- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער פֿרי בין איך אַוועק אין ייִוואָ. איך טו עס כּמעט יעדע וואָך, ווײַל עס זאַמלען זיך אָן כּלערליי זאַכן, אַן ענטפֿער אויף וועלכע קען געבן אָדער די ביבליאָטעק אָדער דער אַרכיוו פֿון אָט דער אוניקאַלער ייִדישער אינסטיטוציע. דאָס מאָל האָב איך באַטראַכט, דער עיקר, מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט חיים ליבערמאַנען. געווען אַ מאָל אין "פֿאָרווערטס" אַזאַ קאָלירפֿולע פֿיגור. אָט וואָס עס האָט וועגן אים געשריבן הלל ראָגאָף אין זײַן בוך "דער גײַסט פֿון ‘פֿאָרווערטס’": ווען ליבערמאַן איז אָנגעקומען אַרבעטן אין "פֿאָרווערטס" אין 1924 האָט ער שוין געהאַט אַ רעפּוטאַציע ווי אַ שאַרפֿער פּאָלעמיקער און האָט זיך שוין געהאַט אַײַנגעשאַפֿט אַ רעכט ביסל שׂונאים צווישן די שרײַבערישע גדולים. די גרעסטע פּובליציסטישע שלאַכט האָט ער געהאַט אָנגעפֿירט קעגן דר. חיים זשיטלאָווסקי אין דער פּועלי-ציוניסטישער צײַטונג "די צײַט", וווּ ער איז געווען אַ מיטאַרבעטער. אין "פֿאָרווערטס" האָט ער די ערשטע עטלעכע יאָר ניט געהאַט קיין געלעגנהייט צו פֿירן קאַמפֿן און פּאָלעמיק. ... אַ פּאָלעמישע פֿיגור איז ליבערמאַן געוואָרן, ווען ער האָט אָנגעהויבן אַרויסצוּווײַזן אין זײַנע אַרטיקלען רעליגיעזע נייגונגען. אורה, איז געבוירן געוואָרן מיט דרײַסיק יאָר צוריק אין ירושלים. אירע עלטערן זענען ביידע אַמעריקאַנער עולים, וואָס האָבן זיך באַקענט אין ישׂראל, לערנענדיק זיך אין דער פּרדס-אינסטיטוציע (אַן אינסטיטוציע אין ירושלים צו לערנען ייִדישקייט די ייִדישע סטודענטן פֿון אויסלאַנד). אין יענער צײַט (סוף 1970ער יאָרן) איז געווען אַ גרויסע עליה־כוואַליע פֿון אַמעריקע צוליב ציונסטישע סיבות. ביידע מיט אַ סעקולערן הינטערגרונט, זענען זיי כּמעט אין איין צײַט געוואָרן אין ישׂראל בעלי-תּשובֿה. זייער טאָכטער האָבן זיי געשיקט אין דער רעליגיעזער פּלך-גימנאַזיע אין ירושלים, וואָס ווערט גערעכנט פֿאַר דער ערשטער רעליגיעז-פֿעמיניסטישע שול אין ישׂראל. אורהס משפּחה (די עלטערן מיט צוויי שוועסטער און צוויי ברידער) וווינט נאָך עד-היום אין ירושלים און אַלע זענען געבליבן אין דער וועלט פֿון "געשטריקטע יאַרמולקעס". הײַנט צו טאָג, דעפֿינירט אורה זיך אַליין ווי אַ טראַדיציאָנעלע. נאָכן עסן זענען די רביצין און איך אַרויס אויף אַ שפּאַציר און ווען איך האָב באַמערקט וואָס פֿאַר אַ נס עס איז וואָס דער חב״ד קען אויסהאַלטן אַזוי פֿיל שליחות־הײַזער איבער דער וועלט, האָט זי געלאַכט און געענטפֿערט "הלוואי! יעדעס פּאָרפֿאָלק וואָס ווערט געשיקט אָנהייבן אַ חב״ד־הויז, דאַרף אַליין געפֿינען די פֿאָנדן זיך אויפֿצוהאַלטן. ברוך־השם, מיר האָבן