מוזיק

מנחם דאַום, דער פּראָדוצענט און רעזשיסאָר פֿון Hiding and Seeking — אַ שטאַרק געלויבטער פֿילם וועגן זײַן פּערזענלעכער רײַזע קיין פּוילן, צו געפֿינען די פּויערישע משפּחה, וואָס האָט געראַטעוועט זײַן שווער — האַלט אין מיטן צונויפֿשטעלן אַ נײַעם פֿילם וועגן הרבֿ שלמה קאַרלעבאַכס היסטאָרישן קאָנצערט־טור אין פּוילן אין 1989 — אַ געשעעניש, וואָס האָט געמאַכט אַ טיפֿן רושם אויפֿן פּוילישן פּובליקום, בפֿרט צוליב דעם וואַרעמען אופֿן ווי אַזוי קאַרלעבאַך האָט זיך באַצויגן צו זיי.

פּאָליטיק, געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די פּאַנעליסטן ביים קאָלומביע-הלל

"אונדזער ציל איז צו לאָזן וויסן די אַמעריקאַנער ייִדן וועגן דעם צושטאַנד פֿון די עטיאָפּישע ייִדן אין ישׂראל. מיר פֿאָדערן אַ בײַטונג: גלײַכע רעכטן פֿאַר אַלע ישׂראלדיקע בירגער. מיר האָבן זייער ליב דאָס לאַנד, און מיר זאָרגן זייער פֿאַר דער מדינה, אָבער עס זענען דאָ אַ פּאָר אומגערעכטע זאַכן, וואָס מע דאַרף ענדערן."

אָט די קלאָרע דיבורים, זאָגט מיר פּערזענלעך בידזשיי באַהאַראַני, אַ יונגע פֿרוי וואָס וווינט שוין איבער צען יאָר אין ניו-יאָרק, און וואָס איז איינע פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דעם סאָלידאַריטעט־אָוונט מיט די עטיאָפּישע ישׂראלים. דער אָוונט איז לעצטנס פֿאָרגעקומען בײַם הילל-קאָלומביע. דאָס איז געווען נאָר אַ טייל פֿון אַ גאַנצער קאַמפּאַניע, וואָס איז כּולל דאָס אונטערשרײַבן פּעטיציעס און אָרגאַניזירן דעמאָנסטראַציעס לטובֿת דעם ענין. הייסע דעמאָנסטראַציעס זענען עד-היום אין ישׂראל שוין פֿאָרגעקומען. דאָך, איז מען אין אַמעריקע, מער אָפּגעהיט אַרויסצוּווײַזן אַ שטאַרקערן פּראָטעסט־קול קעגן די עוולות אין ישׂראל. ליידער, האָבן זיך אויך דאָס מאָל געהערט אויפֿן פּאַנעל אַ סך "וואַסערדיקע רייד".

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כאָטש מיר האָבן נאָך נישט אויסגעשעפּט דעם גאַנצן "זאַפּאַס״ אַמעריקאַנער געוויקסן, וואָלטן מיר איצטער געוואָלט אַריבערגיין אויף אַ טעמע וואָס מיר האָבן דערמאָנט אינעם פֿריִערדיקן אַרטיקל, דעם מין קוקומיס, וואָס ער נעמט אַרײַן, למשל, אוגערקעס און דינקעס.

די אוגערקע האָט אַליין אַ טשיקאַווע געשיכטע. בײַם אַרומרעדן דעם קאַבאַק האָבן מיר שוין דערמאָנט, אַז אויף עבֿרית רופֿט מען די אוגערקע "מלפֿפֿון", כאָטש אין די תּנ״כישע צײַטן האָט זי גאָר געהייסן "קישוא". נאָר לאָמיר איבערלאָזן דעם בן-מלך און זיך אומקערן צו דער בת-מלכּה.

