- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ביידע זײַנען מיר געווען כּמעט אין זעלבן עלטער. זי מיט אַ צוויי יאָר גערוקט פֿון מיר, איז ווען איך בין געווען עלף איז זי שוין געווען דרײַצן. אַ שיינינקע און אַ זגראַבנע איז זי געוואַקסן מיט אַ דאָרשט צום לערנען זיך, צו לייענען, אַרומפֿאָרן אויף אַ ראָווער און לויפֿן אין קינאָ אין אולם. מיר האָבן זיך אַלע געפּאַשעט אויף די בריטישע פֿילמען. איך ווידער, האָב ליב געהאַט די לידער וואָס מיר קינדער האָבן געזונגען אין לאַגער, געלערנט זיך שפּילן אויף דער פֿאָרטעפּיאַנע, געלייענט און צוגעהערט זיך ווי דער עלטערער דור דערציילט מעשׂיות סײַ פֿונעם חורבן און סײַ פֿון די שטעט און שטעטלעך וווּ זיי האָבן זיך געכאָוועט. ליליען ווידער האָט זיך שנעל אויסגעלערנט העברעיִש, זיך געגרייט צו ווערן אַ חלוצה און געחלומט פֿון פֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. די לאַגערן זײַנען באַשטאַנען פֿון פֿאַרשיידענע געראַטעוועטע ייִדן, פֿרויען און מענער, סײַ ערלעכע ייִדן און סײַ בלאַטע, אונטערוועלט, הייסט עס. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך געראַטעוועט טאַקע צוליב זייער ספּריטנעקייט און קענען דערשנאַפּן געפֿאַר. אַזוי ווי די ביעלסקי־ברידער. די גרעסטע חסידישע גרופּע אין דער וועלט זענען די סאַטמאַרער חסידים. היסטאָריש גערעדט, שטאַמט די דאָזיקע חסידישע טראַדיציע נישט פֿון סאַטמאַר, נאָר פֿון גאַליציע. רבי משה טייטלבוים, דער מחבר פֿונעם ספֿר "ישׂמח משה", איז געווען אַ תּלמיד פֿונעם באַרימטן חוזה לובלינער, און געדינט, צו ערשט, ווי אַ רבֿ אין פּזשעמישל, פּוילן. שפּעטער, האָט דער "ישׂמח משה" זיך באַזעצט אין אוהעל, אַ שטעטל אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון אונגאַרן, נישט ווײַט פֿון סלאָוואַקײַ. דעם "ישׂמח משהס" קינדער און אייניקלעך האָבן פֿאַרשפּרייט אַן אייגענע שיטה פֿון חסידות מיט אַן אונגאַרישן טעם ווײַטער אַרום דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע. די סאַטמאַרער חסידים זענען הײַנט באַרימט געוואָרן מיט אַזאַ נאָמען צוליב דער טעטיקייט פֿונעם רבין יואל טייטלבוים, וועלכער איז געווען אַ רבי אין סאַטמאַר, און געשאַפֿן אַ ריזיקע באַוועגונג נאָך זײַן אימיגראַציע קיין אַמעריקע. זײַן טאַטע און זיידע זענען אָבער געווען רביים אין אַן אַנדער טראַנסילוואַניש שטעטל, סיגעט. מיט די "תּולדות־אַהרנער" איז די מעשׂה פֿאַרקערט. אַהרן ראָט — באַקאַנט ווי רב אַרעלע — איז געבוירן געוואָרן אינעם קאַרפּאַטישן שטעטל אונגוואַר, אין 1894. זײַן משפּחה איז נישט געווען קיין חסידישע. ווי אַ יונגערמאַן, האָט רב אַרעלע זיך אָבער שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט חסידות, און געלערנט מיטן בעלזער רבין, רבי ישׂשׂכר־דובֿ רוקח, און מיטן בלאָזשעווער רבין, צבֿי־אלימלך שפּיראָ. דער בלאָזשעווער רבי, אַ באַקאַנטער מקובל, האָט געגעבן דעם יונגערמאַן אַן אייגענע באַוועגונג. לודוויג וואַן בעטהאָווען סאָנאַטע נומ׳ 14 (לבֿנה־סאָנאַטע); סעמועל באַרבער פּיאַנע־סאָנאַטע פֿרעדעריק שאָפּען "נאָקטורן", לאַ־בעמאָל מאַזשאָר סאָנאַטע נומ׳ 3 דעם 3טן מײַ האָט אין קאַרנעגי־האָל געשפּילט דער פּיאַניסט יעווגעני קיסין. איך האָב בכּיוון אָנגערופֿן די דאַטע, ווײַל אַזעלכע געשעענישן מוזן אָנגעוויזן ווערן פּינקטלעך, בפֿרט אין אַזאַ קולטורעלן כּרך, ווי ניו־יאָרק מיט הונדערטער (אויב נישט טויזנטער) אונטערנעמונגען אין איין אָוונט. אַזאַ אָוונט פֿאַרגעדענקט זיך אויף לאַנגע יאָרן. איך, אַני־הקטן, נעם זיך נישט אונטער צו שרײַבן אַ רעצענזיע אויף קיסינס קאָנצערט; איך בין זיכער, ס׳וועלן עס טאָן מיט גלאַנץ די הויך־פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיק־קאָמענטאַטאָרן פֿון דער בכּבֿודיקער "ניו־יאָרק טײַמס". איך קאָן נאָר נאָכבאָמבלען אונדזער גרויסן ייִדישן פּאָעט: "כ׳בין געשטאַנען פֿאַרגאַפֿט... ווי אַ שטילע שמונה־עשׂרה..." — און דערנאָך, ווען דער לעצטער קלאַנג איז אויסגעגאַנגען, האָב איך אַ טראַכט געטאָן: ניין, דער אייבערשטער האָט פֿון דעסטוועגן קודם געשאַפֿן דעם קלאַנג און שוין דערנאָך פֿון אים אויסגעפֿורעמט דאָס וואָרט. איך קלײַב זיך דאָ ניט געבן קיין באַריכט פֿון אָט די אַלע אינטערעסאַנטע קאָנפֿערענצן. כ׳וועל נאָר באַמערקן, און דאַכט זיך ניט צום ערשטן מאָל באַמערק איך עס, אַז אַזעלכע פֿאָרומס מאַכן אינטענסיווער דעם בלוט-דרוק (צי חכמה-דרוק) אין דער אַקאַדעמישער סבֿיבֿה, פֿאָדערן פֿון דיר אַ טראַכט טאָן, און אַ שרײַב טאָן, וועגן אַזעלכע זאַכן, וועלכע אַנדערש וואָלסטו אפֿשר וועגן זיי קיין מאָל ניט געטראַכט און ניט געשריבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס דו הערסט פֿרישע רעזולטאַטן פֿון דעם וואָס דײַנע קאָלעגן טוען, און דאָס איז אויך געוואַלדיק וויכטיק. און פּשוט טרעפֿן זיך, און באַקענען זיך, מיט קאָלעגן איז תּמיד אַ ממשותדיקער טייל פֿון דעם קאָנפֿערענץ-"געשעפֿט". וועל איך אָנהייבן קודם מיטן צווייטן סדר, וווּ עס האָט מיך אײַנגעלאַדן שׂרה־רחל שעכטער, די מיטאַרבעטערין פֿון "פֿאָרווערטס" און איך בין זיכער, אַז אונדזערע לייענער זײַנען גוט באַקאַנט מיט אירע שריפֿטן. דער אמת איז, אַז איך קען די גאַנצע שעכטער־משפּחה שוין מזמן, זינט זייער פֿריסטן עלטער. געקענט דעם טאַטן, ד״ר מרדכי שעכטער ע"ה, די מאַמע, טשאַרנע, די פֿיר שעכטער־קינדער, שׂרה־רחל שעכטער־איידלמאַן, דאָבריש־גיטל שעכטער־ווישנאַוואַט, פֿרימעט־איידל שעכטער און פֿאַרשטייט זיך בנימין שעכטער, דעם גאָר, גאָר באַגאַבטן קאָמפּאָזיטאָר, פּיאַניסט און דיריגענט פֿון ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן כאָר. אַלע זײַנען שוין הײַנט דערוואַקסענע מענטשן, אָבער איין זאַך איז בײַ זיי פֿאַרבליבן פֿון דער היים — דאָס מאַמע־לשון. אַלע, אַלע שעכטער־קינדער און אייניקלעך רעדן אַ געשמאַקן ייִדיש. זיי האַלטן ממש אויף אַ ייִדיש־לאַנד. איז דער סדר בײַ שׂרה־רחלען געווען מײַן ערשטער הויכפּונקט דעם פּסח. ערשטנס, האָבן זיך צונויפֿגעזאַמלט אַ חבֿרה יונגוואַרג, געראָטענע שעכטער־קינדער און אייניקלעך, און אַלע ווי איינער האָבן גערעדט אַ פּרעכטיקן און נאַטירלעכן ייִדיש בײַם טיש. און אויב דאָס איז נישט געווען גענוג, האָבן שׂרה־רחלס בנים אַוועקגעלייגט אַ דבֿר־תּורה, אַז מען האָט געקאָנט לעקן די פֿינגער דערפֿון. און איצט די לידער, דעם גאַנצן ייִדישן רעפּערטואַר, מיט דעם פּסחדיקן טראָפּ. מען האָט געזונגען און זיך משׂמח געווען ביז די שפּעטע שעהען פֿון דער נאַכט. רעאַגירנדיק אויף דער מעלדונג פֿון אַ גרופּע ניו־יאָרקער חסידישע פֿירער, אַז מע פּלאַנירט אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע קעגן די סכּנות פֿון דער אינטערנעץ אין דרײַ וואָכן אַרום, האָט אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן דערצויגן אין דער חסידישער וועלט באַשלאָסן גלײַכצײַטיק דורכצופֿירן אַ קאָנטער־פּראָטעסט מיטן נאָמען The Internet is NOT the Problem, וועגן "די אמתע סכּנות וואָס באַדראָען די חסידישע באַפֿעלקערונג"; בפֿרט, דאָס באַשיצן די פֿרומע ייִדן, וואָס באַלעסטיקן קינדער. לויט אַן אַרטיקל אין דער חסידישער צײַטונג, "אידישע טעגליכע נײַעס", וועלן צענדליקער טויזנטער מענטשן זיך באַטייליקן אין דער אַנטי־אינטערנעץ־מאַניפֿעסטאַציע, דעם 20סטן מײַ, אין "סיטיפֿילד", דער בייסבאָל־סטאַדיאָן פֿון דער ניו־יאָרקער בייסבאָל־מאַנשאַפֿט, די "מעטס", אין קווינז. די צײַטונג גיט צו, אַז די אָרגאַניזירער האָבן שוין געזאַמלט 1.5 מיליאָן דאָלאַר דערפֿאַר. האָב איך, הייסט עס, געזען אַ פֿילם אויף אַ ייִדישער טעמע וואָס הייסט אויף ענגליש Mighty Fine און וואָס מיינט מען דערמיט צו זאָגן? דערמיט מיינט מען, אַז אַלץ איז גוט און ווויל און פֿײַן און אין בעסטן אָרדענונג, אָבער ס׳איז נישט פֿײַן. אַפֿילו ווען די משפּחה הייסט פֿײַן. האָבן מיר דאָ צו טאָן מיטן אַמעריקאַנער סטיל פֿון לעבן. איר ווייסט דאָך, ווען מ׳באַגעגנט אַ באַקאַנטן אין גאַס און יענער וויל וויסן וואָס איר מאַכט, איז דער ענטפֿער אַלע מאָל פֿײַן. גיי דערצייל יענעם וואָס סע קוועטשט אײַך. קיינער וויל נישט וויסן. יענער טראָגט זיך מסתּמא אַרום מיטן זעלבן פּעקל צרות. ווי עס זאָל נישט זײַן, האָבן מיר דאָ צו טאָן מיט אַ משפּחה אין די זיבעציקער יאָרן פֿון אונדזער צײַט־רעכענונג, וווּ די מאַמע איז אַ געראַטעוועטע פֿונעם חורבן און דער טאַטע איז