Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

ווי מיר ווייסן, גייט דעם 22סטן פֿעברואַר אויס דער אולטימאַטום־טערמין, ווען די איראַנישע רעגירונג דאַרף געבן איר ענטפֿער דעם זיכערהייט־ראַט פֿון דער "יו־ען", מכּוח איר נוקלעאַרער פּראָגראַם. לאָמיר דאָ דערמאָנען, אַז דער דאָזיקער אולטימאַטום, געשטעלט מיט אַ חודש צוריק, פֿאָדערט בײַ איראַן אויפֿצוהערן באַרײַכערן אוראַניום, וואָס קאָן ברענגען צום שאַפֿן נוקלעאַר־געווער. אויב איראַן פֿאָלגט נישט דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָדערונג, וועלן געלאָזט ווערן אין גאַנג שטרענגע עקאָנאָמישע סאַנקציעס; עס איז אויך נישט אויסגעשלאָסן, אַז דער זיכערהייט־ראַט וועט אָננעמען צוגאָב־מיטלען, וואָס דערמעגלעכן אַ מיליטערישע אַרײַנמישונג.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַריכט פֿון דער "האַלבער שפּיצן-קאָנפֿערענץ", וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם מאָנטיק אין ירושלים און וואָס אין אַנדערע טעג וואָלט ער דערשינען אונטער אַ שרײַענדיקן הויפּט-קאָפּ אויף די פֿראָנט-זײַטן פֿון אַלע צײַטונגען, איז אויף צו מאָרגנס אַראָפּגערוקט געוואָרן אונטן אויף אַ דריטן אָדער פֿערטן אָרט פֿון די צײַטונגס-קעפּ, און בײַ אייניקע אַפֿילו אויף אַן אינערלעכער זײַט.


ייִדיש־וועלט

דאָנערשטיק, דעם 15טן פֿעברואַר איז נאָך אַ לאַנגער קרענק געשטאָרבן דער ייִדישער פֿילאָלאָג, פּראָפֿעסאָר, רעדאַקטאָר און כּלל־טוער, ד"ר מרדכי שעכטער אין עלטער פֿון 79 יאָר. בײַ דער לוויה, פֿרײַטיק, האָט פּראָפֿ' טבֿיה בירד, ריכטיק געזאָגט, אַז אין צענדליקער יאָרן אַרום וועט מען פֿרעגן, צי איז נישט געווען מער ווי איין מרדכי שעכטער, וועלכער וואָלט געהאַט אויפֿגעטאָן אַזוי פֿיל זאַכן, ווײַל פֿאַר איין מענטש איז עס אַוודאי געווען אוממעגלעך.


טעאַטער
מרים־לאה דראָז (רעכטס) מיט גבֿריאלה אָרכאַ גרייטן צו די פֿאָרשטעלונג פֿון דעם פֿרויען־טעאַטער

אין די חרדישע קרײַזן נעמט מען ערנסט אויף דעם ענין "קול אישה" — אַז אַ מאַנסביל טאָר נישט הערן ווי אַ פֿרוי זינגט. בײַ די מאָדערנע פּוסקים איז דאָ אַ חילוקי־דעות, צי דער פֿאַרווער איז אויך חל אויף אַ רעקאָרדירט קול, וווּ מע קען נישט זען די זינגערין, אָדער אויף סיטואַציעס ווען פֿרויען זינגען צוזאַמען מיט מענער ווי, למשל, בײַ די שבתדיקע זמירות אָדער בײַם דאַווענען אין שיל.

פֿונדעסטוועגן, שאַפֿט "קול אישה" אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַר די פֿרויען, וועלכע האָבן שטאַרק ליב צו זינגען און האָבן אַ טאַלאַנט דערצו.


ליטעראַטור

(‫אָנהייב אין פֿריִערדיקן נומער)

4

אָט, זאָגט מען: זיך אַראָפּרעדן פֿון האַרץ... די חנעוודיקע פֿרוי עדיטע האָט איר דערציילט, אַז אַזוי פֿאָרן זיי כּמעט יעדן טאָג אַרום איבער ישׂראל און מענטשן, אַזעלכע ווי שׂרוניע, וואָס האָבן איבערגעלעבט דעם שוידער, דערציילן זייערע נישט־פֿאַרשניטענע געשיכטעס. און אַזוי קומט פֿאָר אויך מיט אַלע ניצול געוואָרענע, וואָס רעדן אַנדערע שפּראַכן — סײַ דאָ אין לאַנד און סײַ איבער דער גאָרער וועלט.


תּורה־געדאַנק
פֿון ה. מאַניעווסקי
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די חז״ל לערנען אַרויס פֿון די פּסוקים אין דער פּרשה, אַז אייגנטלעך ריידן די פּסוקים וועגן דרײַ תּרומות, וואָס ייִדן האָבן געגעבן בײַם בויען דעם משכּן, ווי רש״י זאָגט (כה, ב): "אמרו רבותינו, ג׳ תּרומות אמורות כּאַן, אַחת תּרומת בקע לגולגולת שנעשׂו מהם האַדנים כו׳, ואַחת תּרומת המזבח בקע לגולגולת לקופּות לקנות מהן קרבנות ציבור, ואַחת תּרומת המשכּן נדבֿת כל א׳ וא׳ כּפֿי שהתנדבֿו" — רבותינו האָבן געזאָגט, אַז דרײַ תּרומות זײַנען דאָ געזאָגט געוואָרן: איינס איז די תּרומה פֿון אַ האַלבן שקל פֿאַר יעדן ייִד, וואָס די תּרומה (׳תּרומת האַדנים׳) איז פֿאַרנוצט געוואָרן פֿאַר די זילבערנע "אַדנים",