זיך באַקענט מיט עטלעכע ברייטהאַרציקע ייִדן דאָ, אָבער קיין גרינגע אַרבעט איז עס נישט..." ערשט דעמאָלט האָב איך פֿאַרשטאַנען ווי שווער עס איז די אַרבעט נישט בלויז פֿון די חב״ד־שליחים, נאָר אויך פֿאַר זייערע פֿרויען. די פֿאַרגאַנגענע וואָך איז אין ניו־יאָרק פֿאָרגעקומען די יערלעכע קאָנפֿערענץ לכּבֿוד אָט די פֿרויען. כּמעט 3,000 שלוחותטעס פֿון 84 לענדער פֿון דער וועלט, אַרײַנגערעכנט פֿאַרוואָרפֿענע ווינקלען ווי טאַסמאַניע, וויעטנאַם און קינשאַסאַ, האָבן זיך באַטייליקט אינעם זעקס־טאָגיקן צוזאַמענפֿאָר, וואָס איז אויסגעקומען, ווי יעדעס יאָר, נאָענט צום יאָרצײַט פֿון דער רביצין חיה־מושקע שניאורסאָן, די פֿרוי פֿונעם לעצטן ליובאַוויטישער רבין, מנחם־מענדל שניאורסאָן. במשך פֿון דער וואָך האָבן רבנים, שול־דירעקטאָרן און גײַסטיקע רעדנער אָנגעפֿירט מיט פֿאַרשידענע קלאַסן און וואַרשטאַטן, כּדי צו געבן די שלוחותטעס חיזוק פֿאַר זייער אַרבעט, און מ׳איז אויך געפֿאָרן צום רבינס אוהל און דער רביצינס קבֿר. דערצו האָבן די שלוחותטעס געהאַט פֿאַרשידענע געלעגנהייטן זיך צו פֿאַרבינדן מיט אַנדערע דעלעגאַטינס איבער דער וועלט, און זיך צו זען מיט אַלטע גוטע פֿרײַנדינעס. די קאָנפֿערענץ איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער דער אויפֿזיכט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל פֿון חב״ד־ליובאַוויטש, "מרכּז לעניני חינוך". אַזאַ מזל האָט שוין געהאַט אָפּאַטאָשו — צו וווינען אין אַמעריקע, אָבער זײַן מער באַוווּסט און באַקומען מער כּבֿוד ערגעץ-וווּ. ס׳איז גענוג אַ קוק צו טאָן אויף די פֿאַרלעגער, וועלכע האָבן אַרויסגעגעבן זײַנע ייִדישע ביכער: ס׳רובֿ פֿון זיי טראָגן אויף זיך די נעמען פֿון שטעט אין פּוילן, ראַטנפֿאַרבאַנד און אַרגענטינע. מיט די איבערזעצונגען איז אויך אַזוי: דער ענגלישער נוסח פֿון זײַן קרוינווערק, "אין פּוילישע וועלדער" (1921), איז אַרויס אין יאָר 1938, דאָס הייסט, אין צען-פֿופֿנצן יאָר אַרום נאָך דעם ווי דער ראָמאַן איז שוין געווען צוטריטלעך דעם פּוילישן, רוסישן און אוקראַיִנישן לייענער. קיין חידוש ניט, אַז די אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ וועט פֿאָרקומען אויך ניט אין אַמעריקע, נאָר דווקא אין דײַטשלאַנד, אין דער בײַערישער שטאָט רעגענסבורג. צו פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס די אָנטיילנעמער פֿון דער קאָנפֿערענץ וועלן פֿאָרן אין יענער שטאָט, ניט ווײַט פֿון מינכען, דאַרף מען אַרײַנקוקן אין דער געשיכטע פֿון דעם ווי אַזוי ס׳איז באַנײַט געוואָרן דער אינטערעס צו אָט דעם וויכטיקן ייִדישן מחבר. די ערשטע ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין דער רוסישער