- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
4. סוף־וואָך אויסטראַליע זײַן ערשטע פּאָעטישע לידער־זאַמלונג, אַרויסגעלאָזט אין אויסטראַליע אין די סוף 1940ער, האָט יאָסל בירשטיין אָנגערופֿן "אונטער די פֿרעמדע הימלען". אין מײַן פֿילם וועגן דעם שרײַבער "יאָסל בירשטיין: אַ קוש אין ירושלים", דערקלערט ער אַזאַ נאָמען דערמיט, וואָס די זאַטע אויסטראַלישע ערד איז אים אפֿשר געווען נישט פֿרעמד, אָבער די הימלען — יאָ פֿרעמד. אין די אָנהייב 1950ער האָט יאָסל מיט זײַן פֿרוי און טעכטערל פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד פֿון "שאָף און רינדער" און איז עולה געווען קיין ישׂראל. ALS, וואָס איז מער באַקאַנט ווי "לו געריגס קראַנקייט", איז אַ זעלטענע קראַנקייט פֿון די נערוון־קעמערלעך אינעם מוח און חוט־השדרה, וועלכע קאָנטראָלירן די באַוועגונג פֿון די מוסקלען. לו געריג, דער באַרימטער בייסבאָל־שפּילער פֿון די "יענקיס", איז געשטאָרבן דערפֿון אין 1941 צו 37 יאָר. די אויסזיכטן פֿאַר ALS-פּאַציענטן זענען, בדרך־כּלל, נישט קיין גוטע: די מוסקלען ווערן בײַ זיי אַלץ מער און מער אײַנגעשרומפּן, און ווי אַ פּועל־יוצא, ווערט זיי אַלץ שווערער צו גיין, רעדן, אַראָפּצושלינגען און אַפֿילו צו אָטעמען. מיט דער צײַט ווערן זיי פּאַראַליזירט און ס׳רובֿ פֿון זיי שטאַרבן. אַן אויסנאַם איז דער באַקאַנטער פֿיזיקער, סטיווען האָקינג, וועלכער לײַדט פֿון זייער אַ פּאַמעלעך־פּראָגרעסירנדיקן פֿאַל פֿון ALS, שוין כּמעט 50 יאָר. הגם ער איז פּאַראַליזירט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס, פֿונקציאָנירט זײַן מוח ווי פֿריִער, און אין 2009 האָט ער באַקומען דעם "פּרעזידענטישן פֿרײַהייט־מעדאַל" — די בכּבֿודיקסטע פּרעמיע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. צווישן 20,000 און 30,000 מענטשן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן לײַדן הײַנט פֿון ALS, און יעדעס יאָר באַקומען 5,600 מענטשן אַזאַ דיאַגנאָז. די וויסנשאַפֿטלער ווייסן נאָך נישט, צי די סיבות פֿון דער קראַנקייט זענען גענעטישע, צי באַווירקט פֿון דער סבֿיבֿה. ביז איצט האָבן די דאָקטוירים נישט געקאָנט אויסהיילן אָדער אָפּשטעלן די אַנטוויקלונג פֿון דער געפֿערלעכער קראַנקייט. דאָס איינציקע וואָס זיי האָבן יאָ געקאָנט טאָן איז פֿאַרפּאַמעלעכן די קראַנקייט און פֿאַרגרינגערן די ווייטיקן דורך פֿאַרשידענע מעדיקאַמענטן. אַזאַ פֿײַן בילד פֿון דער הײַנטיקער ייִדישער קולטור האָט נאָך קיינער ניט געמאַכט. דער רעזשיסאָר, דוד אונגער, וואָס האָט געשריבן דעם סצענאַר צוזאַמען מיט דער באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשערין רחל ערטל, האָט געוווּסט זיך אָפּצוהיטן פֿון די אַלע שאַבלאָנען און דעם נאָסטאַלגישן סענטימענטאַליזם, וואָס