קודם-כּל, פֿון וואַנען נעמט זיך די אוגערקע? פֿון דרום־מיזרח־אַזיע, וווּ מע האָט געפֿונען רעשטלעך אוגערקע-קערעלעך וואָס שטאַמען פֿון קנאַפּע 10,000 יאָר צוריק. זי האָט זיך צעשפּרייט איבער דרום-אַזיע און נאָך דעם — איבער דרום־אייראָפּע. די אוגערקע איז די פֿרוכט פֿון אַ ווײַנשטאָק, אָבער האָט נישט דעם טעם פֿון אַ פֿרוכט — אין דער אמתן, האָט זי בכלל אַ שוואַכן טעם, ווײַל זי באַשטייט 90% פֿון וואַסער. חוץ דעם, האָט זי כּמעט נישט קיין וויטאַמינען. נעמט זי אָן דעם טעם פֿון מיט דעם, מיט וואָס מען פֿאַרפּראַוועט זי — אַ שטייגער: פֿונעם קנאָבל, קריפּ/קראָפּ (dill בלעז) און ראָסל בײַם זײַערן.

געשיכטע, פּובליציסטיק, רעליגיע
אַנרי קאָרבען

נישט לאַנג צוריק האָט דער מחבר פֿון די שורות איבערגעלייענט אַנרי קאָרבענס בוך "די געשיכטע פֿון איסלאַמישער פֿילאָסאָפֿיע". קאָרבען (1903—1978), אַ פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף און אַ פּראָפֿעסאָר פֿונעם סאָרבאָנער אוניווערסיטעט, איז געווען אַן אויסגעצייכנטער קענער פֿון סופֿיזם — דער מוסולמענישער מיסטיציזם. אין פֿאַרגלײַך מיט דעם פֿאָרמעלן "טרוקענעם" צוגאַנג פֿונעם גרויסן אַקאַדעמישן קבלה־פֿאָרשער גרשום שלום, וועלכער האָט געלעבט אין דער זעלבער תּקופֿה, האָבן קאָרבענס ווערק אַ וווּנדערלעכן ראָמאַנטישן טעם.

ליטעראַטור, פּובליציסטיק, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט זיבן יאָר צוריק איז אַרויס מײַן בוך אונטערן טיטל In Harness, וואָס איז (דער טיטל, הייסט עס) אַן איבערזעצונג פֿון "אין שפּאַן" — אַזוי האָט געהייסן דער ייִדישער ליטעראַרישער זשורנאַל, וואָס האָט זיך באַוויזן אין 1926 און ניט דערלעבט ביזן סוף פֿון יענעם יאָר. דוד בערגעלסאָן איז געווען די צענטראַלע פֿיגור אין דעם זשורנאַל, און זײַן אַרטיקל וועגן די דרײַ ייִדיש-צענטערס, מיטן אָפּגעבן די בכורה דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און ניט פּוילן צי אַמעריקע, איז געוואָרן אַן ענין, וועלכן מע האָט הייס אַרומגערעדט אין דער ייִדישער פּרעסע. דעם ענין פֿון די צענטערס פֿאַרגעסט מען ניט אויך עד-היום-הזה, לכל-הפּחות — אין דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מענדל האָפֿמאַן

ווען מ׳איז יונג און מ׳שטייט אין שידוכים קלערט מען נישט וועגן דעם מאָרגן. מען טראַכט בלויז, ווער איז ער? ווי זעט ער אויס? איז ער אַ מענטש אָדער איז ער נישט, הײַנט געדאַכט. צו אַכצן האָב איך געוווּסט איין זאַך: ער דאַרף זײַן אַן אַמעריקאַנער, און מקיים זײַן מײַן מאַמעס חלום; ער דאַרף זײַן הויך, מיט ברייטע פּלייצעס, און מיט אַ שוואַרצער קוטשעראַווער טשופּרינע. איין זאַך איז מיר געלעגן אין זינען — איך וועל נישט נעמען קיין בחור וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום בײַ היטלערן, ווײַל ווער ווייסט ווי ער איז באַשעדיקט, ווער ווייסט צי ער איז אַרויסגעקומען דערפֿון בשלום.