אימפּעריע זענען אויפֿגעקומען אינעם יאָר 1807. עטלעכע גרופּעס קאָלאָניסטן — דער עיקר, ווײַסרוסישע ליטוואַקעס — האָבן זיך באַזעצט אין דער כערסאָנער גובערניע, מיזרח־אוקראַיִנע, און פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿון אַ גאַנצן קלאַס פֿון ייִדן־פּויערים. צום יאָר 1810, זענען אינעם דאָזיקן ראַיאָן שוין געווען נײַן ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס, וווּ עס האָבן געוווינט שוין 3,640 תּושבֿים. נאָך עטלעכע גאָר שווערע יאָר פֿון מיגראַציע און באַהערשונג פֿונעם נײַעם לעבנס־שטייגער, האָט זיך אין אַ צאָל ייִדישע אַגריקולטור־קאָלאָניעס אַנטוויקלט אַ בליִענדיקע ווירטשאַפֿט. זייער דערפֿאָלג האָט צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿון אַ צאָל פֿילאַנטראָפּן און טוער, לאַוו־דווקא אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פֿאָרגעלייגט אַריבערצוברענגען די ייִדישע פֿאַרמער פֿון מיזרח־אייראָפּע אין אַנדערע לענדער. אַ טייל אַזעלכע פּלענער זענען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן מיט מזל. למשל, באַראָן מאָריס דע הירש, אַ רײַכער דײַטשישער ייִד, האָט געשטיצט די אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדישע פֿאַרמער־קאָלאָניעס אין אַרגענטינע, וווּ עס האָט זיך אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט געשאַפֿן אַן אוניקאַלע אייגנאַרטיקע קולטור פֿון ייִדישע "גאַוטשאָס". כ׳האָב דאָך שוין געזען אַ שלל מיט פּיעסעס אין מײַן לעבן, וווּ מען שילדערט אַ שרעקלעך צוזאַמענלעבן פֿון אַ פּאָרפֿאָלק, וווּ מען לײַדט פֿון גרויס אָרעמקייט, וווּ דער טאַטע אַנטלויפֿט און לאָזט איבער אויף הפֿקר אַ שטוב מיט קליינוואַרג אָן אַ גראָשן געלט, וווּ אַ מיידל גליטשט זיך אויס און פֿאַלט אַרײַן אין שלעכטער געזעלשאַפֿט, וווּ דאָס לעבן הענגט אויף אַ האָר, משפּחה־סיכסוכים, אַן איבערפֿאַל, שיכּרות. אָבער אַזוינס ווי דער "רוסישער טראַנספּאָרט" האָב איך נאָך נישט געזען. אַנטקעגן וואָס זאָג איך עס? אַנטקעגן דעם וואָס מען האָט מיך געראַטן צו גיין זען די נײַע פֿאָרשטעלונג וואָס ווערט געשפּילט הײַנט אין ניו־יאָרק, אונטערן קעפּל "רוסישער טראַנספּאָרט." בין איך אַוועק און געזען, און געטראַכט וואָס ווייסן מיר וועגן דער רוסיש־ייִדישער כוואַליע, ווײַל ווי קען מען וויסן אַז מיר וווינען נישט אין "ברײַטאָן־ביטש," אָדער "קוני־אײַלענד־עוועניו," אָדער אין "שיפּסהעד־בײַ" אין ברוקלין, וווּ עס האָט זיך באַזעצט אַ רוסיש־ייִדישע באַפֿעלקערונג, פֿירן גרויסע און קלענערע געשעפֿטן אָדער לעבן גאָר פֿון דער אַמעריקאַנער קיצבֿה. קומט צו גיין אַ דראַמאַטורגין מיטן נאָמען עריקאַ שעפֿער, און שרײַבט