צי איז עס דער נאַפֿט, אָדער נאָך עפּעס אַן אַנדער סובסטאַנץ, וואָס גיט אַזאַ קלאַפּ אין קאָפּ דער נאַציע, אַז זי הייבט אָן אַקטיוו פֿײַנט האָבן ייִדן בכלל און ישׂראלים בפֿרט. דער סך-הכּל איז אָבער, אַז דווקא נאָרוועגיע האָט פֿאַרדינט דעם שם פֿון — אפֿשר — דער סאַמע אַנטי-ייִדישער מדינה אין אייראָפּע. די נעגאַטיווע באַציִונג צו ייִדן האָט היסטאָרישע קוואַלן. קודם-כּל מוז מען געדענקען, אַז נאָרוועגיע איז געווען דאָס לעצטע לאַנד אין אייראָפּע, וואָס האָט דערלויבט ייִדן צו באַזעצן זיך אויף איר טעריטאָריע. געשען איז עס ערשט אין יאָר 1851. צוליב וואָס זאָג איך עס? צוליב דעם וואָס אייניקע מענטשן פֿאַרמאָגן גוטע וויבראַציעס. ווען איר זײַט אין זייער אָנוועזנהייט, קענט איר אָטעמען פֿרײַער, צונויפֿזאַמלען די געדאַנקען, רעדן נישט אָנגעשטרענגט און זײַן צופֿרידן בײַם געזעגענען זיך. 1. דער לאַנגער שבת אין סידני ווען מײַן פֿרײַנדל האָט דערהערט, אַז איך קלײַב זיך צו פֿאָרן אין אויסטראַליע, האָט ער, ווי אַן עכטער אַמעריקאַנער, מיר אַ זאָג געטאָן: "אַ לאַנד, וווּ ס׳איז אַלץ קאַפּויער!" צו באַשטעטיקן זײַנע ווערטער האָט ער צוגעגעבן: "דאָ הייבט זיך בײַ אונדז אָן דער זומער, און דאָרט גייט מען ערשט אין ווינטער אַרײַן". די שׂימחה איז פֿאָרגעקומען אינעם "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" — אַן אָנגעזעענער חורבן־מוזיי אויפֿן דרומדיקן שפּיץ פֿון מאַנהעטן, און אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר דער שׂימחה, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ד״ר רות איז אַליין אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, און איז הײַנט אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם מוזיי. לכתּחילה, ווען מע האָט איר געהאַט פֿאָרגעלייגט אַ בראַנזשע פֿון ווײַן־פּראָדוקטן אויף איר נאָמען, האָט זי זיך אָפּגעזאָגט, פּונקט אַזוי ווי זי האָט פֿריִער זיך אָפּגעזאָגט אַרויסצולאָזן אַ בראַנזשע פֿון קאָקאָשעס אָדער אונטערוועש אויף איר נאָמען. דעם צווייטן טאָג האָט זי זיך אָבער באַרעכנט. זי האָט אָנגעהויבן צו קלערן, אַז אויב זי וועט אַנטוויקלען אַ ווײַן מיט אַ נידעריקן פּראָצענט אַלקאָהאָל, וועט עס אפֿשר העלפֿן פּאָרפֿעלקער זיך פֿילן באַקוועמער אין שלאָפֿצימער, און דערבײַ פֿאַרבעסערן זייער ליבן זיך. אַזוי איז געגרינדעט געוואָרן דער נײַער ווײַן, מיטן נאָמען "ווען ד׳אַמור׳" (דער ווײַן פֿון ליבע, אויף פֿראַנצויזיש). פֿאַר יעדן פֿלאַש וואָס מע וועט פֿאַרקויפֿן, וועט דער "מוזיי פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה" באַקומען אַ פּראָצענט. און דאָך האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אויף דער צײַט פֿון די יובֿל-פֿײַערונגען. מײַן ווײַב האָט באַשלאָסן, אַז אַזוי וועט זי קענען אײַנשפּאָרן צוויי טעג פֿון אירע וואַקאַציעס. דאָס האָט אויך געמיינט, אַז פֿאָרן האָט מען געדאַרפֿט ערגעץ באמת דרומדיק, וווּ אָנהייב יוני איז שוין אַ ריכטיקער זומער. הקיצור, האָבן מיר אויסגעקליבן מאָנטענעגראָ, דאָס לאַנד פֿון "שוואַרצע בערג". געפֿאָרן זײַנען מיר אַהין, האָבנדיק