‫רעפּאָרטאַזשן

דער בדחן בײַם סקלאָיער שטיבל אין באָראָ־פּאַרק
דאָס יאָר האָט דער יום־טובֿ פּורים זיך אָנגעהויבן אַ ביסל פֿריִער, ווײַל פֿינף טעג פֿאַר פּורים, שבת־צו־נאַכטס, דעם 3טן מאַרץ, האָט די אָרגאַניזאַציע "ייִדן פֿאַר עקאָנאָמישן און סאָציאַלן יושר" געפּראַוועט פּורים אין אַן אינדוסטריעלן סקלאַד אין אַ געגנט פֿון ברוקלין וואָס איז באַקאַנט פֿאַר אירע פֿאַבריקן, אָבער נישט ווי אַן אָרט צו וווינען. פֿון דעסטוועגן, נישט געקוקט אויף די פּוסטע, פֿינצטערע גאַסן איז געקומען אַ גרויסער עולם, עטלעכע הונדערט יונגע־לײַט, צו דער שׂימחה, און ס׳רובֿ אָנטיילנעמער האָבן זיך פּורימדיק פֿאַרשטעלט.
ווי אַ פֿאַרווײַלונג, האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ פּורים־שפּיל אויף ענגליש, "דײַנע המן־טאַשן הרגענען מיך אַוועק"; אַ ספּעקטאַקל מיט אַ פּראָגרעסיוון סדר־היום, געשריבן און רעזשיסירט פֿון דזשעני ראָמיין. די שפּיל האָט מיט הומאָר אַרויסגעהויבן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע פּראָבלעמען אין דער ניו־יאָרקער געזעלשאַפֿט, און נישט געלאָזט דעם עולם פֿאַרגעסן, אַז זיי זענען מחויבֿ צו העלפֿן. אינעם מוזיקאַלישן טייל האָט מען געהערט ייִדיש, ווען דער קאַפּעלמײַסטער, אַבֿי פֿאָקס־ראָזען, האָט געזונגען מיטן עולם "באַלעבאָסטע זיסינקע" און אַנדערע ייִדישע לידער.
צו הערן די מגילה, ערבֿ פּורים, זענען געפֿאָרן מײַן פֿרוי נחמה און איך צו דער אַזוי־גערופֿענער "6טער גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז גרעג וואָל, אַ באַקאַנטער דזשעז־סאַקסאָפֿאָניסט. פֿאַר אים איז דער פּורים טאַקע געווען אַ יום־טובֿ: ער האָט קוים מיט צרות נאָך פֿאַרשיידענע פּראָצעסן אין געריכט, באַקומען דאָס רעכט אָנצופֿירן מיט דער שיל, נאָך דעם ווי אַ גרופּע פֿונעם מנין, אָנגעפֿירט פֿון חב״דניקעס, האָבן זיך אַרויסגעשטעלט ווי די אמתע באַלעבאַטים פֿון דער סינאַגאָגע. דער לעגאַלער קאַמף, הער איך, האָט זיך נאָך אין גאַנצן נישט געענדיקט...

געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַ שיינע מתּנה האָבן באַקומען די פֿאָרשער און אַלע וואָס האָבן ליב ייִדיש — אין די רחבֿותן פֿון דער אינטערנעץ קען מען איצט באַקומען אַ צוטריט אויך צו אַ גרויסן טייל נומערן פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער טאָגצײַטונג "הײַנט". מע דאַרף ניט גיין צי פֿאָרן אין קיין ביבליאָטעק, זיך מאַטערן מיט מיקראָפֿילמען צי מיט קאָפּיעס וואָס צעקרישלען זיך אין אײַערע הענט. מע קען זיך צוזעצן צו אַ קאָמפּיוטער, בעסער מיט אַ גרויסן עקראַן, אויסזוכן www.jpress.org.il, און פּשוט לייענען אַ נומער נאָך אַ נומער, זײַטל נאָך אַ זײַטל. דערווײַל איז עס באַגרענעצט מיט די יאָרן 1919—1939, אָבער, ווי איך פֿאַרשטיי, וועט מען מיט דער צײַט צוגרייטן עלעקטראָנישע קאָפּיעס אויך פֿון די פֿריִערדיקע יאָרן.
דער "הײַנט" האָט זיך באַוויזן אין יאָר 1908. אין יענע שטורמישע יאָרן האָט די צאַרישע רעגירונג אַ ביסל אָפּגעלאָזט די לייצעס, געפּרוּווט אויף אַזאַ אופֿן אײַנשטילן די באַפֿעלקערונג נאָך דער ערשטער רוסישער רעוואָלוציע פֿון 1905. ווי אַ פּועל-יוצא, איז דער פּרעסע, בפֿרט דער ייִדישער, געוואָרן גרינגער צו לעבן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס צו יענער צײַט האָט זיך באַוויזן אַן עולם, וואָס האָט געוואָלט לייענען אַ וועלטלעכע ייִדישע צײַטונג. דער "הײַנט" איז דאָך געווען וועלטלעך און גאַנץ ציוניסטיש דערצו. למשל, אין די 1930ער יאָרן איז וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי געווען אַן אַקטיווער מחבר פֿון "הײַנט".
ציוניסטיש געשטימט איז געווען שמואל-יעקבֿ יאַצקאַן (1874—1936), דער ערשטער רעדאַקטאָר און מיט-באַלעבאָס פֿון דער צײַטונג. איצט איז ער כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אין די ערשטע יאָרצענדליקער פֿון דעם פֿאָריקן יאָרהונדערט איז זײַן נאָמען געווען גוט באַקאַנט אין דער ייִדישער סבֿיבֿה און איז אַפֿילו געוואָרן אַ מין שם-דבֿר: "יאָצקאַניזם" האָט מען דעמאָלט אַסאָציִיִרט מיט אַ קאָמערציעלן צוגאַנג צום פּראָצעס פֿון שאַפֿן און פֿאַרשפּרייטן אַ ייִדישע צײַטונג. מיט יאַצקאַנס נאָמען זײַנען פֿאַרבונדן אויך אַנדערע אויסגאַבעס, למשל דער "פּאַריזער הײַנט" (1926—1940) — די ערשטע סטאַבילע ייִדישע טאָגצײַטונג אין מערבֿ-אייראָפּע.