אָן אַ קאַפּיטל "רויפֿלייש", דאָס הייסט — אַ שילדערונג אַזוי ווי זי גייט און שטייט, אָן באַפּוצונגען, אָן הינטער־קוליסן, ממש אַ רויען אַבסטראַקט פֿון אַ פּיעסע וואָס דאַרף ערשט געשריבן ווערן. וואָס מיין איך דערמיט צו זאָגן? זי שילדערט אַ מיאוס קאַפּיטל אין אונדזער ייִדישער סבֿיבֿה, אָן אַ טראָפּן ייִדישן אָפּשטאַם; וועגן אַ פֿאָלק וואָס האָט זיך טויזנטער יאָר אויסגעבריט אויף ייִדישער עטיק און מאָראַל, אויף ייִדישן המשך, אויף ייִדישן גײַסט. איז געקומען אַהער אַ פּראָסט פֿאָלק ייִדן שלא ידעו את יוסף. פֿאַרשטענדלעך, אַז איך וויל עס נישט פֿאַראַלגעמיינערן. דאָס איז געווען אַ געוואַלדיק וויכטיקע דאַטע אין דער פֿרישער מסורה פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער מלוכהשאַפֿט: מיט אַ יאָר פֿריִער, אָנהייב פֿעברואַר 1936, האָט זיך קיין ביראָבידזשאַן אַרײַנגעכאַפּט לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש, דער מעכטיקער סאַטראַפּ פֿון סטאַלינען. ניט צופֿעליק וועט דערנאָך קאַגאַנאָוויטשעס נאָמען יאָרנלאַנג טראָגן דער היגער ייִדישער טעאַטער. אַזעלכע הויכע געסט האָבן אַהין נאָך קיין מאָל ניט פֿאַרבלאָנדזשעט, אַזוי אַז דעם יום-טובֿ האָט מען באַשלאָסן אָפּצומערקן ווי עס דאַרף צו זײַן — מיט אַ גרויסער צונויפֿקומעניש אין אַ יאָר אַרום. סוף 1936, ווען די פּרעסע האָט אָנגעהויבן שרײַבן וועגן דער קאָנפֿערענץ, איז ביראָבידזשאַן געווען אָפֿט דערמאָנט ניט נאָר אין דער סאָוועטישער, נאָר אויך אין דער אינטערנאַציאָנאַלער פּרעסע. דער שמועס איז געגאַנגען וועגן אַ גראַנדיעזן פּלאַן פֿון מאַסן-אימיגראַציע פֿון אויסלענדישע ייִדן, בפֿרט פֿון פּוילן, וווּ דער מצבֿ פֿאַר ייִדן איז געווען אַ שלעכטער אָדער אַפֿילו געפֿערלעכער. דער דאָזיקער פּלאַן האָט ניט אויסגעזען ווי אַן אוטאָפּישער, ווײַל די סאָוועטישע רעגירונג האָט געוויזן סימנים פֿון מסכּים זײַן מיט אַזאַ ייִדישער אײַנוואַנדערונג. ניט צופֿעליק איז דווקא אין יאָר 1936 אַרויס דער באַוווּסטער פֿילם "גליקן-זוכער", וועגן דער גליקלעכער (פֿאַר גוטע לײַט) און אומגליקלעכער (פֿאַר שלעכטע לײַט) ייִדישער איבערוואַנדערונג פֿון אויסלאַנד קיין ביראָבידזשאַן. די ייִדן אין ארץ-ישׂראל כּלפּי זייערע אַראַבישע שכנים. אום-על-פֿאַכעם, ראַסאַנס היימשטאָט, איז פֿרידלעך איבערגעגעבן געוואָרן פֿון יאָרדאַניע צו ישׂראל אין 1949. "מע האָט זי הן נישט באַפֿרײַט און הן נישט אָקופּירט", זאָגט ראַסאַן. ער געדענקט נאָך ווי אַ קינד, אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט פֿאַרנומען זײַן משפּחהס הויז, און זײַנע עלטערן איז געבליבן נאָר צו שרייען "חי-וקים". הגם אום-על-פֿאַכעם איז די צווייט־גרעסטע