געוויסע באַוואָרענישן וועגן דער מדינה. אָבער איצט, נאָכן פֿאַרברענגען דאָרט כּמעט צוויי וואָכן, זײַנען מיר געוואָרן ענטוזיאַסטן פֿון אָט דעם געוואַלדיק שיינעם ווינקל פֿון אייראָפּע. דערצו האָט זיך בײַ אונדז געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מענטשן זײַנען דאָרטן זייער סימפּאַטישע און גאַסטפֿרײַנדלעכע. אַ חוץ דער נאַטור, שאַפֿט מאָנטענעגראָ אַ שטאַרקן אײַנדרוק ווי אַ "רוסיש אָרט". אינמיטן דעם יאָר 1942, האָבן די נאַציס דורכגעפֿירט דעפּאָרטאַציע־אַקציעס אין דער וואַרשעווער געטאָ און פֿאַרשיקט די אַסירים קיין טרעבלינקע, צו פֿאַרניכטן זיי אין די גאַז־קאַמערן. צווישן די אומגעקומענע זענען געווען אַ סך פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן; איינער פֿון די אָריגינעלסטע אומגעקומענע ייִדישע דענקער איז געווען הלל צייטלין — אַ מענטש אַ כּל־בוניק: אַ זשורנאַליסט, אַ רעדאַקטאָר, אַ מיסטיקער, אַ שרײַבער און אַ פּאָעט; אַ פֿילאָסאָף און אַ סאָציאַלער קריטיקער; דער טאַטע פֿונעם גרויסן ייִדישן פּאָעט אַהרן צייטלין. איינער פֿון די סימנים, וואָס ווײַזן, אַז אַ געוויסע שפּראַך האָט זיך אַנטוויקלט ביז דער העכסטער קולטור־מדרגה, איז די פּובליקאַציע פֿון אָריגינעלע פֿילאָסאָפֿישע און מעטאַפֿיזיש־מיסטישע ווערק. אינעם 18־19טן יאָרהונדערט זענען אויף ייִדיש פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ ריי וויכטיקע עזאָטערישע און פֿילאָסאָפֿישע ווערק, בתוכם "נחלת־צבֿי", באַקאַנט ווי דער "ייִדישער זוהר"; "קבֿ־הישר", דער פּאָפּולערער מוסר־ספֿר מיט אַ קבלהדיקן טעם; רבי נחמן בראַצלעווערס "סיפּורי־מעשׂיות"; אַ צאָל טראַקטאַטן וועגן כּוונות און מעדיטאַציעס פֿונעם צווייטן חב״ד־רבין. די טראַדיציע פֿון עכטע פֿילאָסאָפֿישע ווערק אויף ייִדיש האָט זיך צעבליט בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. אַזעלכע שרײַבער, ווי חיים זשיטלאָווסקי און יצחק־נחמן שטיינבערג, האָבן אָנגעשריבן אַ צאָל ביכער אויף סאָציאַל־פֿילאָסאָפֿישע טעמעס. ווען זיי וואָלטן געשריבן אויף רוסיש אָדער ענגליש, וואָלט מען הײַנט שטודירט זייערע ווערק, מסתּמא, אין אַלע אוניווערסיטעטן אַרום דער וועלט. צום באַדויערן, צוליב דעם טראַגישן גורל פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, בלײַבן זיי ווייניק באַקאַנט. אונדזער אייגענער און מײַן באַליבטסטער ייִדישער פּאָעט, איציק מאַנגער, מיט זײַן קאָלירפֿולן כּוח־הדמיון וואָס איז געווען בכּוח אָפּצושילדערן יענע וועלט מיט אַלע פּיטשעווקעס, האָט ער דאָס געטאָן אין זײַן "בוך פֿון גן־עדן." די צײַטן בײַטן זיך — הײַנט זײַנען דאָ אַ ביסל מער שווייצער און אַ סך ווייניקער ייִדיש־רעדערס — אָבער ס׳איז געבליבן אַ שטיקל לינגוויסטישע קרובֿישאַפֿט צווישן די צוויי גרופּעס. די שווייצער האָבן ניט קיין איין נאַציאָנאַלע שפּראַך, נאָר זיי רעדן פֿאַרשיידענע, וועלכע זײַנען געזעצלעך גלײַכבאַרעכטיקט: דײַטש, פֿראַנצויזיש, איטאַליעניש, און ראָמאַנש. די גרויסע מערהייט רעדט שווייצער־דײַטש, וואָס ער איז לויט זײַן קלאַנג און גראַמאַטיק מסתּמא אַזוי ווײַט פֿון כּלל־דײַטש ווי אונדזער ייִדיש. |