Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

די וואָך, דעם 22סטן יוני, האָט אַמעריקע אונטערגעשריבן אַן אָפּמאַך מיט קירגיזיע, אַ געוועזענע אַזיאַטישע רעפּובליק אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, וועגן אײַנאָרדענען אויפֿן שטח פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן פֿליפֿעלד "מאַנאַס" דעם "צענטער פֿון טראַנזיט־לאַסטן".

מע דאַרף דאָ באַלד פֿאַרפּינקטלעכן, אַז נאָך מיט עטלעכע חדשים צוריק איז אויף דעם זעלבן אָרט געווען אַן אַמעריקאַנער מיליטערישע באַזע,


טעאַטער
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג %#34;נישט קיין ראָזשינקעס, נישט קיין מאַנדלען%#34;, אויפֿגעפֿירט פֿון דער יוגנט־טעאַטער־גרופּע %#34;יאַ־יאַ%#34;, בײַם מאָנטרעאָלער %#34;דאָרע וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער%#34;.

אין אַ היימישער סבֿיבֿה איז, פֿונעם 17טן ביזן 25סטן יוני, פֿאָרגעקומען דער ערשטער מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אינעם "סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט". דער פֿעסטיוואַל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איינע פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין דער ייִדישער קולטור־וועלט במשך פֿון דעם יאָרצענדליק. נישט נאָר האָט מען גוט אָרגאַניזירט דעם צוזאַמענקום פֿון טרופּעס און אַלץ האָט גוט "געקלאַפּט",


קהילה־לעבן, פּובליציסטיק
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ גרופּע וואָלונטירן שטעלן אויף אַ "טיפּי" [אינדיאַנער געצעלט] (אויבן) און פֿאַרזייען אַ גאָרטן

אַ נײַער ייִדישער זומער־לאַגער וואָס וועט זיך פֿירן אין גאַנצן לויט די פּרינציפּן פֿון דער סבֿיבֿה־פֿאַרהיט־באַוועגונג, האָט שוין צוגעצויגן אַ היפּש ביסל אינטערעס, אַפֿילו פֿון קאַליפֿאָרניע און ישׂראל, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער לאַגער וועט נישט עפֿענען זײַנע טירן ביזן יאָר 2010.

דער "אידען ווילעדזש קעמפּ" (דאָס "גן־עדן־דאָרף") איז איינער פֿון פֿינעף נײַע ספּעציאַליזירטע לאַגערן, וואָס די "פֿונדאַציע פֿונעם ייִדישן זומער־לאַגער" האָט דאָס יאָר געהאָלפֿן צו גרינדן, אַ דאַנק אַ 10 מיליאָן־דאָלאַרדיקער סובסידיע פֿון דער "דזשים דזשאָסעף פֿונדאַציע".


ייִדיש־וועלט, מוזיק
ד״ר מאַקסין שאַקמאַן, געהילף־דירעקטאָר, און נתן טינאַנאָף, גרינדער און דירעקטאָר פֿונעם

אין אַ רײַזע־אַרטיקל aאין "פֿאָרווערטס" האָב איך אַנומלט באַשריבן ווי גייענדיק אין סעוּל, דרום־קאָרעע, האָב איך געהערט ייִדישע קלעזמער־מוזיק און דערנאָך ייִדישע לידער פֿון הילכערס אויף דער גאַס. די זינגערין איז מיר נישט געווען באַקאַנט, אָבער איך האָב דערקענט דורכן אַקצענט, אַז שטאַמען שטאַמט זי פֿון אייראָפּע. איינס פֿון די געשפּילטע לידער איז געווען איציק מאַנגערס "איינזאַם" ("קיינער ווייסט נישט ווער איך בין"). האָב איך לעצטנס זיך דערמאָנט אין יענעם מאָמענט, און באַשלאָסן אויסצוגעפֿינען, ווער זשע האָט עס אין סעוּל געזונגען.


טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿון פּיעסע "אונדזער דאַמע פֿון דרום־דיוויזשן־גאַס"

פֿאַראַן אַ טעאַטערל אין ראַקלענד־קאַונטי, ניו־יאָרק שטאַט, וואָס רופֿט זיך "Penguin Theater." עס עקזיסטירט שוין איבער דרײַסיק יאָר, אַ דאַנק די צוויי ענערגישע אונטערנעמער דזשאָו בראַנקאַטאָ, אַרטיסטישער דירעקטאָר, און ענדרו האָרן, פֿאַרוואַלטער. דזשאָו בראַנקאַטאָ האָט אַ ניוך פֿאַר גוטע פּיעסעס. נישט איין מאָל האָט ער געשטעלט טעאַטראַלע אויפֿפֿירונגען אויף ייִדישע טעמעס. איך האָב זיי געזען אין מאַנהעטן און אַנדערע טעאַטערס איבער ניו־יאָרק.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז געבליבן אומצופֿרידן מיט דעם, ווי אַזוי משה רבינו פֿירט אָן מיטן ייִדישן פֿאָלק. צוזאַמען מיט דתן און אַבֿירם, צוויי חשובֿע פֿאָרשטייער פֿונעם שבֿט ראובֿן, האָט ער געטענהט, אַז משה רבינו טאָר זיך ניט האַלטן העכער, ווי אַנדערע ייִדן. קורח האָט אויך געהאַלטן, אַז ער האָט רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן, ווײַל ער איז פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי זײַן קרובֿ, אַהרן הכּהן.