געשיכטע
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם "איך בין געווען דאָרט אין קאָלירן"
אַזוי ווי אַ ישׂראלדיקע טעלעוויזיע־סטאַנציע האַלט איצט בײַם פֿילמירן אַ דאָקומענטאַרן פֿילם וועגן די נאָך־מלחמהדיקע די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, און אַזוי ווי מײַן גוטע פֿרײַנדין ליליען געווירצמאַן גיט זיך אָפּ מיט דעם פּראָיעקט דאָ אין ניו־יאָרק, אַזוי אַרום בין איך צוגעצויגן געוואָרן צו דער גאַנצער אונטערנעמונג. האַלט איך אין איין אַנטדעקן וואָס עס טוט זיך אין מײַנע שופֿלאָדן, אַלבאָמען, בילדער, אַרײַנגערעכנט אַ טעזע וואָס איך האָב אַמאָל געשריבן אויף דער זעלבער טעמע פֿאַר קאָלומביע־אוניווערסיטעט. מײַן אַרבעט איז געווען אָנגעפּיקעוועט מיט פֿאָרשאַרבעטן וועגן דער עקזיסטענץ פֿון די פּליטים־לאַגערן, פֿול מיט טאַבעלעס, דאָקומענטאַציעס, באַשרײַבונגען און וועגן קולטור־לעבן פֿון די פּליטים אין משך פֿון די פֿינף יאָר לאַגער־לעבן אין דײַטשלאַנד.
הײַנט, אַז ס׳איז געקומען דערצו, האָב איך געעפֿנט אויך אַ שופֿלאָד וווּ עס האָבן זיך געפֿינען מײַן טאַטנס באַשרײַבונגען, שילדערונגען, אָבסערוואַציעס, פֿעליעטאָנען וואָס זײַנען דערשינען אין דער ייִדישער מינכענער פּרעסע וווּ מײַן טאַטע, חיים שמולעוויטש, האָט געשריבן און באַשריבן אונדזער לאַגער־לעבן אַזוי ווי מײַן טאַטע האָט עס געקענט. איך וועל אײַך מכבד זײַן מיט אַ סעריע פֿון מײַן טאַטנס באַשרײַבונגען וואָס וועלן זיכער דערשינען אינעם דאָקומענטאַרן ישׂראלדיקן פֿילם. און אָט וואָס ער שרײַבט:
"1945! דײַטשלאַנד איז געלעגן אין חורבֿות, היטלערס טרוים צו מאַכן אייראָפּע ‘יודנריין,’ איז נישט מקיים געוואָרן. די אָפּגעראַטעוועטע רעשטלעך פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום זײַנען נאָך דער באַפֿרײַונג געבליבן שטעקן אויף דער טמאדיקער דײַטשער ערד, און ווײַטער גענומען חלומען פֿון ממשיך זײַן דאָס לעבן.