אַראַבישע שטאָט אין ישׂראל, האָט זי נאָך אין יענער צײַט נישט פֿאַרמאָגט קיין גימנאַזיע און אויך עלעקטריע איז נישט געווען בנימצא. האָט ער געדאַרפֿט פֿאָרן יעדן טאָג אַרום 30 קילאָמעטער קיין נצרת, אפֿשר די אומאָפֿיציעלע אַראַבישע הויפּטשטאָט אין ישׂראל, כּדי ווײַטער זיך לערנען. די העברעיִשע שפּראַך האָט ער געהאַט גענומען שטודירן אין פֿערטן קלאַס און אין אַ יאָר אַרום שוין פֿרײַ גערעדט און געלייענט. בפֿרט געדענקט ער צום גוטן זײַן העברעיִש-לערער אין גימנאַזיע, וואָס איז געווען אַן אַלטער אַשכּנזישער ייִד פֿון טבֿריה. דער דאָזיקער לערער פֿלעגט זיי, אַ גרופּע יונגע אַראַבער, לערנען העברעיִש מיט אַ שטאַרק אַשכּנזישן אַקצענט. אַחוץ אים, זענען די אַנדערע לערערס לרובֿ געווען איראַקישע ייִדן, וואָס זײַענדיק באַהאַוונט אין אַראַביש, פֿלעגן זיי שוין באַשטראָפֿן די תּלמידים אויף זייער אייגענעם מאַמע-לשון. איז האָבן מיר צוויי באַזונדערע מינים (genus בלע״ז). וויפֿל האָבן מיר זגאַלן (species בלע״ז)? אין זײַן "געוויקסן-וועלט אין ייִדיש" רעכנט מרדכי שעכטער אויס צוועלף זגאַלן וויקע, אָבער בלויז דרײַ באַשטייען פֿון באָב: 1. רוסישער באָב, אָדער ביב — אויף לאַטײַניש Vicia faba. (אויף רוסיש זאָגט מען טאַקע bob, אויף אוקראַיִניש bib.) דאָס איז, ווי געזאָגט, דער פֿאַרשפּרייטסטער אייראָפּעיִשער באָב; אויף ענגליש broad bean, און ס׳איז טאַקע ברייטער ווי די אַנדערע; 2. קליינע בעבלעך, אויף ענגליש איז נישט צו געפֿינען קיין עקוויוואַלענט! און 3. שוואַרצער באָב, אויף ענגליש common vetch. (די ענגלישע black beans זענען נישט די, נאָר פֿאַסאָליעס.) די אמתע סיבה איז די אַקטריסע קירע נײַטלי, די ענגלישע יפֿהפֿיה און האָליוווּד־שטערן, וואָס שפּילט די סאַדאָמאַזאָכיסטישע רוסיש־ייִדישע היסטעריש־קראַנקע סאַבינאַ שפּילריין, וועלכע (נאָך דעם ווי זי ווערט אויסגעהיילט) ווערט אַליין אַ וויכטיקער דאָקטאָר, אַ פֿאַרטרעטער בײַם פּסיכאָנאַנאַליטיקער — ווי אויך יונגס געליבטע. אין די ערשטע סצענעס אַרבעט נײַטלי אויף אַלע כּלים, שרײַט און וואַרפֿט זיך, אַזוי אַז ס׳איז אַ מאָל שווער צו קוקן אויף איר, ווי שיין זי זאָל נישט זײַן. אַפֿילו שפּעטער טראָגט זי אין זיך אַ נערוועזן כּוח און סעקסועלע ענערגיע, וואָס ציט דעם צוזעער צו און שטויסט אים אָפּ אין דער זעלבער צײַט. ס׳איז אַ זאַפֿטיקע ראָלע און נײַטלי זויגט פֿון איר אַרויס אַלע זאַפֿטן. וואָס עלטער איך ווער און וואָס מער איך שרײַב, אַלץ מער דערקען איך זיך אין מײַן טאַטנס פֿעליעטאָנען און אַרטיקעלעך. מײַן טאַטע, חיים שמולעוויטש, האָט געאַרבעט פֿאַר דער מלחמה, אין לאַזאַר כּהנס "טאַגעבלאַט." נאָך דער באַפֿרײַונג און נאָך דער פּליטה פֿון