- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע רעכנט, אַז אויך דאָס עבֿריתּישע "פּלפּל" (אַרויסגערעדט — "פּילפּעל") און דאָס אַראַבישע "פֿילפֿיל" נעמען זיך פֿונעם סאַנסקריטישן, דורך פּערסיש און אַראַמ(ע)יש. פֿאַר וואָס איז "פּלפּל", נישט "פפל"? ווײַל אין די־אָ לשונות איז אוממעגלעך אַ שורש וואָס הייבט זיך אָן מיט צוויי די זעלבע קאָנסאָנאַנטן, פֿאַרענטפֿערט מען דאָס דורך צוגעבן אַ פֿערטן קאָנסאָנאַנט וואָס איז גלײַך מיטן ערשטן. דערפֿון קומט אַרויס אַזאַ וואָרט ווי "פּילפּול" — וואָס נעמט זיך פֿון דעם שורש "פלל" (אָבער האָט נישט קיין שײַכות צו דעם וואָס ס’מיינט "פֿעפֿער"). Capsicum, ווידער, נעמט זיך פֿונעם לאַטײַנישן capsa "קעסטל", ווײַל אַ פֿעפֿערל איז אין תּוך אַרײַן אַ שויט וואָס האַלט אין זיך קערעלעך, אַזוי ווי אין אַ קעסטל. פֿון גריכיש־לאַטײַנישע וואָרצלען נעמען זיך, דירעקט אָדער אומדירעקט, כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע טערמינען: פֿראַנצייזיש poivre (שוואַרצער פֿעפֿער) און poivron מײַנע גוטע פֿרײַנד עלטערן זיך פֿאַר מײַנע אויגן, און כאָטש די טיפֿע עלטער האָט זיי אײַנגעבויגן אין דרײַען, האָט זי אָבער ווייניק וואָס משפּיע געווען אויף זייערע מוח־קעמערלעך. אין זייערע אויגן בלישטשעט נאָך דער חידוש, די באַוווּנדערונג פֿון הײַנטיקע ספּאָסאָבן (מעגלעכקייטן), וואָס די קאָמפּיוטערס באַוויליקן זיי. ביידע שרײַבן זיי. ער — וועגן זײַן קינדהייט און חורבן־יאָרן פֿאַר און נאָכן חורבן. זי — וועגן איר פֿרומער וועלט־באַנעמונג. ביידע זײַנען זיי גערער חסידים, ביידע האָבן אַדורכגעמאַכט אַ קאַפּיטל אוישוויץ. ער האָט אָנגעוווירן זײַן ערשטע פֿרוי, זי האָט מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק פֿאַרלוירן איר מאַן און שפּעטער, אַ זון — אַן אויסגעשולטן דאָקטער. געווען אַ צײַט ווען איך מיט חנהן האָבן ביידע פֿאַרענדיקט קאַלעדזש. אָבער איידער וואָס ווען האָט זי אָנגעוווירן איר מאַן, אַבֿיגדורן, פּונקט פֿאַר די לעצטע סוף־עקזאַמענס. זי האָט זײַן אָרון באַגלייט קיין ניו־יאָרק וווּ איר איינציקער זון מיט די אייניקלעך האָבן זיך אַלע געזעצט זיצן שיבֿעה. יעדעס ליד אינעם ביכל, Yiddish Songs for Children (ייִדישע לידער פֿאַר קינדער) ווערט באַגלייט מיט די נאָטן, טראַנסקריפּציע און ענגלישער איבערזעצונג, כּדי משפּחות, וואָס פֿאַרשטייען נישט קיין ייִדיש זאָלן זיי אויך קענען זינגען. די סיבה אָנצושרײַבן די לידער איז דעמאָלט געווען אַ פּראַקטישע, האָט חנה־פֿייגל דערציילט דעם "פֿאָרווערטס". במשך פֿון דרײַ יאָר האָט זי געהאַט פֿיר קינדער (צוויי זענען געווען אַ צווילינג), און זי האָט געזוכט אַן אופֿן ווי אַזוי זיי צו פֿאַרווײַלן. קיין קינדהיטער האָט זי נאָך