- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ראָבינס שטעלט די מענטשן, אין פּרינציפּ, צוויי הויפּט-קשיות אין זײַנע אינטערוויוען: 1. וואָס האָט מען דיר קינדווײַז אָדער יוגנטווײַז, דערציילט וועגן ישׂראל? 2. ווי אַזוי האָט זיך דײַן מיינונג שפּעטער געענדערט? אויף דער ערשטער קשיא, ווי מע קען זען אין אַ שטיקל פֿונעם פֿילם שוין אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ http://www.kickstarter.com/projects/496652315/some-of-my-best-friends-are-zionists-0,ענטפֿערט די זשורנאַליסטקע און פֿאָרשערין עליסאַ סאָלאָמאָן, אַז איר מאַמע איז געווען אַ פּרינציפּאַל פֿון אַ ייִדישער שולע. "און איך האָב געטראַכט", זאָגט עליסאַ, "אַז ישׂראל איז געווען אַ גוטע זאַך... אין תּוך אַ נייטיקער מקום-מיקלט פֿאַר ייִדן, דערהויפּט צו טאָן גוטס אין דער וועלט. קויף איך שוין אַלע נײַע ביכער, וואָס האָבן אַ שײַכות צו מענשעוויקעס בכלל און צו אַבראַמאָוויטשן בפֿרט. אין אַ מאָסקווער ביכער-געשעפֿט האָב איך זיך לעצטנס אָנגעשטויסן אויף דער סאָלידער פֿאָרשונג פֿון דעם רוסישן היסטאָריקער אַלבערט נענאַראָקאָוו, וואָס האָט אָנגערופֿן זײַן בוך Правый меньшевизм: прозрения российской социал-демократии ("רעכטער מענשעוויזם: דאָס באַרעכענען זיך פֿון דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטיע"). דאָס איז אַ טיפֿע, לאַנגיאָריקע פֿאָרשונג, באַזירט אויף דאָקומענטן פֿון כּלערליי אַרכיוון, וואָס ווײַזט אָן אויף די באַציִונגען צווישן פֿאַרשיידענע שטראָמען, וועלכע האָבן צעטיילט די מענשעוויקעס. דאָ מוז מען, אַפּנים, דערמאָנען דעם פּרינציפּיעלן אונטערשייד צווישן די באָלשעוויקעס און די מענשעוויקעס: די באָלשעוויקעס האָבן זיך תּמיד אויסגעלאַכט פֿון דעמאָקראַטיע, טענהנדיק, אַז זיי האַלטן פֿון אַן "עכטער דעמאָקראַטיע", וואָס איז, פֿאַרשטייט זיך, בכלל קיין דעמאָקראַטיע ניט געווען (וולאַדימיר פּוטינס עולם ציט ווײַטער דעם דאָזיקן "עכט-דעמאָקראַטישן" פֿאָדעם). די מענשעוויקעס האָבן אין דעם זין געשאַפֿן דעם צד-שכּנגד אין דער רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער באַוועגונג. לויט זייער מיינונג, האָט דער באָלשעוויסטישער רעצעפּט פֿון בויען סאָציאַליזם געפֿירט דירעקט צו דיקטאַטור. אין כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע לשונות האָט ער דעם זעלביקן נאָמען. נישט אויף ייִדיש! לויט מאַקס ווײַנרײַכן נעמט זיך דאָס וואָרט ״מילגרוים״ פֿון לעז — דאָס לשון, אַן אָפּשטאַמיקס פֿונעם סאַמע אַלטן פֿראַנצויזיש און איטאַליעניש, וואָס ייִדן האָבן גערעדט אין די יאָרהונדערטער פֿאַרן אויפֿקום פֿון מאַמע-לשון. אַזוי, אַז דאָס וואָרט געהערט צו דער קליינער גרופּע וואָס נעמט אויך אַרײַן ״בענטשן״, ״טשאָלנט״, ״לייענען״ און נאָך אַ צאָל. דער אַבֿי-אָבֿות איז דאָס לאַטײַנישע malum granatum ׳גראַנאַט-עפּל׳, דאָס הייסט, ׳עפּל (פֿול) מיט קערעלעך׳. איז דער מילגרוים, הייסט עס, אַ המשך פֿון אונדזער אַרטיקל בשעתּו וועגן קערעלעך און קוקורוזע. ווי אַזוי פֿונעם לאַטײַנישן איז געוואָרן ״מילגרוים״ איז נישט קלאָר. אפֿשר זאָגט מען ״מיל-״, נישט ״מאַל-״, ווײַל דאָס איז דאָס לאַטײַנישע וואָרט פֿאַר ׳טויזנט׳ — פּונקט ווי אַ טויזנט-פֿיסלער מוז נישט האָבן אַזש טויזנט פֿיסלעך, מוז אַ מילגרוים נישט האָבן אַזש טויזנט קערעלעך. פֿאַר וואָס ״-גרוים״, נישט ״-גראַנאַט״ צי עפּעס אַנדערש? אויך נישט קלאָר. מיט דעם פֿאַרמעסט זיך אַפֿילו נישט ווײַנרײַך; אפֿשר איז אין דעם שולדיק אַן אַמאָליקער פֿראַנצויזישער דיאַלעקט. נאָר אויב ווײַנרײַך האָט אַזאַ דיאַלעקט נישט דערטאַפּט, האָב איך מורא צו זוכן... דאָס בוך פֿאָרשט ווי די הײַנטיקע מענטשן באַציִען זיך צו דעם, וואָס ס׳איז געשען מיט די ייִדן. די ייִדן גופֿא און אויך די פֿעלקער פֿון די לענדער, וווּ ייִדן האָבן אַמאָל געוווינט, זײַנען נאָך אַלץ דערשלאָגן פֿון דעם מערדערישן אומגליק. ווי אַ צוגאָב צו דעם חורבן וואָס די ייִדן זײַנען אויסגעשטאַנען, דאַרף מען אויך צורעכענען די אַכזריותדיקע פֿאַרברעכנס פֿון די סאָוועטן, וואָס זענען געקומען נאָך דער נאַצישער אָקופּאַציע. אין 2004, ווען קאַסעדי האָט זיך דערוווּסט וועגן דער ייִדיש-זומער-פּראָגראַם אין ווילנע, האָט זי זיך דאָרט באַלד פֿאַרשריבן. זי האָט געוואָלט זיך דערנענטערן צו איר משפּחה. אָבער בשעת אירע שטודיעס דאָרטן האָט זי באַגעגנט מענטשן און געהערט געשיכטעס, וואָס זי וואָלט זיך פֿריִער ניט געקענט פֿאָרשטעלן. אירע אַמאָליקע געדאַנקען מכּוח דער פֿראַגע — ווער זײַנען די שולדיקע און ווער זײַנען די קרבנות? די ייִדישע מאַמע אין אַמעריקע איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ נעווראָטיש געשטאַלט, אַ סטערעאָטיפּ און אַ מיאוסע פֿיגור פֿון דער ייִדישער משפּחה. די קינדער קלאָגן זיך, אַז זי איז נישט מער ווי אַן עגאָיִסטקע, וואָס מען דאַרף זי האַסן, שפּעטן פֿון איר, און אין דעם גייט עס טאַקע אין דער פֿאָרשטעלונג "די לײַאָנס." די הויפּט־ראָליסטקע ריטאַ (לינדאַ לאַווין) איז נישט קיין אַנדערע ווי די באַרימטע טעלעוויזיע־ און פֿילם־אַקטריסע. זי שפּילט עס די אַכזריותדיקע מאַמע; און ווען די סצענע עפֿנט זיך, ליגט איר מאַן אין שפּיטאָל אויפֿן טויטנבעט, און האַלט בײַם שטאַרבן. די פֿרוי ווידער מיט די קינדער, קענען זיך שוין גאָרנישט דערוואַרטן אויף זײַן טויט. די מאַמע לאָזט נישט אָפּ דעם האַלבטויטן מאַן און שפּאַרט זיך מיט אים וועגן וואָס צו טאָן נאָך דעם ווי ער גייט אַ גאַנג. דער קראַנקער שעפּטשעט ניבול־פּה, וווּלגאַרע רייד קומען אַרויס פֿון זײַנע גסיסהדיקע ליפּן. די פֿרוי בלײַבט אים נישט שולדיק, און באַזינגט אים מיט די יום־טובֿדיקע קללות און מיאוסע רייד. דער עיקר זאָגט זי אים, אַז זי האָט אים קיין מאָל נישט ליב געהאַט. דער ראַבינער — האַרי ראָזענפֿעלד, פֿונעם רעפֿאָרם־טעמפּל "קהילת אַלבערט" אין אַלבוקערקי, ניו־מעקסיקע — און דזשאָנסאָן דעניסאָן, אַ נאַוואַהאָ "מעדיצין־מאַן", האָבן גערעדט פֿאַר אַן עולם פֿון 40 ייִדן און נאַוואַהאָ-לײַט, אינעם Navajo Nation Museum (דער מוזיי פֿונעם נאַוואַהאָ־פֿאָלק), אין דער קרוינשטאָט פֿון די נאַוואַהאָ־אינדיאַנער — ווינדאָו־ראָק, אַריזאָנע. דאָס איז געווען די צווייטע אין אַ סעריע פֿון דרײַ דיסקוסיעס צווישן ייִדישע און נאַוואַהאָ־רעדנער. די ערשטע דיסקוסיע, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער, אין ראַבינער ראָזענפֿעלדס טעמפּל, האָט אַרומגערעדט די פֿראַגע, ווי אַזוי ביידע פֿעלקער גיבן זיך אַן עצה אין צוויי וועלטן — די טראַדיציאָנעלע און די הײַנטצײַטיקע. דעם קומענדיקן האַרבסט וועט פֿאָרקומען דער לעצטער שמועס: די פּאַראַלעלן צווישן דעם "לאַנגן וועג" (די אַקציע אין 1864—1866 צו פֿאַרטרײַבן די נאַוואַהאָס פֿון זייער אור־אַלטער היים) און דעם חורבן. גאָרדאָן בראָניצקי — דער ייִדישער אַנטראָפּאָלאָג, וואָס האָט אָרגאַניזירט די סעריע דיאַלאָגן — האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט תּמיד געפֿילט אַ שײַכות מיט די אַמעריקאַנער אינדיאַנער: ערשטנס, ווײַל זײַן טאַטע, אַ דאָקטער בײַם אָרטיקן וועטעראַנען־שפּיטאָל, פֿלעגט אַרבעטן מיט זיי; און צווייטנס, ווײַל בעת זײַן אייגענער וואָלונטיר־אַרבעט איבערצוצײַגן די אינדיאַנער זיך צו רעגיסטרירן צו שטימען אין 1987, האָט ער זיך דערוווּסט וועגן געוויסע ענלעכקייטן צווישן די ייִדן און די אינדיאַנער. שמולי בוטח איז צום מערסטן באַקאַנט דעם ברייטן אַמעריקאַנער עולם ווי דער מחבר פֿונעם בוך "כּשרער סעקס". ער איז אַ ליובאַוויטשער חסיד, וועלכער טרעט כּסדר אַרויס אויף דער טעלעוויזיע און באַטראַכט פֿאַרשיידענע ענינים, אָפֿטמאָל — סתּירותדיקע. ער איז גאָר אַן אַקטיווע פּערזענלעכקייט און פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע מיינונגען אויף אַזעלכע טעמעס, ווי קינדער־דערציִונג און שלום־בית, פֿאַרן אַלגעמיינעם נישט־ייִדישן — דער עיקר, קריסטלעכן — עולם. לעצטנס האָט בוטח זיך אויך פֿאַרנומען מיט דער אינערלעכער אַמעריקאַנער פּאָליטיק און האָט אָפֿיציעל פֿאָרגעלייגט זײַן קאַנדידאַטור ווי אַ רעפּובליקאַנער פֿאָרשטייער פֿאַרן נײַנטן קאָנגרעס־דיסטריקט אינעם שטאַט ניו־דזשערזי. מיט דער אויסערן־פּאָליטיק פֿאַרנעמט ער זיך, אָבער, שוין לאַנג, ווי אַן אַקטיווער רעכטער שטיצער פֿון ישׂראל, וועלכער ווײַזט אַרויס גרויס ליבשאַפֿט צו די פּראָטעסטאַנטישע קריסטלעכע ציוניסטן. מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אַרויס זײַן לעצטער בעסטסעלער מיטן נאָמען "כּשרער יעזוס", אין וועלכן ער שילדערט דעם גרינדער פֿון דער קריסטלעכער רעליגיע ווי אַן אויסגעצייכנטן ייִדישן פּאַטריאָט, וועלכער איז געפֿאַלן אין זײַן קאַמף קעגן דער פֿרעמדער רוימישער מאַכט. דאָס בוך איז באַגלייט מיט גלענצנדיקע