- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער דערהויבענער געשיכטע איז פֿאָרט דאָ אַ ביטערער טראָפּן — די קינסטלערישע און היסטאָרישע ווערטן פֿון פּערעמענס קאָלעקציע איז אַזוי גרויס און דער אויפֿטו פֿון יעקבֿ פּערעמען גופֿא איז אַזוי אומשאַצלעך, אַז דער בעסטער אופֿן צו פֿאַראייביקן עס וואָלט געווען נישט איבערצוגעבן די בילדער אין אוקראַיִנע, נאָר צו געפֿינען פֿאַר זיי אַן אָרט אין אַ מוזיי פֿון ישׂראל. ווער זשע איז ער געווען, דער ייִד יעקבֿ פּערעמען? אַן אָדעסער מעצענאַט, איז ער אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געווען אַן אַקטיווער טוער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אין זײַן שטאָט. סוף 1919 האָט ער מיט נאָך אַ גרופּע מענטשן אָרגאַניזירט דאָס אָפּשיקן קיין פּאַלעסטינע 600 מענטשן אויף דער שיף "רוסלאַן". אויף דער זעלבער שיף זײַנען אויך אַרויסגעפֿירט געוואָרן איבער 200 בילדער, צייכענונגען, זײַן אַרכיוו און טויזנטער ביכער־בענד פֿון זײַן ביבליאָטעק. ס׳רובֿ פֿון זײַן בילדער־קאָלעקציע איז באַשטאַנען פֿון מאָלערײַ און גראַפֿיק, געשאַפֿן פֿון די אָדעסער מאָדערניסטן, אומאָפּהענגיקע מאָלער, וואָס אַ קלענערן טייל פֿון זיי האָט מען געקאָנט זען אויף דער ניו־יאָרקער אויסשטעלונג. די אייגנאַרטיקייט פֿון די צוויי איניציאַטיוון באַשטייט אין דעם, וואָס זיי שפּיגלען אָפּ נישט בלויז די ליבשאַפֿט צו ייִדיש, נאָר אַ פֿאַרלאַנג צו ניצן ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך. "דאָס בלעטעלע", http://www.gordonolniansky.com/bletele/, — אַ באַשיידענער אילוסטרירטער זשורנאַל פֿון 10 זײַטלעך — איז אָנגעשריבן אין גאַנצן אויף ייִדיש, און האָט אַפֿילו נישט קיין גלאָסאַר; און די וועבזײַט פֿון "דיבוקים" (http://www.dibbukim.com/yid/)גיט דעם לייענער די ברירה צו לייענען וועגן דער קאַפּעליע, און אַפֿילו צו באַשטעלן אירע קאָמפּאַקטדיסקן — אין גאַנצן אויף ייִדיש. ביידע פּראָיעקטן זענען אויסגעטראַכט און דורכגעפֿירט געוואָרן דורך ניקלאַס און אידאַ אָלניאַנסקי — אַ יונג פּאָרפֿאָלק אין דער שוועדישער שטאָט לונד. די אָלניאַנסקיס און זייער מיטאַרבעטער אין "דאָס בלעטעלע", לינדאַ גאָרדאָן, האָבן זיך געלערנט ייִדיש אין לונד־אוניווערסיטעט — צו ערשט, אין אַן אומפֿאָרמעלן ייִדיש־־קלאַס מיט ד״ר סאָלאָמאָן שולמאַן — אַ קינדער־דאָקטער, וואָס רעדט אַ היימישן פּוילישן ייִדיש, און דערנאָך מיטן פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור, ד״ר יאַן שוואַרץ. ניקלאַס אָלניאַנסקי האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז זיי האָבן בדעה צו פּובליקירן "דאָס בלעטעלע" פֿיר מאָל אַ יאָר, און זיי שטעלן אים צונויף און פֿאַרשפּרייטן אים בײַ זיך אין דער דירה — אַ דירה וווּ ס׳וועט באַלד ווערן אַ סך לעבעדיקער ווי פֿריִער, זינט עס איז בײַ זיי די פֿאַרגאַנגענע וואָך געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. (מזל־טובֿ!) מיך חידושט דווקא ניט אַזאַ ברייט-פֿאַרשפּרייטע לאָיאַליטעט, וואָס דער אינטעליגענטער עולם ווײַזט פּוטינען. אַנדערש קען עס ניט זײַן, ווײַל רוסלאַנד האָט זיך נאָך לחלוטין ניט באַפֿרײַט פֿון סאָוועטישקייט, און דער באַגריף, "סאָוועטישקייט", נעמט אין זיך אַרײַן אַ סך זאַכן. איינע פֿון זיי איז די