נישט געהאַט, האָט זי געמוזט אומעטום מיטנעמען מיט זיך די קינדער. "אַז איך האָב געדאַרפֿט אַרויסגיין קויפֿן אַ פֿלאַש מילעך, האָב איך זיי אַלע פֿיר אײַנגעפּאַקט אין אויטאָ, און ס׳האָט נישט לאַנג געדויערט, ביז זיי האָבן זיך אָנגעהויבן קריגן," האָט חנה־פֿייגל דערציילט. כּדי אָפּצוּווענדן זייער אויפֿמערק, פֿלעג זי מיט באַגײַסטערונג ווײַזן אויף עפּעס דורכן פֿענצטער ווי, למשל: "גיטס נאָר אַ קוק אויף דעם לאָמפּ!" — און גלײַך האָט זי גענומען אויסטראַכטן אַ לידעלע וועגן אַ לאָמפּ. און אויב נישט אַ לאָמפּ, איז געווען וועגן אַ ווינט, אָדער אַ הינטל, אָדער וואָס עס זאָל נאָר אונטערקומען. מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מײַן קאָלעגע הערשל גלעזער געשריבן וועגן דער עטימאָלאָגיע פֿונעם וואָרט "פּאָמידאָרן". פּאָמידאָרן אינטערעסירן מיך אויך, און ניט נאָר ווײַל איך שטאַם פֿון אוקראַיִנע, וווּ עס וואַקסן זייער געשמאַקע פּאָמידאָרן. דער ענין האָט מיך פֿאַראינטערעסירט בײַם לייענען פּרץ מאַרקישעס ראָמאַן "טראָט פֿון דורות". גייט דאָרט די רייד, בפֿרט, וועגן די פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. איינער פֿון די פּליטים האָט באַשלאָסן צו פֿאַרזעצן פּאָמידאָרן. ווײַטער שטייט אין דעם ראָמאַן געשריבן: כ׳האָב זיך אָקאָרשט דערמאָנט אין יענער צײַט, ווען איך בין געווען אַ יאָר זיבעצן, און בין זיך אַזוי געשטאַנען און אַרײַנגעקוקט אין אַ שויפֿענצטער פֿון באַקליידונג. און מיט אַ מאָל, כ׳הייב נישט אָן צו וויסן פֿון וואַנען עס איז מיר אָנגעקומען, האָב איך דערפֿילט אַ שטאַרקע ליבשאַפֿט צו ליבע. איך בין ממש אַנטציקט געוואָרן פֿון יענעם טיפֿן געפֿיל, כאָטש קיין בחור האָב איך פּונקט דעמאָלט נאָך נישט געהאַט. די שארית־הפּליטה האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַן אייגנאַרטיקע געמיינשאַפֿט: גאָר ווייניק עלטערע מענטשן און כּמעט אָן קינדער. די וואָס האָבן בײַם אויסבראָך פֿון דער מלחמה דערגרייכט דעם עלטער פֿון יוגנטלעכע אָדער דערוואַקסנשאַפֿט, האָבן געהאַט אַלגעמיינע און אַקאַדעמישע בילדונג, ווי אויך פֿאַכמענישע קענטענישן און לעבנס־דערפֿאַרונג. איך בין אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק דעם דריטן סעפּטעמבער 1949 צוזאַמען מיט מײַן פֿרוי סאָניע. אין עלטער פֿון 27 יאָר האָב איך געהאַט די זכיה צו שטודירן פֿאַר דער מלחמה אין אַ העברעיִשער גימנאַזיע ווי אויך אין חדר און בית־המדרש. נאָך דער באַפֿרײַונג האָב איך שטודירט געשיכטע און פֿילאָסאָפֿיע אויף דעם אוניווערסיטעט פֿון אינסברוק אין עסטרײַך. מײַן קענטעניש פֿון ייִדיש, העברעיִש, פּויליש און דײַטש האָט בלי־ספֿק געהאַט אַ השפּעה אויף מײַן לעבנסגאַנג. אַ שאַרפֿער זאָג: "צו להכעיס גאָט", אָבער