רעקאָמענדאַציעס פֿון פּראָמינענטע אַמעריקאַנער רעכטע טוער און דענקער, בתוכם אַלאַן דערשאָוויץ און גלען בעק. אין ענגלאַנד וועט מען די טרויעריקע דאַטע אָפּמערקן ניט ווייניקער ווי צוויי מאָל. איך פּלאַניר, יעדנפֿאַלס, זיך צו באַטייליקן אין צוויי אונטערנעמונגען. דעם 12טן אויגוסט וועט מען אין לאָנדאָן פֿאָרשטעלן אַ נײַ בוך, צונויפֿגעשטעלט פֿון נײַע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון ווערק פֿון די אומגעבראַכטע שרײַבער. דאָס בוך, From Revolution to Repression: Soviet Yiddish Writers 1917—1952, האָט נאָך סוף 2008 צוגעגרייט יוסף שערמאַן (1944—2009), אָבער צוליב זײַן פֿריצײַטיקער פּטירה גייט עס אַרויס ערשט איצט. הגם איך האָב געשריבן אַ קורצע הקדמה צו אָט דער זאַמלונג, האָב איך דאָס בוך גופֿא ניט געזען. כ’ווייס נאָר, אַז מאַרקיש וועט דאָרטן זײַן פֿאָרגעשטעלט מיט זײַן דערציילונג "חבֿרים קוסטאַרן" — איך האָב עס "געשדכנט" יוסף שערמאַנען, אַזוי אַז איצט וועט מען קענען דאָס דאָזיקע אינטערעסאַנטע פּראָזע-ווערק לערנען מיט ענגליש-רעדנדיקע סטודענטן. כ׳מיין, אַז איך האָב אײַך אַרײַנגעפֿירט אינעם מאָמענט פֿון גלייבן אין אַ "בעסערער וועלט." דאָ האַנדלט זיך וועגן אַן 91־יאָריקער באָבע (מערי לויִס־ווילסאָן) וועלכע איז אויפֿגעכאָוועט געוואָרן אין אַ צײַט ווען מען האָט זי געוויקלט אין "די רויטע ווינדעלעך," און איר אויסגעלינקט 21־יאָריקע אייניקל לעאָ (גייבריעל עבערט) פֿאַלט נישט ווײַט פֿון ביימעלע. נעמט זיך אין זינען. די זקנה וווינט אין אַ דירה אין גרעניטש־ווילעדזש, אַן אָרט וווּ אין די 1920ער און 1930ער יאָרן האָט זיך באַזעצט די סמעטענע פֿון לינק־געשטימטע באַרימטע אַרטיסטן, מאָלער און קינסטלער. זייער אידעאַל איז געווען צו קעמפֿן פֿאַר מענטשן־רעכט, אַרבעטער־רעכט, פֿרויען־רעכט און ראַסן־רעכט. זיי האָבן טאַקע בײַגעשטײַערט, מאַרשירט, פּראָטעסטירט און אײַנגעשטעלט זיך פֿאַר זייער אידעאַל. ניין, גראָד פֿאַרקערט! עס שטעלט זיך אַרויס, אַז הײַנט איז זייער אַן אינטערעסאַנטע צײַט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער דאָ אין ניו־יאָרק. עס שפּילן צוויי טעאַטערס — די גרויסע "פֿאָלקסבינע" און דער קליינער "נײַער ייִדישער רעפּערטואַר" (ני״ר) — און מע שפּילט דווקא גוטע סחורה. די וואָך, למשל, בין איך געווען אויף אַ געראָטענער פֿאָרשטעלונג פֿון שלום־עליכמס "אַגענטן" בײַם ני"ר, ווי אויך אַליין געשפּילט אין אַ פּרעכטיקער פֿאָרלייענונג פֿון "ליבע, אַרבעט, פֿאַרלוסט" (בעסער אויף ענגליש: Love, Labor, Loss), באַזירט אויף דרײַ איינאַקטערס פֿון כאַווער פּאַווער, שלום־עליכם און משה נאַדיר. עס לייגט זיך ניט אויפֿן שׂכל, אַז אַן אַקטיאָר זאָל רעצענזירן אַ פֿאָרשטעלונג, אין וועלכער ער אַליין טרעט אויף; אָבער מײַן ראָלע איז גענוג קליין, אַז איך מעג זאָגן מיט דער גאַנצער זשורנאַליסטישער אָביעקטיווקייט, אַז דאָס איז