פּערזענלעכקײטן

צירל וואַלעצקי ע"ה
יעדעס יאָר, ווען עס קומט דער יום־טובֿ פּורים, הייבן אָן קלינגען בײַ מיר אין קאָפּ די שורות פֿונעם מוזיקאַלישן פּורים־שפּיל, "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ", וואָס מיר, תּלמידים פֿון דער שלום־עליכם פֿאָלקשול 21, האָבן אויפֿגעפֿירט אויף דער בינע פֿון דער שול, אין 1968:
פּורים שפּילער קומען אָן, קומען פֿון דער ווײַטן
אַ גאַס אַרײַן, אַ גאַס אַרויס, פֿון אַלטע, אַלטע צײַטן;
אַ קונץ, אַ וויץ, אַ שפּיל, אַ שפּאַס, פֿון אַזוי פֿיל יאָרן,
מאַכט אויף! מאַכט אויף! און לאָזט אַרײַן די פֿריילעכע אַקטיאָרן...

די קורצע אָפּערעטע איז געשאַפֿן און אַרויסגעגעבן געוואָרן, באַגלייט מיט אילוסטראַציעס און נאָטן, דורך "אויפֿגאַנג" — אַ גרופּע פֿון פֿיר יונגע, ייִדיש־רעדנדיקע מאַמעס, וועלכע האָבן זיך אונטערגענומען אין 1965 צו שאַפֿן נײַע ייִדישע קינדער־ביכלעך, וואָס קאָנען אַפּעלירן צו די אַמעריקאַנער געבוירענע קינדער, און בתוכם — זייערע אייגענע זין און טעכטער.
הגם די פֿרויען — געלע שווײַד־פֿישמאַן, מירל האָפֿמאַן, צירל וואַלעצקי ע״ה און מלכּה גאָטליב ע״ה (די שוועסטער פֿון חנה מלאָטעק) — האָבן נישט געהאַט קיין דערפֿאַרונג צו פּובליקירן ביכער, און הגם די ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס האָבן זיי נישט געגעבן קיין געלט אָדער שטיצע דערפֿאַר, האָבן זיי באַוויזן אַרויסצוגעבן פֿינף קינדער־ביכלעך און אַ סעריע ווינטשקאַרטלעך — פֿול מיט חן און כאַראַקטער. מירל האָט געשריבן דעם טעקסט; צירל האָט זיי אילוסטרירט, און געלע האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַדמיניסטראַטיווער אַרבעט. די מוזיק פֿאַר "פּורים איז אַ שפּיל אַזאַ" האָט מלכּה קאָמפּאָנירט.

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינע פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע משפּחות זענען די פּלוצערנדיקע (אויף לאַטײַניש Cucurbitaceae), וואָס זיי נעמען אַרײַן סײַ דעם מין קוקומיס (Cucumis: אוגערקעס, דינקע אאַז״וו, פֿון דער אַלטער וועלט), סײַ פּלוצערן (Cucurbita: קאַבאַק, דיניע אאַז״וו, פֿון דער נײַער וועלט). וועגן דעם לעצטן וועלן הײַנט זײַן די רייד.
מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק האָט אוריאל ווײַנרײַך ע״ה אָפּגעדרוקט אַן אַרבעט Is a structural dialectology possible?. וואָס האָט ער דערמיט געוואָלט אַרויסברענגען? אַז ס׳איז נישט גענוג בלויז אָנצוּווײַזן, אַז אין ליטווישן ייִדיש זאָגט מען, למשל, אויף bottom "דעק", אין פּוילישן ייִדיש "באָדעם" און אין אוקראַיִנישן ייִדיש — "דנאָ". מע מוז אויך וויסן, אַז אין די אַנדערע דיאַלעקטן איז יאָ דאָ אַ וואָרט "דעק", אָבער ס׳איז דווקא טײַטש cover — דאָס הייסט, דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע. און אַז דאָס פּויליש-ייִדישע "באָדעם" קערט זיך עטימאָלאָגיש אָן מיטן וואָרט "בוידעם" — וואָס ס׳מיינט דאָס אייבערשטע, נישט דאָס אונטערשטע — דאַרף מען אויך האָבן אין זינען. מיט איין וואָרט, מע מוז זען דאָס וואָרט ווי אַ טייל פֿון אַ סטרוקטור, נישט ווי אַן איינציק וואָרט. ווייסן מיר, אַז טייל ייִדיש-רעדערס זאָגן אויף pumpkin "דיניע" און אַנדערע, ווידער, זאָגן "קאַבאַק". טאָרן מיר מיט דעם זיך נישט באַנוגענען, נאָר מיר מוזן ווײַטער פֿרעגן, אַז דאָרטן וווּ "דיניע" איז pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "קאַבאַק"? און פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָרטן וווּ "קאַבאַק" איז טײַטש pumpkin, וואָס זשע איז דער טײַטש "דיניע"?