רויטן גן־עדן, האָט ער געשריבן אין אַ מינכענער ייִדישער צײַטונג, ס׳רובֿ סאַטירעס און אויך ערנסטע אַרטיקלען וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדן אין אונדזער פּליטים־לאַגער אין דײַטשלאַנד. אין אַמעריקע האָט זײַן יוניאָן אים געשיקט אַרבעטן בײַ זעצערײַ אין אַ ייִדישער טעגלעכער צײַטונג וואָס איר נאָמען איז פֿאַר אים געווען — סם. "לאָדזש, דו ביסט פֿאַר מיר טויט!" לאָדזש, דו ביסט אַמאָל געווען מײַן שטאָט און איך האָב דיך ליב געהאַט ס׳לעבן. באַלוט (אַן אָרעמע געגנט אין לאָדזש), דו ביסט אַמאָל געווען מײַן היים. אויף איינע פֿון דײַנע גאַסן בין איך געבוירן געוואָרן און שנעל פֿאַריתומט געוואָרן. איך האָב פֿאַרברענגט מײַנע יונגע יאָרן און געחלומט דעם זעלבן חלום וואָס יעדעס באַלוטער קינד האָט געחלומט, נעמלעך ווי אַזוי זיך אַרויסצורײַסן פֿון דער אָרעמקייט וואָס האָט געגעסן אונדזערע יונגע לײַבער און נשמות... איך האָב געקענט יעדע גאַס און יעדעס געסעלע, יעדן הויף אויף אונדזער גאַס. מיר, יונגע קינדער פֿון באַלוטער אָרעמקייט, האָבן פּונקט ווי מיליאָנען קינדער איבער דער וועלט, געוויינט און געלאַכט, געהונגערט און זיך ווײַטער געשפּילט. דאָס ווערטערבוך ווערט באַגלייט מיט אַ קורצן איבערבליק פֿון דער ייִדישער גראַמאַטיק, אָנגעשריבן אויף רוסיש דורך אַלכּסנדרה פּאָליאַן — אַן אַנדער יונגע רוסלענדישע ייִדישיסטקע און ווינסשאַפֿטלערין, וועלכע פֿירט ייִדיש־לעקציעס אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט — איינער פֿון די סאַמע בכּבֿודיקע בילדונג־אַנשטאַלטן אינעם לאַנד. דאָס נײַע ווערטערבוך קומט אויך מיט צוויי ספּעציעלע בײַלאַגעס: אַ קאָמפּאַקטל מיט לערן־מאַטעריאַלן פֿאַר ייִדיש־תּלמידים, אַרײַנגערעכנט 5 טשיקאַווע קאָמפּיוטערישע שפּראַך־שפּילערײַען, און אַ קאָמפּלעט פֿון קאַרטלעך מיט ייִדישע אותיות און שפּריכווערטער, געשאַפֿן דורך דער מאָסקווער קינסטלערין רבֿקה בעלאַרעוואַ. ביז הײַנט, איז דאָס איינציקע פֿולווערטיקע ווערטערבוך, וואָס האָט געהאָלפֿן אַ סך רוסיש־רעדער אויסצולערנען ייִדיש און צו באַרײַכערן זייער ווערטער־לעקסיקאָן, געווען דאָס גרויסע רוסיש־ייִדישע ווערטערבוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון משה שאַפּיראָ, וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין מאָסקווע אינעם יאָר 1984. דאָס דאָזיקע ווערטערבוך — טאַקע אַ גוואַלדיק־גוטע — איז אָבער באַגרינדעט אויף דער סאָוועטישער פֿאָנעטישער אָרטאָגראַפֿיע פֿון ייִדיש און דערלויבט איבערצוזעצן בלויז פֿון רוסיש אויף ייִדיש. דערצו, ווערט פֿון יאָר צו יאָר אַלץ שווערער צו געפֿינען די אַלטע עקזעמפּלאַרן פֿונעם דאָזיקן ווערטערבוך אין די קראָמען. |