Video Banner
‫פֿון רעדאַקציע

עס קאָכט אויף דער אַמעריקאַנער בערזע, און דאָס מאכל צעטראָגט דעם גערוך איבער דער גאַנצער וועלט. דאָס מאַכל הייסט, רעצעסיע, און דער גערוך האָט פֿאַרטשאַדעט אַלע מערק — פֿון טאָקיִאָ ביז פֿראַנקפֿורט און תּל־אָבֿיבֿ.

דער עקאָנאָמישער קריזיס, וואָס איז באַפֿאַלן די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ווידער באַוויזן, אַז סײַ אייראָפּע און סײַ דער אַזיאַטישער קאָנטינענט זײַנען, ווי פֿריִער, מיט אַמעריקע געקניפּט און געבונדן.


פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף דער "וועגן־מאַפּע" פֿון אַנאַפּאָליס צו דעם "ווינאָגראַד־באַריכט", וועלכער דאַרף ווערן פֿאַרעפֿנטלעכט די קומענדיקע וואָך; און פֿון דאָרט צו די געגרייטע פֿײַערלעכקייטן, לכּבֿוד דעם 60סטן געבורטסטאָג פֿון מדינת־ישׂראל, האָט דער שלום־צוג פֿון דעם באַנײַטן פּאָליטישן פּראָצעס זיך אָנגעשטויסן אויף דער ברענענדיקער סטאַנציע פֿון עזה. נישט אַזוי דאָס פֿײַער פֿון די ראַקעטן, פון די סנאַריאַדן און באָמבעס, ווי די בלאָקאַדע פֿון עזה און איר פֿאַרפֿינצטערונג — האָט אויפֿגערודערט די דרויסנדיקע וועלט.


פּובליציסטיק
סעלי מיט עספּעראַנסע, איינע פֿון די אַקושערקעס

יעדן טאָג לייענט מען אין די צײַטונגען וועגן דער צווישן-עטנישער בלוט-פֿאַרגיסונג אין אַ צאָל אַפֿריקאַנער לענדער: קעניע, סודאַן, קאָנגאָ, אָבער וועגן איין לאַנד, דאַכט זיך, האָט מען כּמעט פֿאַרגעסן: רוואַנדע, דאָס אָרט, וווּ אַ גענאָציד־קאַמפּאַניע האָט אויסגעשאָכטן הונדערטער טויזנטער מענטשן אין 1994.

סעלי מענדלסאָן, אַ פֿרומע ייִדישע אַקו­שערקע אין ניו־יאָרק, ווייסט פֿון דער ערשטער האַנט די פֿאַרוויסטונג אין רוואַנדע, וואָס דער גענאָציד האָט דאָרט גורם געווען.


קונסט
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר ביכאָווסקי, אויטאָ־פּאָר­טרעט, 1923

Ирина Азизян. Александр Быховский: Ступени творчества-бытия. Москва, Галарт — Дом еврейской книги, 2007.

אירינאַ אזיזיאַן. אַלכּסנדר ביכאָווסקי׃ שטאַפּלען פֿון שעפֿערישקייט און זײַן. מאָסקווע, "גאַלאַרט"־"ייִדישע ביכער־הויז", 2007.


דער קינסטלער אַלכּסנדר ביכאָווסקי (1888—1978) האָט דורכגעמאַכט אַ לאַנג און שעפֿעריש לעבן, אָבער זײַן נאָמען איז פֿאַרבליבן ווייניק באַקאַנט אין דער מאָדערנער קונסט־געשיכטע. זײַן רום האָט דערגרייכט דעם שפּיצפּונקט אויף אַ קורצער ווײַלע אין די מיט־1920ער יאָרן.


ליטעראַטור

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

רייטשעל האָט זיך אויפֿגעכאַפּט. ווי איר שטייגער איז, האָט זי זיך באַלד אײַנגעהערט אין דער מאַמעס אָטעמען. אַן אָפּגעשוואַכטע און פֿאַרשוויצטע איז זי אַ ווײַלע געזעסן אויפֿן געלעגער, אַראָפּגעלאָזט די באָרוועסע פֿיס און זיך אָנגעשפּאַרט מיט די הענט אינעם ראַנד פֿון דעם בעט. ס'האָט אָנגעהויבן צו טאָגן. זי האָט אַ טראַכט געטאָן: "כ'וועל אים שוין הײַנט נישט זען", — און אַרײַנגעשטופּט די פֿיס אין די ווייכע, וואַרעמע שטעקשיך.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

זיבן וואָכן נאָך יציאת־מצרים האָבן די ייִדן מקבל געווען די תּורה. אַלע ייִדישע נשמות — סײַ די, וואָס האָבן געלעבט אין יענעם דור, סײַ די, וואָס זענען נאָך נישט געבוירן געוואָרן — זענען געשטאַנען בעת מתּן־תּורה בײַם באַרג סיני, און האָבן דערהערט די ערשטע צוויי מיצוות: "אנכי ה׳ אלוקיך", "איך בין אײַער ג־ט, וואָס איך האָב אײַך אויסגעלייזט פֿון מצרים", און "לא יהיה לך אלהים אחרים", "דו זאָלסט נישט האָבן קיין אַנדערע געטער".