אַ מענטש וואָס דראַפּעט זיך אויפֿן לייטער פֿון דערפֿאָלג; דער עיקר — מאַכן אַמעריקע, צוקומען צו גרויס געלט. אָבער ווי אַזוי טוט מען עס? ערשטנס, לייגט מען אַרײַן אין דעם ביזנעס די באָבע מיטן זיידן, דעם גאַנצן חוש, שׂכל, שווינדל; דער עיקר, מ׳דאָביוועט זיך צו גרויסע געלטער. און אַז מ׳דאָביוועט זיך שוין צו אַ גרויס פֿאַרמעגן, דאַרף מען לעבן גרויס, רחבֿותדיק, באָדן זיך אין לוקסוס. דער עיקר — אויסצושטעכן די שכנים די אויגן. ווי באַקאַנט, איז אין ישׂראל, בשעת מע פּראַוועט דעם נאַציאָנאַלן יום-טובֿ פֿון אומאָפּהענגיקייט, פֿאַרשפּרייט דער מינהג אַרויסצופֿאָרן אין די פּאַרקן און צו בראָטן דאָרט פֿלייש. די זעלבע טראַדיציע איז אַריבערגעטראָגן געוואָרן אין ניו-יאָרק, וווּ אין "בי. בי. קינג בלוז באַר און גריל", וואָס געפֿינט זיך אין סאַמע האַרץ פֿון דער שטאָט, אויף "טײַמס־סקווער", ווערט עס געטאָן שוין דאָס נײַנטע יאָר. פֿון דעם איז נישט שווער צו פֿאַרשטיין, אַז דער בעל-הבית פֿון דעם דאָזיקן "נאַכט-קלוב" איז אַליין אַן ישׂראלי. אַרום צוועלף הונדערט מענטשן האָבן דעם 25סטן אַפּריל זיך צונויפֿגעזאַמלט אויף דער דאָזיקער נאַציאָנאַלער אונטערנעמונג, וואָס איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרגאַניזאַציע "דור חדש" (דער נײַער דור) בשותּפֿות מיט נאָך אַ 100 אַנדערע אָרגאַניזאַציעס. די הויפּט־מענטשלעכע רעסורסן פֿאַר אַזאַ מין שׂימחה קומען פֿון צוויי גרופּעס: געוועזענע ישׂראלים און די זין און טעכטער פֿון געוועזענע ישׂראלים; ווי אויך פֿון די ייִדן וואָס גייען (אָדער זײַנען געגאַנגען) אין די ייִדישע טאָג-שולן, וואָס ס’רובֿ פֿון זיי זענען מאָדערנע אָרטאָדאָקסן. די צווייטע גרופּע באַצייכנט זיך כּלל-וכּלל נישט ווי אַ פּראָגרעסיווע, אָדער קאָנסערוואַטיווע, שוין גיכער — נוסח אַמעריקאַנער רעפּובליקאַנישע פּאַרטיי; און זי האָט טאַקע דאָמינירט אין יענעם אָוונט. למשל, בײַם ערשטן טייל פֿונעם אָוונט, דעם יום-הזכּרון, האָט מען אָן אַן עק גלאָריפֿיצירט דעם מיליטערישן כּוח פֿון ישׂראל, אָן צו דערמאָנען אַפֿילו מיט איין איינציק וואָרט די ווערטן פֿון שלום און ברודערשאַפֿט צווישן פֿעלקער. וואָס מע הערט הײַנט אויף קאָנצערטן פֿון ייִדישע לידער שפּיגלט אָפּ נאָר אַ קליינעם טייל פֿונעם געזאַנג־רעפּערטואַר בײַ די ייִדן צווישן די וועלט־מלחמות אין מיזרח־אייראָפּע. ווי תּמיד האָבן ייִדן אין גלות געקענט רעדן אויף אַנדערע שפּראַכן, און אויך זינגען אויף אַנדערע שפּראַכן. מײַן באָבע פֿון דער בוקעווינע האָט געזונגען אויף ייִדיש, אוקראַיִניש און דײַטש; און דאָ רעדט זיך נישט וועגן געציילטע לידער, נאָר גאָר אַ סך לידער אויף יעדן לשון. פּוילישע ייִדן האָבן געזונגען אויף ייִדיש, פּויליש און רוסיש, און אַנדערע שפּראַכן. ווען דער זאַמלער