אָרגאַנישע פֿאַרבינדונג, וואָס די אינטעליגענץ האָט געהאַט מיט דער מלוכה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס די מלוכה גופֿא איז דאָך געשאַפֿן געוואָרן דורך דער אינטעליגענץ, לכל-הפּחות, דורך אַ טייל פֿון איר. די סאָוועטישע מאַכט איז, אין תּוך אַרײַן, ווי אַ פּראָיעקט, וואָס איז אויסגעחלומט און רעאַליזירט געוואָרן דורך אינטעלעקטואַלן: לענין, טראָצקי, לונאַטשאַרסקי און אַזוי ווײַטער. וווּ נאָך — סײַדן אין די סאָוועטישע סאַטעליטן — האָט מען אויסגעמײַסטרעוועט אַזאַ סטרוקטור פֿון אינטעלעקטועלן לעבן, וואָס איז געווען אין גאַנצן אינטעגרירט אין דעם מלוכה-אַפּאַראַט? דער שרײַבער-פֿאַראיין און אַנדערע אַזוי-גערופֿענע שאַפֿערישע פֿאַראיינען האָבן גאַראַנטירט, אַז אַ פּען-מענטש, אַ מוזיקער, אַ קינסטלער, אַ טוער פֿון קינאָ און טעאַטער, האָט באַדינט דעם רעזשים. און דער רעזשים האָט גוט געצאָלט דעם שאַפֿערישן עולם, געצאָלט סײַ מיט געלט סײַ מיט דרך-ארץ. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען דיסידענטן, וועלכע האָבן ניט געוואָלט זינגען מה-יפֿית לידער, אָבער זייער צאָל איז תּמיד געווען זייער אַ קליינע. ס׳איז מיר צו האַנט געקומען די וואָך אַן "אַטעיִסטיש הייליק־בוך." זיי רופֿן עס (Atheist Bible). פֿרעגט מיך בחרם, ווי אַזוי דאָס איז געשען. אָבער איך זע דאָך שוין, אַז איך וועל זיך נישט אַזוי גרינג אַרויסדרייען פֿון באַשרײַבן דאָס "הייליקע ביכל פֿון דער נײַער לערע אין יודאַיִזם." געשריבן דעם טעקסט האָבן צוויי מחברטעס — עמיליאַ זאָלאָטאָוו און איזאָלדאַ אַפּאַטאָווסקי. ביידע האָבן זיי זיך באַקענט אין "יוניאָן היברו־קאַלעדזש" און באַקומען זייערע דאָקטאָראַטן אין "יוניאָן גראַדזשועט־סקול." יאַנקל־פּרץ איז דעמאָלט געווען דער פֿאָרזיצער פֿון "יוגנטרוף", און נפֿתּלי האָט געהאַלטן בײַם אַנטוויקלען דעם "ייִדיש־פֿאַרם"־פּלאַן (וואָס איז, דרך־אַגבֿ, אויך מקוים געוואָרן, און אויף אַ גרויסן מאַסשטאַב) — אָבער זייער "ייִדיש־הויז" אַליין איז געווען אַ פּריוואַטע איניציאַטיוו, ניט פֿאַרבונדן פֿאָרמעל מיט קיין שום אָרגאַניזאַציע. אַלץ האָבן זיי געטאָן מיט די אייגענע כּוחות און די אייגענע באַשיידענע מיטלען. צופֿעליק האָט זיך אַנטדעקט, אַז אין דעם זעלבן בנין מיט יאָרן צוריק, האָט אויך געוווינט באַראַק אָבאַמאַ, דעמאָלט אַ סטודענט אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. די ייִדיש־הויזניקעס האָבן אין דעם גלײַך דערזען אַ השגחה־פּרטית, אַז זייער פּלאַן וועט זײַן געבענטשט מיט הצלחה. הײַנטיקע טעג שרײַבט מען אַ סך וועגן דעם קריזיס פֿון דעם ביכער-מאַרק. אייניקע טענהן אַפֿילו, אַז די ביכער-קולטור איז נאָענט צו איר גסיסה. אָבער גלײַכצײַטיק האָט זיך אַנטוויקלט נאָך איין זאַך: אַליין-פֿאַרעפֿנטלעכטע ביכער. אַזעלכע "סאַמאָיִזדאַט"-אויסגאַבעס האָבן, פֿאַרשטייט זיך, עקזיסטירט אויך פֿריִער (מחוץ די לענדער, וווּ אַלץ איז געווען אונטער דעם מלוכישן קאָנטראָל), אָבער איצט איז געוואָרן אַ סך גרינגער אַרויסצולאָזן אַ בוך — די נײַע טעכנאָלאָגיע מאַכט עס ביליקער. דער פֿילם באַווײַזט, אַ חוץ אַן אָנגייענדיקן אינטערוויו מיט וווּדי אַלען, אַ סך אינטערוויוען מיט אַקטיאָרן פֿון זײַנע פֿילמען, פֿילם-קריטיקער, מיט מיטאַרבעטער און קרובֿים. אַלע דערציילן מכּוח זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט אים אָדער אַנאַליזירן זײַנע ווערק; אָבער דער פֿילם איז נישט געמאַכט אין קיין אַמעריקאַנער "קליפּ"־סטיל, וואָס וואָלט אַפֿילו אַזאַ אינטערעסאַנטע טעמע געקענט פֿאַרוואַנדלען אין אַ פֿלאַכע מאַכערײַקע. ער דויערט איבער דרײַ שעה, אַ פֿאַקט וואָס לאָזט דעם רעזשיסאָר זיך פֿאַרטיפֿן אין דער טעמע. ס׳איז קלאָר פֿונעם דאָקומענטאַר, אַז אַלען, ניט געקוקט אויף אַלע זײַנע דערגרייכונגען, איז געבליבן זייער באַשיידן; אַ נאַיִווער פּאַרשוין, וואָס פֿאַרשטייט נאָך אַלץ נישט די גאַנצע מהומה אַרום זיך. ער האַלט זיך אַליין נישט מער ווי אַן "אָקיי" פֿילם-מאַכער, וואָס האָט, צום גליק, פֿאַרווירקלעכט אַלע זײַנע חלומות: צו ווערן אַ קאָמעדיאַנט, צו מאַכן פֿילמען און צו שפּילן מוזיק (ווי באַוווּסט, שפּילט אַלען אויף קלאַרינעט). איבערזעצונג פֿון איין שפּראַך אויף אַן אַנדערער איז קונסט און נישט קיין קונץ. דער עיקר, מוז מען קענען ביידע שפּראַכן פֿליסיק און אויב עס איז פּאָעזיע, דאַרף מען זײַן אַ פּאָעט, און אויב עס איז פּראָזע, מוז מען זײַן אַ פּראָזאַיִקער, ווײַל מ׳זעצט נישט איבער ווערטלעך, נײַערט מ׳זעצט איבער פֿון איין קולטור אויף אַ צווייטער. אַרי אָבער האָט זיך אין דעם לבֿוש געפֿילט באַקוועם, ווײַל יאָרן לאַנג האָט ער אַפֿילו אין די הייסטע זומערטעג געטראָגן וואָלענע ציצית, אַ בעקעשע און אַ ביבער־הוט. די סיבה איז, אַז איידער פּרײַוואַט אַרי מאַנדעל האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, איז ער געווען אַרי משה־אַהרון מאַנדעל, אַ ניקלסבורגער חסיד. מיט דרײַ חדשים צוריק האָט מאַנדעל געענדיקט זײַן פֿינף־יאָריקע מיליטערישע דינסט, און הײַנט פֿירט ער אַ בלאָג, Confessions of a Koifer (ווידוי פֿון אַ נישט־גלייביקן), וואָס האָט שוין צוגעצויגן אַ צאָל חסידישע און געוועזענע חסידישע לייענער. די קומענדיקע וואָך הייבט ער אָן זיך לערנען אין האָנטער־קאָלעדזש, אין מאַנהעטן. אין צווישנצײַט האָט דער "פֿאָרווערטס" זיך אַוועקגעזעצט מיט אים, כּדי אויסצוהערן וועגן זײַן אייגנאַרטיקער רײַזע פֿון זײַן אַ חסיד ביז צו ווערן אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט. געבוירן איז מאַנדעל אין סיִאַטל, בײַ אַ טאַטן, אַ בעל־תּשובֿה פֿון חב״ד און אַ מאַמע, אַ געבוירענע ליובאַוויטשער מיידל. ווען אַרי איז געווען פֿיר יאָר אַלט, האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן אין מאָריסטאַון, ניו־דזשערזי — אַ צענטער פֿון די ליובאַוויטשער חסידים — אָבער דעם טאַטן האָט געצויגן צו אַ מער "חסידישן" לעבן־שטייגער, האָבן זיי נאָך עטלעכע יאָר זיך באַזעצט אין מאָנסי, נ״י, וווּ דער טאַטע האָט זיך צוגעשלאָסן צו די ניקלסבורגער חסידים. דער אקטיאָר און רעזשיסאָר האַואַרד ריפּ האָט מיך פֿאַרבעטן אין טעאַטער "לאַ־מאַמאַ" צו זען צוויי איין־אַקטערס. דער ערשטער אַקט שילדערט יצחק באַשעוויסעס דערציילונג "גימפּל תּם", און דער צווייטער אַקט באַשטייט פֿון ש״י עגנונס דערציילונג "די דאַמע מיטן מדינה־גייער" (peddler). און אַזוי ווי דער ערשטער אַקט האָט צו טאָן מיט באַשעוויסעס "גימפּל", שפּילט אים אויס האַואַרד ריפּ קינסטלעריש אויף אַ פֿײַנער מדרגה. ער איז אַ פֿײַנער אַקטיאָר, און זײַן גימפּל איז באַגלייבלעך. די ענגלישע ווערסיע האָט