אַזוי האָבן זיך די ייִדן אויסגעדריקט נאָך דער מלחמה אין די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד. "צו להכעיס גאָט" וועלן מיר אויפֿשטיין תּחית־המתים, און צו להכעיס דער גאַנצער וועלט זײַנען מיר דאָ. און נישט נאָר דאָ, נאָר מיר זײַנען דאָ מיט פֿרישן לעבן, מיט פֿרישע כּוחות צו בויען, אויפֿצושטעלן משפּחות, ברענגען נײַע דורות ייִדן אויף דער וועלט, אײַנפֿונדעווען אַ שעפֿעריש און קולטורעל לעבן, מיט צײַטונגען און ביכער־פֿאַרלאַגן, מיט קאָנצערטן, לעקציעס און רעפֿעראַטן, מיט נײַע אידעאַלן; צו להכעיס גאָט. וואָס איז מיר פּלוצעם אײַנגעפֿאַלן צו שרײַבן וועגן די די־פּי־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, וווּ די ייִדישע פּליטים, געראַטעוועטע פֿון די געטאָס און גאַזקאַמערן, פֿון די באַהעלטענישן און סטאַלינס שקלאַפֿן־לאַגערן? איז אַזוי די מעשׂה. ערשטנס, דאָס וואָס אַן ערך אַ פֿערטל מיליאָן פֿון דער שארית־הפּליטה זײַנען אָפּגעזעסן אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע אין דײַטשלאַנד פֿון 1946 ביז אַן ערך 1950 אין צענדליקער לאַגערן. איז ווען עס איז געקומען צום רעכטן גערעכטן, האָט מען געמאַכט אַ שווײַג. נישט נאָר האָט מען נישט אָנערקענט דעם גרויסן אויפֿטו פֿון די פּליטים, די געראַטעוועטע, וואָס האָבן אַפֿילו אַרויסגעגעבן דעם תּלמוד מיט דער הילף פֿון דער אַמעריקאַנער אַרמיי (איינער פֿון די עקזעמפּלאַרן געפֿינט זיך טאַקע אין ייִוואָ). ווי קען מען זיך פֿאָרשטעלן אַז די זעלבע רעשטלעך פֿון אַן אומגעבראַכט פֿאָלק זאָלן זײַן בכּוח צו פּובליקירן אַ צעבליטע פּרעסע פֿון אַ טוץ ייִדישע צײַטונגען, ביכער, יזכּור־ביכער, ווי מ׳וואָלט ממש אַרײַנגעאָטעמט אין דעם רעשטל ייִדן אַ נײַע נשמה, אַ נשמה־יתירה. קיינער האָט אַפֿילו נישט געגעבן קיין פּיפּס וועגן דעם גרויסן אויפֿטו פֿון אַן אייביק פֿאָלק. שוין עטלעכע חדשים, אַז די שטימונג אין ניו־יאָרק אין דער קלעזמערישער ייִדישער מוזיק־סבֿיבֿה איז אַ געדריקטע צוליב דעם, וואָס חנה קופּער איז געלעגן קראַנק. ווען זי איז געשטאָרבן לעצטן זונטיק אין אָוונט, דעם 25סטן דעצעמבער, האָב איך זיך דערמאָנט אינעם אַלטן ווערטל "ניטל איז אַ בייזע לייד", וואָס פֿאַררופֿט זיך אויף די ייִדישע צרות וועלכע קומען פֿאָר אינעם טאָג פֿון דער חגא. פֿאַר דער ייִדישער קולטור־וועלט איז די צרה, דער קלאַפּ, געווען אַ גאָר שטאַרקער. חנה קופּער איז געבוירן געוואָרן אין אָקלאַנד, קאַליפֿאָרניע, אין 1946. זי האָט שטודירט אינעם "העברעיִשן אוניווערסיטעט" און אין שיקאַגער אוניווערסיטעט, און איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1975. דאָ האָט זי שטודירט דאָס ייִדישע קונסטליד מיטן לעגענדאַרן קאָמפּאָזיטאָר לאַזאַר ווײַנער, און