פּערזענלעכקײטן

רעדזשינאַלד פֿאָסטער
עס קען אפֿשר אויסזען מאָדנע, וואָס אויף דער "ייִדיש־וואָך", למשל, רעדן די אַמעריקאַנער־געבוירענע יונגע־לײַט צווישן זיך ייִדיש; זיכער, זיי קענען ענגליש אַ סך בעסער. אַלטע ייִדן און חסידים וווּנדערן זיך און פֿאַרשטייען נישט, פֿאַר וואָס אַ ייִדיש־סטודענט ברעכט זיך די צונג, אַבי צו רעדן צו זיי אויף מאַמע־לשון, כאָטש עס קלינגט בײַ אים דער ייִדיש, ווי "בײַ אַ גוי". אָבער אין דער אמתן, איז דאָס רעדן ייִדיש נאָך אַלץ אַ נאַטירלעכע זאַך, אין פֿאַרגלײַך מיט נישט ווייניק אַנדערע שפּראַכן, וואָס מענטשן סטאַרען זיך הײַנט צו רעדן. זיכער האָבן די ערשטע מאָדערנע העברעיִש־רעדערס, ווי בן־יהודה, אויסגעזען ווי משוגעים, ווען זיי האָבן ערשט אָנגעהויבן מחיה־מתים זײַן לשון־הקודש.
די ריזיקע אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע "וויקיפּעדיע" גייט אַרויס אויף כּל־מיני קליינטשיקע, האַלב טויטע, און גאַנץ טויטע שפּראַכן. ס׳איז טשיקאַווע צו זען, אַז מע שרײַבט נאָך אויף שאָטיש — אַ שוועסטער פֿון ענגליש, וואָס איז געווען די ליטעראַרישע שפּראַך פֿון שאָטלאַנד, איידער מע האָט אַרויפֿגעצוווּנגען דעם סטאַנדאַרט־ענגליש אין 17טן יאָרהונדערט; בײַעריש, אַ דרום־דײַטשער דיאַלעקט, וואָס מע זאָגט, אַז ער האָט אַ געוויסע קרובֿישאַפֿט צו ייִדיש — כאָטש איך האָב איין מאָל אין מינכן טאַקע געזען אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג אויף בײַעריש און ס׳איז געווען פֿאַר מיר טרגום־לשון. עס איז דאָ אַ וויקיפּעדיע אויף אַלט־ענגליש, וואָס מע האָט גערעדט מיט טויזנט יאָר צוריק, ווי אויך אויף לאַטײַן, וואָס איז אונטערגעגאַנגען מיט דער רוימישער אימפּעריע. אויף דער הויפּטזײַט פֿון דער לאַטײַנישער Vicipaedia שטייט, אַז די באַנוצערס האָבן אַרײַנגעבראַכט איבער 70,000 אַרטיקלען, וואָס ס’איז מער ווי בײַ אַ סך מאָדערנע שפּראַכן, גערעדט פֿון מיליאָנען מענטשן, ווי: אַלבאַניש, לעטיש, בענגאַליש און נאָך אָן אַ שיעור. דערווײַל האָב איך קיינעם ניט געטראָפֿן, וואָס רעדט אַלט־ענגליש טאָג־טעגלעך, אָבער לאַטײַניש־רעדערס קען איך אַ היפּש ביסל, דערפֿאַר ווײַל איך האָב פֿאַרבראַכט איין זומער, אַזוי צו זאָגן, בײַם פּויפּסט אין דער היים.