בען סטאָנהיל האָט אָנגעהויבן רעקאָרדירן די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה נאָך דער מלחמה, אין 1948, אינעם לאָבי פֿון אַ ניו־יאָרקער האָטעל, האָט ער געוואָלט אויפֿכאַפּן די אַלטע ייִדישע פֿאָלקסלידער. אָבער די וויכטיקע "בען סטאָנהיל"־זאַמלונג אין ייִוואָ נעמט אפֿשר אַרײַן, דער עיקר, די פּאָפּולערע לידער פֿון די ייִדן אויף אַלע שפּראַכן וואָס זיי האָבן געקענט. אַ סך פֿון די אָנגעזאַמלטע לידער שטאַמען טאַקע פֿון די קאַבאַרעטן אין די גרויסע שטעט, און נישט פֿון די פֿאָלקזינגערס אין די שטעטלעך. אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל "קאַבאַרעט וואַרשע: ייִדישע און פּוילישע שלאַגערס פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן" [Cabaret Warsaw: Yiddish and Polish Hits of the 1930s] האָט די גרופּע "מאַפּאַמונדי" פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ, אַרײַנגעלייגט אַ סך אַרבעט, קודם־כּל, צו געפֿינען די לידער, דערנאָך פֿאַרשרײַבן די ווערטער, און לסוף, אַראַנזשירן די לידער מיט געשמאַק. די רעקאָרדירונג קומט אַרויס באַלד נאָך דער פּובליקאַציע פֿון אַ בוך פֿון פּראָפֿ׳ בעט האָלמגרען, פֿון "דיוק־אוניווערסיטעט", וועגן קאַבאַרעט אין פּוילן צווישן די מלחמות, און דאָס אַרויסגעבן דאָס קאָמפּאַקטל האָט דער זעלבער אוניווערסיטעט פֿינאַנציעל געשטיצט. ניט לאַנג צוריק האָב איך געדאַרפֿט דערקלערן אַ חשובֿן פּראָפֿעסאָר פֿון ישׂראל, וואָס דאָס איז אַזוינס אַ "היפּסטער". כ’האָב געהאַט געמיינט, אַז דאָס איז אַן אוניווערסאַלער באַגריף, אַן ענגליש וואָרט וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין ס׳רובֿ מאָדערנע שפּראַכן, אַזוי ווי "קאָלאַ" און "ספּאָרט" — אָבער ניין, דער "היפּסטער" איז נאָך ניט דערגאַנגען צו אַלעמען. איז זײַט וויסן, ייִדישער לייענער, אַז אַ "היפּסטער" איז אַ יונגער מענטש, געוויינטלעך אין די 20ער אָדער 30ער, וואָס האַלט ניט פֿון דער "הויפּטשטראָמיקער" קולטור, פֿון קאַריערע און קאַפּיטאַליזם, נאָר פֿון דער פּראָגרעסיווער פּאָליטיק, דער אַוואַנגאַרדיסטישער קונסט, און דער "אומאָפּהענגיקער" (Indie) ראָק־מוזיק. דער "היפּסטער" איז אַ נאָענטער קרובֿ פֿונעם אַמאָליקן "היפּי" פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן, און פֿאַקטיש שטאַמט ער פֿונעם זעלבן שורש: דאָס וואָרט "היפּ" אָדער "העפּ", וואָס מיינט נײַמאָדיש, לויטן סטיל פֿונעם יונגן אַלטערנאַטיוון קולטור־אַוואַנגאַרד. "היפּ/העפּ" איז געווען אַ וואָרט פֿון דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שפּראַך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, און קען זײַן, אַז עס שטאַמט אַזש פֿון די אַפֿריקאַנער לשונות. ס׳איז אַ היסטאָרישע איראָניע, אַז