אָנגעהויבן אויפֿצוטרעטן ווי אַ זינגערין אין אַלע ניו־יאָרקער ייִדישע קרײַזן. אין איר לעבן האָט זי געמאַכט אַ רושם אויף פֿאַרשיידענע וועגן, אָבער דער עיקר, ווי אַ זינגערין. געזאַנג איז געווען "אַ משפּחה־פֿעלער" בײַ איר: איר באָבע האָט שוין רעקאָרדירט ייִדישע פּלאַטעס און איר זיידע האָט געדינט ווי אַ בעל־תּפֿילה. איר מאַמע, באָני קופּער, וועלכע וווינט אין קאַליפֿאָרניע, האָט געהאַט אַ לאַנגע קאַריערע ווי אַ טעאַטער־זינגערין פֿון ייִדישע און העברעיִשע לידער. אויף דער לעצטער רעקאָרדירונג "Enchanted" (פֿאַרכּישופֿט), וואָס חנה האָט אַרויסגעלאָזט אין 2010, האָט זי אַרײַנגענומען אַלטע היים־רעקאָרדירונגען פֿון די פֿריִערדיקע דורות אין איר משפּחה, כּדי אַרויסצוהייבן די דאָזיקע מוזיקאַלישע קייט וואָס איז געווען פֿאַר איר אַזוי וויכטיק, און מיט וועלכער זי האָט שטאָלצירט. נאָך אַ רינג אין דער קייט איז איר טאָכטער, שׂרה־מינע גאָרדאָן, וועלכע זינגט ייִדישע לידער אין אַ ראָק־און־ראָל סטיל אין דער גרופּע "ייִדישע פּרינצעסין". אַ שמועס מיט דער ישׂראלדיקער-אַמעריקאַנער קינסטלערין יעל קאַנאַרעק יעל קאַנאַרעק איז אַ מולטי-דיסציפּלינירנדיקע קינסטלערין, ווי מע רופֿט עס הײַנט. זי איז אַ מאָלערין, אַ סקולפּטאָרין, אַ מחברטע, זי שאַפֿט דיגיטאַלע קונסט, ווידעאָ-קונסט און נאָך און נאָך. צווישן די זאַכן, וועלכע אינטערעסירן זי צום מערסטנס, איז אַלץ וואָס האָט צו טאָן מיט שפּראַך. די ערשטע דרײַ יאָר פֿון איר לעבן האָט זי געוווינט אין אַמעריקע — קען זי ענגליש; דערנאָך האָט מען זי געבראַכט קיין ישׂראל, איז זי אַריבער אויף העברעיִש; מיט 20 יאָר שפּעטער איז זי געקומען צוריק אין אַמעריקע און צום ענגליש. ווייסט זי עפּעס וועגן שפּראַך־ ענדערונגען און זייערע קאָמפּליקאַציעס. אָבער זי דריקט אויס איר אינטערעס צו דער שפּראַך-טעמע, בעיקר, דורך איר קונסט. יעל קאַנאַרעקס ביאָגראַפֿיע הייבט זיך אָן אין איסט-ווילעדזש אין מאַנהעטן, וווּ זי איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ ישׂראלדיקער מאַמען און אַן אַמעריקאַנער ייִדישן טאַטן. אירע עלטערן האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, בשעת דער טאַטע איז געווען אויף איינעם פֿון זײַנע אָפֿטע באַזוכן אין לאַנד. ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ ציוניסטיש־מאָטיווירטער היים, און די משפּחה האָט שטענדיק פּראָבירט זיך אַריבערצוקלײַבן אין ישׂראל, נאָך פֿון די 30ער יאָרן. "יאָלקעס" — טענענביימער צי עפּעס פֿון אַזאַ מין ביימער, אָפֿט מאָל קינסטלעכע — וואָס מע שטעלט אויף נײַיאָר, בלײַבן אַן אָנגעווייטיקטע פֿראַגע פֿאַר ייִדן אין אַ סך לענדער, ישׂראל בתוכם. אין איצטיקן יאָרהונדערט, מיטן אָנקומען פֿון הונדערטער טויזנטער