- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נאָך דער בייזער רעדע אויף דער קאָנפֿערענץ אין מינכן, וואָס האָט בײַ אַ סך באַטייליקטע אַרויסגערופֿן אַ גרויל פֿון דער "קאַלטער מלחמה" (גענוי וועגן דעם לייענט אויף ז' 5), האָט דער רוסלענדישער פּרעזידענט, וולאַדימיר פּוטין, זיך געלאָזט אין אַ יאַזדע איבערן אַראַבישן מיטעלן מיזרח. פּינקטלעכער וואָלט געווען צו זאָגן, איבערן סוניטישן מיטעלן מיזרח: סאַודיע, קאַטאַר, יאָרדאַניע. ווי מיר ווייסן שוין גוט, איז רוסלאַנד אַ גרויסער פֿרײַנד מיטן איראַנישן פּרעזידענט, וואָס חלומט צו זען דעם מיטעלן מיזרח אונטער זײַן שיִיִטישן פֿליגל; ווי אַ גלײַכגעוויכט צו אָט דער פֿרײַנדשאַפֿט, שטרעבט איצט מאָסקווע צו דערנעענטערן זיך אויך צום צווייטן מוסולמענישן לאַגער, סוניטישן, בראָש מיט סאַודיע. עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס קריטיקירן אונדזער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿאַר פּרובירן זיך אַרויסצודרייען מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים, כּדי נישט צו טרעפֿן זיך מיטן פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, וועלכער האָט לעצטנס אַ פּאָר מאָל גערופֿן אָלמערטן צו טרעפֿן זיך מיט אים אָן פֿריִער־געשטעלטע באַדינגונגען. עס האָט זיך אויך געשאַפֿן אין ישׂראל אַ פֿאָרום פֿאַר אַ שלום־איניציאַטיוו מיט סיריע, אין וועלכן עס באַטייליקן זיך פּערזענלעכקייטן מיט קעגנזעצלעכע מיינונגען. די רעדע פֿון וולאַדימיר פּוטין אין מינכן בעת דער יערלעכער זיכערהייט־קאָנפֿערענץ האָט דערמאָנט דער וועלט, אַז די צײַטן פֿון דער "קאַלטער מלחמה" זײַנען נאָך ניט פֿאַרבײַ. צום ערשטן מאָל זינט דעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט דער רוסישער פּרעזידענט גערעדט אַזוי שאַרף קעגן אַמעריקע. פּוטין האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע פֿון אַן אַלגעמיינער דעקלאַרירונג׃ "מען קאָן ניט אָננעמען די וועלט מיט איין פּאָלוס פֿון מאַכט. אַזאַ מצבֿ איז זעלבסט־צעשטערעריש". געמיינט האָט פּוטין אַוודאי די סטראַטעגישע העגעמאָניע פֿון אַמעריקע אין דער וועלט־פּאָליטיק נאָך 1991. מלך ווישוואַנאַט איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון פֿינאַנץ בײַ פּייס־אוניווערסיטעט, אין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט איצט, בעת זײַן שמיטה־יאָר, 4 חדשים אין אינדיע, וווּ ער לערנט אַ קלאַס. אַ געבוירענער און דערצויגענער אין דרום־אינדיע, איז ער הײַנט אַן אַקטיווער מיטגליד פֿון אַן אָרטאָדאָקסישער שיל אין טינעק, ניו־דזשערזי. זײַן פֿרוי איז די ייִדישע פּאָעטעסע, גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט. ווען הרבֿ יהושע קאָלעט, איינער פֿון די ווייניקע מענטשן מיט סמיכה אין דער שטאָט טיין, לעבן באָמביי, האָט מיך פֿאַרבעטן אויף שבת, פּרשת בשלח, האָב איך זיך גאָר נישט פֿאָרגעשטעלט וואָס ער וועט מיר פֿאָרלייגן. 3 זי האָט זיך איצט געפּאָרעט אין קיך בײַ די טיש־קעסטלעך, געזוכט דעם שליסל צו דער טיר פֿון אַ צווייטן צימער, וואָס זי ניצט נישט. דאָרט אין דער דירה בײַ די קינדער, וואָס זיי האָבן אַלע געדונגען נאָכן קומען קיין ישׂראל, איז אויך געווען אַזאַ צימער אָן פֿענצטער, ריכטיקער געזאָגט, אַ פֿינצטערער אַלקער; די קינדער האָבן אים גערופֿן, ווי מע רופֿט עס דאָ, "חדר בטחון"1), אָבער זי האָט דעם אַלקער גערופֿן אויף איר אייגענעם אופֿן — "מע־זאָל־עס־נישט־באַדאַרפֿן". איינע פון די מצוות, וועלכע ווערן אָנגעזאָגט אין אונדזער פּרשה, ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער: "כּי תראה חמור שׂונאך רובֿץ תּחת משׂאו, וחדלתּ מעזובֿ לו? עזובֿ תּעזובֿ עמו" — אַז דו וועסט זען ווי אַן אייזל פֿון דײַן שׂונא ליגט (אַ געפֿאַלענער) אונטער זײַן משׂא — וועסטו זיך פֿאַרמײַדן פֿון צו העלפֿן אים? (ניין! טאָרסט אַזוי נישט טאָן, נאָר) העלפֿן זאָלסטו (אים אויסלאָדן פֿונעם אייזל אָדער אָנלאָדן) מיט אים. ס׳איז קלאָר פֿאַרשטענדלעך וואָס די תּורה זאָגט דאָ אָן: אַז אַפֿילו ווען ראובֿן (למשל) זעט אין וועג ווי דער אייזל פֿון שמעונען, וואָס האָט אַ שׂנאה צו ראובֿנען, איז געפֿאַלן אונטער זײַן שווערער משׂא און שמעון נייטיקט זיך אין הילף בײַם אויסלאָדן די משׂא, |