- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער חילוק צווישן פּאַנטעיִזם און פּאַנענטעיִזם — הגם ס׳רובֿ חסידים קענען נישט, מסתּמא, אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע טערמינען — באַשטייט אין דעם, וואָס פֿאַר אַ פּאַנטעיִסט איז אַלץ ממש ג־ט, און אַ פּאַנענטעיִסט האַלט, אַז דער אוניווערס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, אָדער איז אָנגעפֿילט מיטן ג־טלעכן חיות. אין פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס טרעפֿן זיך ביידע פֿילאָסאָפֿיעס, אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס. ס׳רובֿ הײַנטיקע אונגאַרישע און גאַליציאַנער חסידים פֿאַרנעמען זיך נישט סיסטעמאַטיש מיט קבלה און שטודיעס פֿון חסידישע טעאָריעס. זייער חסידות דריקט זיך אויס, דער עיקר, אין מלבושים, מאכלים, נוסח פֿון דאַוונען, גיין צום רבינס טיש און אַנדערע פּראַקטישע מינהגים. די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע גרופּע אין דער וועלט — זענען בכלל נעענטער צום מתנגדישן דרך; רבי יואל טייטלבוים ז״ל האָט געהאַלטן, אַז דער אַלטער דרך פֿון בעל־שם־טובֿ איז אין די הײַנטיקע צײַטן פֿאַרגעסן געוואָרן, דערפֿאַר איז די עיקר־עבֿודה צו זײַן אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס לערנט די גמרא, לעבט על־פּי שולחן־ערוך און טוט חסד. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חסידים, טראַכטן נישט די סאַטמאַרער, אַז אַ יונגער־מאַן, וואָס לערנט די גאַנצע צײַט אין אַ כּולל, איז העכער ווי אַ פּשוטער אַרבעטער. אַדרבה, דאָס אַרבעטן און געבן צדקה איז פּונקט אַזוי הייליק, ווי דאָס תּורה־לערנען. אין דעם דאָזיקן צוגאַנג גופֿא ווערט אָבער אויסגעדריקט דער אַלגעמיינער חסידישער פּאַנענטעיִזם. אַפֿילו אַזאַ גשמיותדיקע זאַך, ווי פּרנסה, איז בעצם הייליק. קיין מאָסקווע איז געקומען אַ נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, מײַקל מאַקפֿאָל, וואָס איז גאָר ניט קיין צופֿעליקער מענטש אויף אַזאַ שטעלע. ער האָט לאַנגע יאָרן שטודירט רוסיש און רוסישע פּאָליטיק, פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט אין רוסלאַנד גופֿא, און געווען פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס עצה-געבער; געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין די באַמיִונגען צו געפֿינען אַ נײַעם, מער פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע. איז דאַכט זיך — גוט. דערצו זעט אויס מאַקפֿאָל ווי אַ סימפּאַטישער מענטש. דער הויפּט-ציל פֿון דער גרופּע איז צו באַנײַען די ייִדישע לינקע קולטור אויף ייִדיש. אָבער זיי טוען דאָס ניט דורך סתּם זינגען די אַלטע ייִדישע לידער פֿון דעם סאָרט, נאָר דורך אַנטוויקלען ווײַטער די דאָזיקע קולטור. אויפֿן יסוד פֿון אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל פֿון די מעלאָדיעס, געשפּילט אויף אַ האַרמאָשקע און אַ קליינטשיקן סטרונע-אינסטרומענט (אַ מין יוקאַלעלי געמאַכט פֿון אַ פּאָרטציגאַר), מישן זיי אַרײַן מער מאָדערנע מוזיק-סטילן, ווי ראַפּ און ראָק. זייער לידער-גאַנג באַשטייט פֿון אָריגינעלע באַאַרבעטונגען פֿון באַקאַנטע און ווייניקער-באַקאַנטע לידער אויף אַ שאַרף־קאָמישן און מאָדערנעם אופֿן, נוסח ברעכט. איידער מיר נעמען זיך צו די ייִדישע טערמינען איז כּדאַי, קודם־כּל, זיך פֿונאַנדערצוקלײַבן אין די ייִדישע ווערטער "קאָרן" און "קערן". די־אָ ווערטער נעמען זיך פֿון דײַטש, וווּ ביידע