דאָס וואָרט "היפּסטער" באַצייכנט הײַנט, דער עיקר, ווײַסע יונגע־לײַט, בשעת אין די 1940ער האָט עס געמיינט אַן אָנהענגער פֿון דער שוואַרצער דזשאַז־קולטור. דעם שעפֿערישן קאָנפֿליקט צווישן דעם אַלטן און דעם נײַעם "היפּסטער" זע איך קלאָר אין דער געגנט וווּ איך וווין: בעדסטײַ, ברוקלין. דאָס איז אַן אַלטע שוואַרצע געגנט, נאָך פֿון די 1930ער יאָרן, ווען די ערשטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער האָבן פֿאַרלאָזט זייער "אַלטע היים" אין האַרלעם, כּדי צו זוכן גרעסערע, ליכטיקערע דירות, פּונקט ווי די ייִדן פֿון יענער צײַט האָבן פֿאַרלאָזט זייער "איסט־סײַד". בעדסטײַ, אָדער בעדפֿאָרד־סטײַוועסאַנט, איז נאָך אַלץ אַן אָרעמע געגנט, אָבער די שיינע אַלטע הײַזער זאָגן עדות, אַז אַ מאָל זײַנען געווען בעסערע צײַטן. נישט איין מאָל האָט מען דעם שרײַבער פֿון די שורות געפֿרעגט ווי מע זאָגט אויף ייִדיש watermelon. "אַרבוז״, זאָג איך. "עט, דאָס איז אַ רוסיש וואָרט״, ענטפֿערט מען מיר. וואָס זשע טענה איך צוריק? יאָ, אין ייִדיש איז דאָס וואָרט טאַקע אַרײַן פֿון רוסיש. אָבער דאָס איז דאָך בלויז איין שטאַפּל. צו די רוסן איז דאָס וואָרט אַרײַן פֿון טערקיש אָדער אַ קרובֿיש לשון ווי, למשל, טאָטעריש; אין טערקיש — פֿון פּערסיש; אין פּערסיש — אפֿשר פֿון נאָך ווײַטער אויף מיזרח, ווײַל ס׳איז פֿאַראַן אַזש אין מאָנגאָליש. (אַגבֿ, איז דאָס פּערסישע kharbuz טײַטש ׳דינקע׳, נישט ׳אַרבוז׳; ס׳איז אין דער אמתן אַ צונויפֿהעפֿט טײַטש ׳אייזל-אוגערקע׳!) חוץ דעם רוסישן arbuz זענען פֿאַראַן אויך דאָס טערקישע און דאָס בולגאַרישע karpuz, דאָס גרעקישע karpuzi, דאָס הינדישע tarbuz, דאָס מאָנגאָלישע tarbas און — דאָס אוקראַיִנישע harbuz. אַזוי ווי מיר שרײַבן די שורות אום פּסח ווילט זיך פֿרעגן: מה נשתּנה? מיט וואָס איז דאָס אוקראַיִנישע וואָרט אַנדערש פֿון די פֿריִערדיקע? דערמיט וואָס ס׳איז גאָר טײַטש ׳דיניע; pumpkin׳. פֿאַראַכטאָגן האָב איך געזען אַ פּיעסע, "דהי וויפּינג בוי" (דאָס שמײַס־ייִנגל) פֿון מעטיו לאָפּעז. די פֿאָרשטעלונג איז געווען באַזירט אויפֿן באַגריף, אַז אַ טייל שקלאַפֿן אין דעם אַמעריקאַנער דרום זײַנען געווען אונטערן רשות פֿון ייִדן — און טייל מאָל, פֿון פֿרומע ייִדן. פֿאַראַן אַפֿילו פֿאַלן, ווען די שקלאַפֿן האָבן זיך אַליין געהאַלטן פֿאַר ייִדן, כאָטש צי זיי זײַנען טאַקע געווען ייִדן, על־פּי דין, איז שווער צו וויסן. ווי עס זאָל ניט זײַן, אַפֿילו אויב סוזשעט איז געווען אַן אינטערעסאַנטער, איז די אַלגעמיינע באַהאַנדלונג פֿונעם ענין ייִדישקייט געווען אומגעלומפּערט. באַזונדערס זײַנען מיר געגאַנגען אויף די נערוון די אַנאַכראָניזמען. כ׳מיין, געוויסע אויסדרוקן, וואָס זײַנען לינגוויסטיש נישט פּאַסיק פֿאַר יענער תּקופֿה. |