דער עולם ריכט זיך צו זען, ווי באַלד עס רעדט זיך וועגן ייִדיש. צום ערשטן מאָל זעען מיר דאָ ייִדיש ווי אַ שפּראַך פֿון יונגע אַוואַנגאַרדיסטישע קינסטלער, אין דער מוזיק, אין טעאַטער, פֿילם, פּאָעזיע, ווי אויך אין דער מאָלערײַ. דאָ זעט מען, אַז ייִדיש איז ניט אַלט און אויסגעדראָשן, נאָר נײַ, סאָפֿיסטיקירט, אין דער מאָדע. די גרויסשטאָטישע לאַנדשאַפֿט פֿון וואָלקן־קראַצערס און ניו־יאָרקער גאַסן באַגלייטן אַ שטראָם פֿון מאָדערניסטישע מאָלערײַען און עקספּערימענטאַלער מוזיק. די קינסטלער אַליין ברענגען זייער מערקווערדיקע פּערספּעקטיוו און פֿרישע געדאַנקען אין אויסצוגן פֿון אינטערוויוען. דער דאָזיקער צוגאַנג פֿאָרצושטעלן ייִדיש איז אין גאַנצן נאָוואַטאָריש; ס׳איז אַליין אַ ראַדיקאַלער אַקט און אַ גרויסער אויפֿטו צו גיין קעגן די אײַנגעשטעלטע סטערעאָטיפּן, וואָס הערן ניט אויף צו ברענגען שאָדן. דער רבי האָט געפּסקנט, אַז טאָמער געפֿינט מען אַזעלכע טעלעפֿאָנען בײַ די יונגע־לײַט אין זײַן כּולל, מעג מען זיי אָפּנעמען און צעברעכן; און אַפֿילו ווען מע געפֿינט אַזאַ מכשיר באַהאַלטן ערגעץ אין דער ישיבֿה, מעג מען עס טאָן אַפֿילו שבת. דעם בעל־הבית פֿונעם טעלעפֿאָן דאַרף מען נישט צאָלן קיין קאָמפּענסאַציע, ווײַל ער איז אַליין שולדיק אינעם האַלטן אַ פֿאַרבאָטענע "שעדלעכע" זאַך. דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעפּאָרטאַזש וועגן דער אַנומלטיקער חרדישער אַסיפֿה קעגן דער אינטערנעץ און אַן אַרטיקל וועגן די תּולדות־אַהרנער חסידים, וואָס "תּולדות אַבֿרהם־יצחק", אָנגעפֿירט פֿון הרבֿ שמואל־יעקבֿ קאַן, איז איינע פֿון זייערע דרײַ צווײַגן. אין דעם אַרטיקל וויל איך נישט שרײַבן קיין סאַרקאַסטישע קאָמענטאַרן. אַדרבה, הגם דער דאָזיקער פּסק — אויב דער אַרטיקל פֿון YWN גיט טאַקע איבער די גענויע אינפֿאָרמאַציע — איז זיכער אַן עקסטרעמער און קאָן גורם זײַן שׂינאה און היזק, ווײַזט ער אויף, אַז אַפֿילו די שטרענגסטע אולטראַ־חרדישע קהילות קוקן אויף דער הלכה גענוג בייגעוודיק, מיט אַ שעפֿעריש אויג — כאָטש אין דעם פֿאַל, צום באַדויערן, האָט די דאָזיקע שעפֿערישקייט זיך אויסגעדריקט אויף אַ נעגאַטיוון אופֿן. בײַ אַ סך פֿעלקער איז טיי פֿאַרבונדן מיט כינע, און נישט אומזיסט — פֿון דאָרטן שטאַמט טאַקע דאָס געוויקס. אַזוי ווי דער טייבוים האָט ליב אַ וואַרעמען, פֿײַכטן קלימאַט רעכענען די קענערס, אַז ער איז אויפֿגעקומען דאָרטן וווּ דרום-כינע גרענעצט זיך מיט אינדיע און בורמע. כּמעט אַלע טערמינען פֿאַר ‘טיי’, אַפֿילו די אינדישע, נעמען זיך פֿון כינעזיש. קיין אייראָפּע איז טיי אָנגעקומען דורך פֿאַרשיידענע צינורות, וואָס פֿון דעם זעט מען פֿאַר וואָס ס’זענען פֿאַראַן צוויי גרופּעס ווערטער — די גרופּע "טיי", די ווערטער וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער אַזוי ווי אויף ייִדיש, און די גרופּע "טשײַ", וואָס מע רעדט אַרויס פֿיל-ווייניקער ווי אויף, למשל, רוסיש. בלויז זייער אַ קליינע צאָל ווערטער פֿאַר טיי גייען נישט אַרײַן נישט אין דער ערשטער, נישט אין דער צווייטער גרופּע. די פֿון דער ערשטער גרופע, "טיי", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות t’e, פֿון אַ דרום-מיזרחדיקן כינעזישן דיאַלעקט — די פּראָווינץ פֿוקיאַן/פֿודזשיאַן. פֿון דאָרטן איז דאָס וואָרט אַריבער צו די מאַלײַער; פֿון זיי האָבן די האָלענדער אין 17טן יאָרהונדערט אַריבערגעפֿירט טיי קיין מערבֿ-אייראָפּע. די פֿון דער צווייטער גרופּע, "טשײַ", נעמען זיך פֿונעם אָבֿי-אָבֿות ch’a, פֿונעם צפֿונדיקן מאַנדאַרינער דיאַלעקט; צו זיי איז אָנגעקומען סײַ טיי אַליין, סײַ דאָס וואָרט דורך דער יבשה, פֿון כינע דורך אינדיע און פּערסיע. ערנסט האָט מען וועגן דער שפּראַך-פּראָבלעם ניט גערעדט, סײַדן אין די קרײַזן צו וועלכע איך האָב ניט געהערט. דעם באַגריף "אוקראַיִנע" פֿלעגט מען, בדרך-כּלל, אויפֿנעמען דאָרטן גאַנץ באַדינגיק. היסטאָריש איז די גאַנצע געגנט מער אָדער ווייניקער געדיכט באַפֿעלקערט געוואָרן אין 19טן יאָרהונדערט, דורך מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס, ניט נאָר אוקראַיִנער. אין די סאָוועטישע יאָרן, בעת דער אינדוסטריאַליזאַציע, איז ווידער געקומען אַ גרויסער שטראָם מיגראַנטן. אמת, די דערפֿער זײַנען פֿאַרבליבן אוקראַיִניש- צי, ריכטיקער, געמישט רוסיש-אוקראַיִניש-רעדנדיקע. אין די עכטע אוקראַיִנישע געגנטן איז דער מצבֿ געווען, פֿאַרשטייט זיך, לחלוטין אַן אַנדערער. בײַ זיי איז די שפּראַך געווען דער צענטראַלער עלעמענט פֿון זייער נאַציאָנאַלן זעלבסט-באַוווּסטזײַן. באַזונדערס אין די מערבֿדיקע טיילן פֿון אוקראַיִנע, וועלכע זײַנען פֿאַראייניקט געוואָרן מיט סאָוועטן-אוקראַיִנע ערשט ערבֿ, און פֿאַקטיש — נאָך, דער צווייטער וועלט-מלחמה. קיין שטאַרקן שותּפֿות האָבן די גאַליציאַנער אוקראַיִנער און די מיזרחדיקע אוקראַיִנער צווישן זיך ניט געפֿילט. נאָך מער: אָפֿט מאָל האָט מען פּשוט פֿײַנט געהאַט איינער דעם אַנדערן. איך האָב דעמאָלט בײַ זיך געשוווירן, אַז מער וועל איך שוין נישט וואַנדערן. דאָס איז דאָס לעצטע מאָל אין מײַן לעבן. ביז צו ביסלעך האָט מען זיך צוגעוווינט, און גענומען זיך אַרויסציִען פֿונעם שלאָפֿצימער און זיך פּאַמעלעך גענומען באַזעצן אין די איבעריקע צימערן. איך האָב פֿאַרנומען אַ שלאָפֿצימער פֿאַר זיך, און דער הויפּט־זאַמלפּונקט איז געווען אין קיך. דאָרט, אויפֿן טיש איז געשטאַנען די ראַדיאָ, און ווי נאָר מיר זײַנען אויפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי, אַזוי האָט מען אַרויפֿגעדרייט די סטאַנציע WEVD און זיך