זענען טײַטש קערן — דאָס צווייטע איז טאַקע אַ דעריוואַט פֿונעם ערשטן. אויף ייִדיש און צום טייל אויף דײַטש איז דער טײַטש פֿונעם ערשטן פֿאַרשמעלערט געוואָרן פֿון סתּם תּבֿואה־קערן ביז rye (דאָס געוויינטלעכע דײַטשישע וואָרט פֿאַר rye איז Roggen, פֿונעם זעלבן אָפּשטאַם וואָס rye און אַפֿילו ס׳רוסישע rozh). וואָס שייך דעם ענגלישן וואָרט corn איז אַזוי: אינעם אַמעריקאַנער ענגליש איז דאָס וואָרט אויך פֿאַרשמעלערט געוואָרן אויף קוקורוזע; אין בריטישן ענגליש איז געבליבן דער עלטערער טײַטש תּבֿואה בכלל. איבער דעם איז זייער וואָרט פֿאַרן געוויקס Zea mays טאַקע maize, וואָס דאָס איז אַרײַן אין ענגליש, דורך שפּאַניש, פֿונעם לשון פֿון די קאַריבן, אַן אינדיאַנער פֿאָלק פֿון די קאַריבישע אינדזלען. דאָס זעלבע צו הערן וועגן פֿראַנצייזיש (maïs), איטאַליעניש (mais) און דײַטשיש (Mais). שוין אַ צײַט ווי איך חלום דעם זעלביקן חלום. ווי נאָר איך פֿאַרמאַך די אויגן, אַזוי געפֿין איך זיך אין אַ היימישער דירה אויף רחובֿ אליהו הנבֿיא נומ׳ 27, אויף עולם־הבא. איך פֿיר באַלעבאַטישקייט אין אַ קליין דירהלע פֿון אַ קאָנדאָמיניום. איך קוק זיך אַרום, 2 שלאָפֿצימערלעך, 2 וואַשצימערן מיט אַ דזשאַקוזי, אַ וואַשמאַשין, אַ טרוקנמאַשין וואָס מ׳קען בלויז אַקטיוויזירן מיט 3 קאָפּיקעס פֿון חנוכּה־געלט. דער ענין האָט אַטפּלעקט אַ פֿאַרשפּרייטן פֿענאָמען, וואָס מע האָט ביז איצט וועגן דעם ווייניק געשריבן: די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט. לויט אַ שטודיע פֿונעם "נאַציאָנאַלן אינסטיטוט פֿון יוסטיץ" פֿון 2009, האָבן כּמעט 11% פֿון מענטשן 60 יאָר און עלטער — בערך 5.7 מיליאָן מענטשן — געליטן פֿון אַ מין באַלעסטיקונג אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. די באַלעסטיקונג פֿון עלטערע לײַט — בפֿרט די וועלכע זענען קרענקלעך און שוואַך — קומט אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען: 1) עמעצער ניצט אויס פֿיזישן כּוח קעגן זיי אָדער וואָרנט זיי אַז מע וועט עס טאָן; 2) מע באַליידיקט אָדער מע שרײַט אויף זיי, אָדער מע איזאָלירט זיי פֿונעם אַרום; 3) מע העלפֿט זיי נישט בײַ זייערע פֿיזישע און עמאָציאָנעלע באַדערפֿענישן; 4) מע באַגנבֿעט זיי, אָדער מע נעמט איבער דעם קאָנטראָל פֿון זייער געלט אָדער פֿאַרמעגן, אָן זייער וויסן אָדער דערלויבעניש. פֿון צײַט צו צײַט הערט מען אויך וועגן אינצידענטן פֿון סעקסועלער באַלעסטיקונג, אָבער נישט אויפֿן זעלבן פֿאַרנעם ווי אין די אַנדערע פֿיר קאַטעגאָריעס. אינעם יאָר 1901 האָט מען געשיקט דעם ערשטן ראַדיאָ־סיגנאַל איבער דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן. פֿאַר דעם, איז די קאָמוניקאַציע צווישן אייראָפּע און אַמעריקע געווען באַגרענעצט. הגם דער ערשטער טראַנסאַטלאַנטישער טעלעגראַף־קאַבל האָט אָנגעהויבן אַרבעטן נאָך אינעם יאָר 1858, האָט ער אָפּגעאַרבעט בלויז אַ חודש. דורך די שפּעטערדיקע, מער דערפֿאָלגרײַכע קאַבלען האָט מען געקאָנט איבערשיקן בלויז עטלעכע ווערטער אין אַ שעה צו אַ פּאָר אַבאָנענטן. ערשט אינעם 20סטן יאָרהונדערט, צוליב דער אַנטוויקלונג פֿון דער ראַדיאָ־אַפּאַראַטור, איז געוואָרן מעגלעך גיכע און פֿאַרלאָזלעכע פֿאַרבינדונג צווישן די קאָנטינענטן. אינעם יאָר 1903 האָבן די ברידער אָרוויל און ווילבור רײַט געשאַפֿן דעם ערשטן עראָפּלאַן. דער היסטאָרישער פֿלי האָט פֿאַרלייגט דעם אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה, ווען נישט בלויז