אַן אויסנאַם פֿון אַ פּיעסע, אַ מחיהדיקער מוזיקאַלישער ספּעקטאַקל, וואָס דאָס פּובליקום האָט עס ליב ווי אַן אייגן קינד. דאָס אַלץ אַ דאַנק דער באַאַרבעטונג און רעזשי פֿון מאָטל דידנער, ווי אויך דער מוזיקאַלישער אָנפֿירונג פֿון אַבֿי פֿאָקס־ראָזען. (אַלע אַקטיאָרן און מוזיקער קען איך דאָ ניט אויסרעכענען, אָבער אויף איין פֿוס: אַלע שפּילן וווּנדערלעך!) זעט איר, ייִדן, דאָס רעדל דרייט זיך: גוטע טעאַטערס זײַנען דאָ, גוטע אַקטיאָרן, פּיעסעס — ס׳איז אונדז דאָך ווויל ווי די וועלט. איך בין, אַגבֿ, ניט זיכער, צי אַלע לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן אַ מאָל געהערט אַזאַ נאָמען: באָגדאַן כמעלניצקי. איך דערמאָן עס, ווײַל סטודענטן האָבן, בדרך-כּלל, קיין אַנונג ניט וועגן אַזאַ היסטאָרישער פֿיגור און קיין מאָל ניט געהערט וועגן די גזירות תּ״ח-ותּ״ט. מיט זעכציק יאָר צוריק, אין יאַנואַר 1952, בײַם אַרומרעדן אין דער כּנסת די פֿראַגן פֿון דײַטשישע רעפּאַראַציעס, האָט משה שרתּ, דער דעמאָלטיקער אויסערן-מיניסטער פֿון ישׂראל, געזאָגט: "מיר האָבן ניט פֿאַרגעסן כמעלניצקי, און די וואָס וועלן פֿאַרגעסן, וועלן אויפֿהערן צו זײַן ייִדן". מיר שײַנט, אַז ס’רובֿ הײַנטיקע ייִדן האָבן כמעלניצקין ניט פֿאַרגעסן — זיי האָבן פּשוט ניט געהאַט וואָס צו פֿאַרגעסן, ווײַל קיינער האָט זיי וועגן אים קיין מאָל ניט דערציילט. בעת דער קאָנפֿערענץ האָב איך אַ סך געלערנט. אָבער נאָך מער פֿראַגעס זײַנען פֿאַרבליבן אָפֿן. למשל, אויב כמעלניצקי איז טאַקע פֿאַרגעדענקט געוואָרן ווי דער שרעקלעכער גזלן, וועמענס קאָזאַקן האָבן אויסגעהרגעט צענדליקער טויזנטער ייִדן, טאָ פֿאַר וואָס און ווי אַזוי האָבן ניט ווייניק ייִדן דערנאָך געטראָגן דעם פֿאַמיליע-נאָמען כמעלניצקי? איך וועל ניט גיין זייער ווײַט נאָך אַ בײַשפּיל: מלך כמעלניצקי (1885—1946), דער ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט. זינט 1919 ביז זײַן טויט האָט ער געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" אַרטיקלען אויף מעדיצינישע טעמעס. קיין פּסעוודאָנים האָט ער ניט געהאַט, אַזוי אַז די אַרטיקלען פֿלעגן זיך דרוקן אונטער זײַן נאָמען. נו, עס איז געקומען דאָס יאָר 2008 מיטן עקאָנאָמישן קריזיס און איבערגעקערט דעם דאָזיקן נאַיִוון אָפּטימיזם. אַזוי, אַז ווען מע שאַפֿט הײַנט אַ סאַטירע קעגן אַ מוסולמענישן דיקטאַטאָר, מוז מען גלײַכצײַטיק אָפּלאַכן פֿון דער שוואַכער אַלטערנאַטיווע וואָס די מערבֿ-וועלט לייגט פֿאָר — די נעאָ-ליבעראַלע דעמאָקראַטיע. "שטעלט אײַך פֿאָר אַ מלוכישע סיסטעם" — פּראָבירט איבערצײַגן דעם עולם דער דיקטאַטאָר אַלאַדין, צום סוף פֿונעם נײַעם פֿילם "דער דיקטאַטאָר" (The Dictator, 2012), אין די גרויסע מעלות פֿון דער דיקטאַטור אַנטקעגן דער דעמאָקראַטיע — "וווּ איין פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג הערשט איבער די איבעריקע". |