גענומען צוהערן צו דער טראַנסמיסיע פֿון די לעצטע נײַעס. צו ביסלעך האָט מען געקויפֿט אַ ביסל מעבל, דער עיקר, אַ קוסעטקע, און גענומען זיך פּאָרען אַרום דעם סאַלאָן, מיט דער טעלעוויזיע. ווי נאָר עס איז אַריבער אַ יאָר, האָב איך פֿאַרגעסן מײַן שבֿועה צו זיך און אַוועק זומער־צײַט קיין טאָראָנטאָ, קאַנאַדע, מיט דער באַן. דאָרט האָט געוווינט מײַן מאַמעס גאַנצע משפּחה. כ׳האָב זיך אַפֿילו נישט אָפּגעגעבן קיין דין־וחשבון, אַז מער ריר איך זיך נישט פֿון אָרט. נאָך אַלעמען, רוסלאַנד, פּוילן, טשעכײַ, עסטרײַך און דײַטשלאַנד. מיר זײַנען געווען אויסגעמוטשעט. זינט דעמאָלט בין איך שוין אויסגעפֿאָרן אַ וועלט. מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, צווישן זיי ענגלאַנד און פֿראַנקרײַך, טשעכײַ און איטאַליע, גריכנלאַנד און יוגאָסלאַוויע, די שווייץ און ישׂראל, מעקסיקע און ס׳רעשט. וואָס זאָל איך אײַך זאָגן, עפּעס קען איך בשום־אופֿן נישט אײַנזיצן אויף אַן אָרט, ס׳ציט מיך צום לופֿטפֿעלד, צו נײַע האָריזאָנטן, נײַע פּאַנאָראַמעס, און אַ חוץ דעם, האָט אַ ייִד נישט קיין זיצפֿלייש, ס׳דאַכט זיך אים אַז אויף יענער זײַט ים קומט עפּעס פֿאָר וואָס מיר טאָרן נישט פֿאַרפֿעלן. 3. מײַן ייִדישער באַגאַזש צווישן די שענסטע אוצרות, וואָס דאָס ייִדישע פֿאָלק האָט געשאַפֿן און לאָזט איצט אַזוי לײַכטזיניק און גלײַכגילטיק צעשלעפּן — איז דער ייִדיש־אוצר. אויב דער אייבערשטער האָט געשאַפֿן דאָס וואָרט און געגעבן עס דווקא דעם מענטשן, נישט אַן אַנדער פֿון זײַנע באַשעפֿענישן, האָט ער דאָך דערמיט אַרויסגעוויזן דעם גרעסטן רעספּעקט און חשיבֿות פֿאַרן מענטשן. אין דער הקדמה צו דער אויסשטעלונג, וואָס הייסט Trail of the Magic Bullet: The Jewish Encounter with Modern Medicine 1860-1960 [דער וועג פֿון דער כּישוף־קויל: די ייִדישע באַגעגעניש מיט דער מאָדערנער מעדיצין פֿון 1860 ביז 1960], דערוויסט מען זיך, אַז הגם די ייִדן זענען שוין לאַנג פֿאַרבונדן מיט דער מעדיצינישער פּראָפֿעסיע, איז נישטאָ קיין ספּעציפֿישע "ייִדישע מעדיצין", אַזוי ווי די גריכישע, כינעזישע אָדער אינדישע מעדיצין. די ייִדישע דאָקטוירים האָבן תּמיד באַהאַנדלט זייערע פּאַציענטן אויפֿן סמך פֿון די אָנגענומענע טעאָריעס און הייל־מיטלען פֿון די לענדער און צײַטן, אין וועלכע זיי האָבן געלעבט. אין מיטל־עלטער האָט די קריסטלעכע קירך אַרויסגעלאָזט אַ גזירה, וואָס פֿאַרווערט ייִדישע דאָקטוירים צו באַהאַנדלען נישט־ייִדן, און פֿאַרווערט די קריסטן פֿון גיין צו ייִדישע דאָקטוירים. פֿון דעסטוועגן, האָבן אַ סך פּויפּסטן און קריסטלעכע פֿירער געזוכט מעדיצינישע באַהאַנדלונג דווקא בײַ ייִדישע דאָקטוירים. די ייִדן, וועלכע האָבן געוואָלט שטודירן אויף דאָקטער, האָבן עס געמוזט טאָן מיט אַ פּריוואַטן