אינפֿאָרמאַציע, נאָר די מענטשן אַליין האָבן באַקומען אַ מעגלעכקייט אַרומצופֿאָרן גיך איבער דער וועלט. נישט געקוקט, וואָס דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָגרעס פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט האָט געמאַכט די מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער נענטער איינער צום צווייטן, זענען די טעכנאָלאָגיעס אויך געוואָרן אַ יסוד פֿון דער טויט־מאַשין, וועלכע האָט אומגעבראַכט צענדליקער מיליאָנען נפֿשות בעת די צוויי וועלט־מלחמות. אין מײַנע סטודענטישע יאָרן איז געווען אַזאַ זאַך ווי אַ "גרופּע" — עטלעכע און צוואַנציק יונגע לײַט, מיט וועלכע איך האָב זיך געלערנט אין משך פֿון פֿינף יאָר. אין מערבֿדיקע אוניווערסיטעטן עקזיסטירט עס, בדרך-כּלל, ניט, ווײַל יעדער סטודענט קלײַבט פֿאַר זיך אויס אַן אייגענע טראַיעקטאָריע פֿון קלאַסן און לעקציעס. איך קלײַב זיך ניט אַרומרעדן דאָ די מעלות און חסרונות פֿון דער אָדער יענער סיסטעם פֿון העכערער בילדונג. איך דערמאָן עס נאָר כּדי צו זאָגן, אַז פֿינף יאָר פֿון לערנען זיך בשותּפֿות האָט געשאַפֿן אַ געפֿיל פֿון נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט מיט אייניקע געוועזענע סטודענטן. ביזן הײַנטיקן טאָג, האַלטן מיר אונטער קאָנטאַקטן, געוויינטלעך, דורך אינטערנעץ. און ווען מע באַגעגנט זיך, ווערן גלײַך ווי פֿאַרשוווּנדן די כּמעט פֿערציק יאָר, וועלכע זײַנען אַדורך זינטן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט. "ווער איז דאָרט? ענטפֿערט מען: "דער שכן פֿון 209. דער שכן פֿון 209. דער גולם, דער שוטה, דער באָק." האָב איך שוין נישט קיין ברירה און עפֿן די טיר. ער לענט זיך אָן אין פּאָרענטש פֿון דער טיר און האַלט אין האַנט עפּעס אַ כּתבֿ. פֿאַרבעט איך אים שוין אַרײַן, ווײַל ער זאָגט מיר אַז ער קען בשום־אופֿן נישט דערגיין וואָס אין דער כּתובה שטייט געשריבן. דערווײַל זעצט ער זיך צו, מאַכט זיך באַקוועם און איך הייב אָן צו לייענען די כּתובה. ער זאָגט אַז לשון־קודש קען ער דערגיין ווײַל ער איז אַמאָל געגאַנגען אין אַ "היברו־סקול." אָבער די ייִדישע שריפֿט וואָס ס׳איז געשריבן מיט דער האַנט, הייבט ער נישט אָן צו וויסן מיט וואָס מ׳עסט עס. ס׳שטייט געשריבן קלאָר און ציכטיק, אַז גנעדל גייט דאָ חתונה האָבן מיט משהן און יענער כאַפּט זיך אָן פֿאַרן קאָפּ: "כ׳האָב גאָרנישט געוווּסט, אַז מײַן פֿעטער מעני איז גאָר אַמאָל געווען אַ משה, און מײַן מומע גערטאַ איז אַמאָל געווען אַ גנעדל. און וואָס אַן אמת, בין איך אַמאָל געווען אַן אַריה־לייב און הײַנט בין איך אַ פּראָסטער ‘לערי’". אויף זײַן פּנים גיסט זיך אויס אַ נאַרישער שמייכל, גיי זאָג אים, אַז דאָ אין אַמעריקע האָבן זיך די ייִדן געביטן די נעמען, געוואָלט זיך צופּאַסן צו דער גאַס. און אַז מ׳האַלט שוין דערבײַ, מאַכט ער: "און וואָס זאָגסטו צו די דעמאָנסטראַציעס אַנטקעגן וואָל־סטריט. אַ ווילדע חבֿרה משוגעים. אַלץ וואָס זיי ווילן איז אַז מען זאָל אָפּשאַפֿן זייערע שׂכירות אין די קאַלעדזשעס, אָפּשאַפֿן די ‘מאָרטגעדזשעס,’ און געבן זיי אַלערליי פּריווילעגיעס ווי זיי וואָלטן דערויף שווער געאַרבעט. איך האָב געהאָרעוועט מײַן גאַנץ לעבן, געהאַט אַ טוץ שטעלעס, קיינער האָט מיר נישט געהאָלפֿן. כ׳האָב זיך אַליין געהאָלפֿן. מיר זוכן וועלוול זבאַרזשערס קבֿר דער איינציקער ייִדישער פּונקט אויף מײַן סדר־היום, אָדער בעסער וואָלט איך געזאָגט, דאָס איינציקע שליחות, וואָס איך האָב געוואָלט