געוועזענע סאָוועטישע בירגער, זײַנען די "יאָלקעס" געוואָרן אָנזעעוודיק אין ישׂראלדיקע שטעט. בעת אין נצרת-עלית האָט דער מייאָר ניט דערלויבט הײַיאָר צו שטעלן אַזאַ ניט-ייִדישן סימבאָל, איז אין חיפֿה אויפֿגעבויט געוואָרן אַ הויכע קינסטלעכע "יאָלקע", געמאַכט פֿון עטלעכע טויזנט פּלאַסטישע פֿלעשער. מיט זיבעציק יאָר צוריק האָט וועגן דעם ענין "יאָלקע" געשריבן איינער פֿון די בעסטע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — צבֿיון (1874–1954). זײַן אמתער נאָמען איז געווען בן-ציון האָפֿמאַן, אַ קורלענדישער ייִד, וואָס איז געווען אַקטיוו אין דעם "בונד", זיך געלערנט אין עטלעכע אוניווערסיטעטן, זײַן דאָקטאָר-טיטל באַקומען אין דער שווייץ. צבֿיונס ערשטע אַרקטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער העברעיִשער צײַטונג "המליץ", אין 1895, אָבער זינט 1901 האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר דער ייִדישער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט דעם "פֿאָרווערטס". זינט 1915 איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג. אין משך פֿון יאָרצענדליקער האָט דער לייענער זיך געקוויקט מיט זײַן קאָלומנע "ייִדישע אינטערעסן". דעם 3טן יאַנואַר 1942 האָט ער זיך אָפּגעשטעלט אויף דער פֿראַגע פֿון "יאָלקעס", ווײַל ער האָט געהאַט באקומען אַ פּאָר בריוו פֿון לייענער, און: ווען די אינטערנעץ האָט ערשט אָנגעהויבן זיך צו פֿאַרשפּרייטן, האָבן די חסידים, וואָס האָבן עס געניצט, זיך אָפֿט פֿאַרענטפֿערט, אַז זיי טוען עס בלויז צוליב דער אַרבעט, און סײַ־ווי־סײַ, האָבן זיי באַקומען אַ היתּר אויף דעם. הײַנט געפֿינען זיך אָבער אַ צאָל זײַטן אויף דער אינטערנעץ — סײַ בלאָגס, סײַ דורך "פֿייסבוק" — וואָס זענען געגרינדעט געוואָרן דורך חסידים אָדער געוועזענע חסידים, וווּ די "היימישע" פֿילן זיך פֿרײַ צו שמועסן וועגן פֿאַרשידענע ענינים, און אָפֿט מאָל, מיט הומאָר. איינע פֿון די זײַטן, וואָס געפֿינט זיך אויף דער סאָציאַלער נעץ "פֿייסבוק", הייסט "חסידיש ייִדיש", און איז ממש אַן אוצר פֿאַר די ליבהאָבער פֿונעם הײַנטיקן גערעדטן ייִדיש. די גרינדערין פֿון "חסידיש ייִדיש" הייסט פֿרידע, אַ 26־יאָריקע פֿרוי, וואָס שטאַמט פֿון אַ סאַטמערער משפּחה. ווי זי שרײַבט אין איר אַרײַנפֿיר צו דער זײַט, וויל זי מאַכן אַ רשימה פֿון "די חסידישע ווערטער, וואָס זענען נישט קיין טייל פֿון ייִוו״אָ־ייִדיש". כּדי אויסצומײַדן די גרויסע צאָל ענגלישע ווערטער, וואָס ווערן הײַנט באַניצט אין דער גערעדטער חסידישער שפּראַך, באַגרענעצט זי די רשימה בלויז מיט יענע ווערטער, וואָס חסידים ניצן אויך אין די געדרוקטע טעקסטן, ווײַל אין די ביכער און צײַטונגען געפֿינען זיך אַ סך ווייניקער ענגלישע ווערטער. |