לערער ווײַל מע האָט זיי נישט אַרײַנגעלאָזט אין אוניווערסיטעט, אָדער מע האָט זיי געהייסן באַצאָלן גרויסע סומעס פֿאַר דער רעכט צו שטודירן. קודם-כּל, איז עס געוואָרן דאָס ערשטע סאָוועטישע "דיקע" וואָכנבלאַט — פֿון אַזש 16 זײַטן, וואָס איז געווען, לויט די סאָוועטישע מאָסן, זייער אַ סך, ווײַל אַ געוויינטלעכע צײַטונג האָט געהאַט נאָר פֿיר (זעלטן זעקס) זײַטן. בעת דער ערשטער טייל פֿון דער צײַטונג האָט געטראָגן אַרטיקלען פֿאַר דער ליטעראַרישער בראַנזשע, צי סתּם מוז-מאַטעריאַלן, זײַנען די איבעריקע אַכט זײַטן געווען אויסגערעכנט אויף אינטעלעקטועלע לייענער. ווי אַ פּועל-יוצא, איז עס געוואָרן די צײַטונג פֿון דער סאָוועטישער אינטעליגענץ. דער איבערבויער פֿון דער אויסגאַבע איז געווען אַלכּסנדר טשאַקאָווסקי, אַן אַסימילירטער ייִד און אַ דאָגמאַטישער קאָמוניסט, אָבער אַ טיכטיקער רעדאַקטאָר. דערצייל אַ ביסל וועגן דעם הינטערגרונט פֿון אײַער גרופּע? איך און מײַן ווײַב אידאַ זײַנען ביידע מוזיקער און האָבן שוין לאַנג געשמועסט וועגן גרינדן אַ גרופּע צוזאַמען, אָבער מיר האָבן ניט געוווּסט פֿון וואָס אָנצוהייבן. די איינציקע זאַך, וואָס מיר האָבן יאָ געוווּסט איז געווען, אַז מיר זײַנען ניט פֿאַראינטערעסירט אין שאַפֿן אַ געוויינטלעכן פּראָיעקט. איין מאָל האָט אידאַ געזאָגט: "פֿאַר וואָס מאַכן מיר ניט קיין מעטאַל־גרופּע אויף ייִדיש?" און די אידעע איז מיר טאַקע געפֿעלן געוואָרן, ווײַל איך בין אַ גרויסער ליבהאָבער אי פֿון ייִדיש אי פֿון מעטאַל. מיר האָבן נאָך דעם אָנגעקלונגען אונדזער אַלטן חבֿר, מאַגנוס וואָלפֿאַרט, וואָס איז אַ פֿאַנטאַסטישער מוזיקער און די גרופּע "דיבוקים" איז געבוירן געוואָרן. בײַ אונדז אין ריווערדייל האָבן מיר אַ כּשרע "דעלי," וווּ מ׳קען אָנפֿילן די בײַכער מיט "קאָרן־ביף" און פּאַסטראַמי, קישקע, לאָקשן־קוגל, קניידלעך מיט יויך, קנישעס און וווּרשטלעך; און אַלץ אונטערן פּאַטראָנאַט פֿון כּשר, נישט געקוקט דערויף וואָס זיי זײַנען אָפֿן אום שבת. אפֿשר בין איך נישט גוט אינפֿאָרמירט, נאָר כּשר דאַרף, דאַכט זיך, אַרומנעמען דעם דין פֿון האַלטן שבת און יום־טובֿ, כּשרות, מיט שײַטלען און מיקווה, מזוזות און נטילת־ידיים. מיט איין וואָרט, אַ גאַנצע פּלעיאַדע פֿון דינים, מינהגים און ריטואַלן. האָב איך זיך גענומען נאָכפֿרעגן וועגן דעם רעסטאָראַן אין ברוקלין וואָס רופֿט זיך "טריף." ווײַזט זיך אַרויס, אַז דאָרט סערווירט מען שינקע מיט חזיר־פֿיסלעך, ווײַבראַטן מיט שפּעק, און ווער ווייסט וואָס נאָך. איך פּערזענלעך בין דאָרט נישט געווען, און איך גרייט זיך אַהין אַרײַנצושמעקן, בלויז אַ קוק טאָן אויף זייער "מעניו." איך געדענק, אַז אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, האָבן זיך געפֿונען צוויי געשעפֿטן אין גאַס. |