אויספֿירן אין אונדזער וויזיט קיין טערקײַ, איז געווען צו געפֿינען די מצבֿה פֿונעם פֿאָלקס־פּאָעט וועלוול זבאַרזשער. געבוירן בנימין־וואָלף עהרענקראַנץ אינעם גאַליציאַנער שטעטל זבאַרזש, אַן ערך אין 1826 (אין "לעקסיקאָן" שטייען פֿיר מעגלעכע געבוירן־דאַטעס), האָט וועלוול זבאַרזשער געשריבן, ווי באַקאַנט, אַזוינע פּאָפּולערע לידער ווי "קום אַהער, דו פֿילאָסאָף" און אַנדערע וואָס מע הערט שוין נישט הײַנט. מיט צען יאָר צוריק אין ישׂראל האָב איך פֿאַרשריבן, ווי עס זינגט דער זינגער און אַקטיאָר אַריה לייש זבאַרזשערס ליד "די נאַכטיגאַל", וואָס מיר דאַכט, איז קיין מאָל נישט רעקאָרדירט געפֿאָרן זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין אונגאַרן, ווײַל מײַן ווײַבס חבֿרטע האָט געהאַט ערגעץ אויסגעפֿונען, אַז ס’איז דאָ אַזאַ שטעטל, וואָס הייסט העוויז, און דאָס שטעטל געפֿינט זיך בײַ אַ הייסער אָזערע. דאָס וואַסער איז אין דער אָזערע תּמיד וואַרעם, אַפֿילו ווינטערצײַט. זי, די חבֿרטע, האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג מיט אַ יאָר צוריק און האָט עס אונדז שטאַרק רעקאָמענדירט. דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען געפֿאָרן קיין בודאַפּעשט, פֿאַרבראַכט דאָרטן אַ טאָג, און זיך געלאָזט קיין העוויז, וואָס איז בערך אַ הונדערט מײַל פֿון דער הויפּטשטאָט. ווי אַ טוריסט בין איך פֿויל ווי אַ שטעקן. לײַטישע טוריסטן גרייטן זיך צו צו אַ רײַזע. איך טו עס כּמעט קיין מאָל ניט. כ’האָב בכלל פֿײַנט צו קריגן צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַרכיטעקטור, מענטשן, געשעענישן, ווײַל דערנאָך ווייס איך ניט וואָס צו טאָן מיט אָט די אַלע פּרטים. דער סוף איז, אַז איך פֿאַרגעס זיי פּשוט. מיר געפֿעלט בעסער דער פּראָצעס פֿון אָנשטויסן זיך אויף עפּעס אַ נאָווינע, און אויב זי איז אַ טשיקאַווע, אַ יש, קען איך שוין דערנאָך לייענען וועגן דער מערקווירדיקייט. דעמאָלט בלײַבט עס טאַקע אין מײַן זכּרון. אָט די פּראָוואָקאַטיווע טעמעס, און אויך אַנדערע, ווערן באַהאַנדלט אין אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם מיטן נאָמען "צווישן צוויי וועלטן". די צוויי פֿילם־פּראָדוצענטן פֿון אָט דעם פֿילם, דעבראַ קויפֿמאַן און אַלאַן סניטאָוו, האָבן לעצטנס געהאַט אַ טרעפֿונג אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ זיי האָבן געוויזן זייער פֿילם און געשמועסט מיטן עולם. דער פֿילם הייבט זיך אָן פֿון דעם סקאַנדאַל, וואָס איז אויסגעבראָכן אין 2009, בשעתן ווײַזן דעם דאָקומענטאַר "רייטשעל" אויף דעם סאַן-פֿראַנציסקאָ ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל. אַ מינדערהייט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קהילה, פּראָ-ישׂראל געשטימט, האָט געפֿאָדערט, אַז דעם פֿילם "רייטשעל" זאָל מען נישט ווײַזן אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל. די סיבה? דער פֿילם שטעלט אַרויס די ישׂראל־פּאָליטיק נישט אינעם פּאָזיטיווסטן ליכט, בשעתן דערציילן די געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער אַקטיוויסטקע רייטשל קאָרי, וועלכע איז דערהרגעט געוואָרן אין עזה-פּאַס אין 2003. די קאָנטראָווערסיע אַרום דעם, אַרײַנגערעכנט די דראָונגען צו שניידן דאָס געלט פֿאַרן פֿעסטיוואַל (הגם מע האָט געוויזן דאָרט ניט-ווייניקער ווי 36 ישׂראל־פֿילמען!), ווערט פֿאַר די פֿילם-פּראָדוצענטן דער הויפּט-פּונקט בײַם זוכן ענטפֿערס אויף די געשטעלטע פֿראַגעס. |