ער אַדאַפּטירט פֿון סאָל בעלאָוס איבערזעצונג. דווקא, איז די איבערזעצונג אַ געלונגענע, אַ חוץ דעם נאָמען תּם. גימפּל איז באמת נישט קיין תּם. אויף ענגליש האָט ער געקענט אים באַצייכענען ווי גימפּל (the simpleton), ממש אַן אומשולדיקער נפֿש. דאָס גאַנצע שטעטעלע פֿראַמפּאָל האָט זיך אָנגעזעצט אויף גימפּלען און מאַכט פֿון אים קרעפּלפֿלייש, און גימפּל גיט אַלץ נאָך. גימפּל גלייבט אַלעמען. אַפֿילו, ווען מ׳האָט אים פֿאַרשדכנט עלקען, די פֿראַמפּאָלער גאַסן־גייערין, און זי ליגט אין קימפּעט זעקס מאָל נאָך אַנאַנד. פֿאַרדרייט זי גימפּלען דעם קאָפּ און רעדט אים אײַן, אַז ער איז דער טאַטע פֿון די קינדער, כאָטש גימפּל האָט זי נישט אָנגערירט פֿונעם טאָג וואָס מען האָט זיי חתונה געמאַכט און געפֿירט אונטער דער חופּה. ער האָט אָבער ליב די קינדער ווי זיי וואָלטן געווען זײַנע אייגענע. הײַנטיקס יאָר איז די טעמע פֿונעם טאָג געווען — "די קינדער אין דעם חורבן". דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער "יו־ען", באַן קי־מון האָט גערעדט וועגן די אַנדערטהאַלב מיליאָן ייִדישע קינדער, וועלכע זענען אומגעקומען; מע קען הערן זײַנע רייד אויף דער "יו־ען"־וועבזײַט. אין שײַכות מיט דער טעמע, האָט די "יו־ען" אָפּגעדרוקט אַ ביכל, וואָס זאָל באַגלייטן דעם פֿילם "דער לעצטער פֿלי פֿון פּעטער גינז", אַ נײַער אַנימאַציע־פֿילם וועגן דעם לעבן און קונסטווערק פֿון פּעטער גינז, אַ ייִדיש ייִנגל פֿון פּראָג, וועלכער איז אומגעקומען אינעם חורבן. די אַנדערע "יו־ען"־אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק האָבן געשטעלט דעם טראָפּ אויף דער מוזיק פֿון די קינדער אינעם לאַגער טערעזין. ווען מע קומט אַרײַן אויפֿן גרויסן שטח פֿון דער "יו־ען" אין ניו־יאָרק גייט מען פֿאַרבײַ אַ רירנדיקע אויסשטעלונג פֿון פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿונעם לאָדזשער געטאָ. די אויסשטעלונג "דאָס פּנים פֿון געטאָ: בילדער פֿון ייִדישע פֿאָטאָגראַפֿן אין דער לאָדזשער געטאָ 1940—1944" איז צוזאַמענגעשטעלט געוואָרן פֿון 27 נײַ־אַנטדעקטע פֿאָטאָ־אַלבאָמען פֿון דער געטאָ. די בילדער האָבן געפֿונען די צוויי פֿאָרשער אינגאָ לוס און ד״ר טאָמאַס לוץ אינעם נאַציאָנאַלן אַרכיוו אין לאָדזש. אין נאַראַיעוו איז אין יאָר 1885 געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער משה נאַדיר. אָבער דאָס איז געווען זײַן פּסעוודאָנים, וואָס צעלייגט זיך טאַקע אויף "נאַ דיר" (ווי, אַ שטייגער, אין "נאַ דיר אַ מתּנה"). נאַדירס אמתער נאָמען האָט געקלונגען גאָר אַנדערש: יצחק רײַז. איצט איז נאַדיר כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אַ מאָל, איז ער געווען אַ גאַנץ וויכטיקע פֿיגור אין ייִדישן ליטעראַרישן לעבן פֿון אַמעריקע. אין 1929, ווען אַ צאָל באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער זײַנען אַוועק פֿון די קאָמוניסטן, איז נאַדיר פֿאַרבליבן אין דער ראָלע פֿונעם פֿירנדיקן ייִדישן קאָמוניסטישן מחבר. מיט די שרײַבער, וואָס זײַנען אַוועק, האָט ער זיך געזעגנט דורך זייער אַ בייז ליד (וועגן דעם "אַוועקגיין" גופֿא האָב איך געשריבן מיט אַ חודש צוריק — זען "אַ הײַנטיקער קוק אויף די געשעענישן פֿון 1929", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 23סטן דעצעמבער |