- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
יעדעס יאָר אין אָקטאָבער רופֿט מען אָן די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן, בפֿרט אין דרײַ וויסנשאַפֿטלעכע געביטן: מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע, פֿיזיק און כעמיע. די אָפֿיציעלע באַלוינונג-צערעמאָניע קומט פֿאָר שפּעטער, דעם 10טן דעצעמבער. די פּרעמיע אין מעדיצין און פֿיזיאָלאָגיע וועלן הײַיאָר באַקומען מאַריִאָ ר' קאַפּעקקי (פֿאַראייניקטע שטאַטן), מאַרטין דזש' עוואַנס (גרויס-בריטאַניע), און אָליווער סמיטיס (פֿאַראייניקטע שטאַטן), פֿאַרן "אַנטדעקן די פּרינציפּן, ווי אַזוי אַרײַנצופֿירן ספּעציפֿישע מאָדיפֿיקאַציעס אינעם גענאָם פֿון מײַז, אויסנוצנדיק עמבריאָנאַלע שטאַם־קעמערלעך". מיט 60 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1947, האָט די אַמעריקאַנער פֿאָרש־אָרגאַניזאַציע "Bell Labs", באַרימט מיט אַ סך גאָר וויכטיקע דערגרייכונגען אינעם געביט פֿון עלעקטראָניק און קאָמפּיוטערײַ, צום ערשטן מאָל דעמאָנסטרירט אַ טראַנזיסטאָר — אַ האַלב-דורכפֿירנדיקער (semiconductive) מכשיר, וואָס דערמעגלעכט צו קאָנטראָלירן דעם עלעקטרישן שטראָם צווישן צוויי עלעקטראָדן דורכן דריטן עלעקטראָד; די טראַנזיסטאָרס האָבן ראַדיקאַל געביטן אונדזער טאָג-טעגלעכן לעבן, און שטעקן אינעם "האַרץ" פֿון דער גאַנצער מאָדערנער עלעקטראָניק, פֿון טעלעוויזאָרן און ראַדיאָס, ביז צעל-טעלעפֿאָנען און קאָמפּיוטערס. פֿונעם 19טן ביזן 22 אָקטאָבער איז אינעם אַמעריקאַנער שטעטל פֿאַרמינגטאָן, שטאַט יוטאַ, דורכגעפֿירט געוואָרן דער דריטער יערלעכער קאָנקורס פֿון "קאָסמישע ליפֿטן". די באַטייליקטע אינעם פֿאַרמעסט האָבן געדאַרפֿט דעמאָנסטרירן אַ מכשיר, וואָס קאָן דערגרייכן די הייך פֿון 400 פֿוס ווייניקער ווי אין איין מינוט, אַרויפֿקריכנדיק אויף אַ ווערטיקאַלן טראָס, וואָס וועגט נישט מער ווי 2 גראַם, אָן קיין אינערלעכן ענערגיע-קוואַל. פֿון אָנהייב דאַרף איך מודה-ומתוודה זײַן, אַז קיין עקספּערט אין דער ייִדישער ליטעראַטור בין איך אַוודאי ניט, און וועגן דער אַלטער ליטעראַטור (קל-וחומר די גאָר אַלטע טעקסטן, וואָס ווערן פֿאָרגעשטעלט אין דעם באַנד) בין איך אַ גאָלער עם-הארץ. וועל איך שרײַבן וועגן דעם אימפּאָזאַנטן בוך ניט ווי אַ קריטיקער אָדער אַ פּוסק, מיט שטרענגע קריטעריעס און צוגעשליפֿענעם חלף, נאָר ווי אַ בחור, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען מיט איר גאַנצער פּראַכט: די ייִדישער ליטעראַטור. ס'ווערט אַלץ שווערער און שווערער פֿאַר קליינע לשונות זיך צו ספּראַווען מיט דער קאָנקורענץ פֿון די גרויסע אין אונדזער תּקופֿה פֿון גאַלאָפּירנדיקער גלאָבאַליזאַציע. דאָ רעדט זיך ניט נאָר וועגן די ענג־פֿאַרבונדענע וועלטן פֿון מיסחר, פּראָדוקציע, פֿאַרקויף ("דיסטריבוציע") און פּראָדוקטן־פֿאָרשונג, ווען מיר באַטראַכטן בלויז "האַרטע" סחורות, נאָר אַפֿילו די וועלטן פֿון "ווייכע" סחורות, ווי אַ שטייגער צײַטונגען און ביכער, לידער, פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אוניווערסיטעט־לימודים, בפֿרט אויף דעם גראַדויִר־ניוואָ, וווּּ עס הייבן זיך אָן די קורסן וואָס האָבן אַ קאַריערע־שײַכות. דאָס אומבאַקאַנטע ייִדישע וואָרט — "אַלגאָריזם" מײַנע אַ גוטע באַקאַנטע, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק אין אַ פֿראַנצויזישן אוניווערסיטעט, האָט מיר נישט לאַנג צוריק אָנגעוויזן, אַז אינעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך", אונטער דער רעדאַקציע פֿון יודאַ יאָפֿע און יודל מאַרק, פֿעלט כּמעט אינגאַנצן אויס די מאַטעמאַטישע טערמינאָלאָגיע. אין פֿאַרגלײַך מיט כעמיע, פֿיזיק, געאָלאָגיע, באָטאַניק און אַ צאָל אַנדערע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. דעם 23סטן מערץ איז געשטאָרבן, אין עלטער פֿון 72 יאָר, דער באַרימטער אַמעריקאַנער מאַטעמאַטיקער פּאָל יוסף כּהן. ער איז געװען אײנער פֿון די װוּנדערלעכסטע מאַטעמאַטיקער אינעם 20סטן יאָרהונדערט, באַקאַנט מיטן דערגרייכן פֿונדאַמענטאַלע רעזולטאַטן אין פֿאַרשײדענע געביטן פֿון מאַטעמאַטיק: אַנאַליז, דיפֿערענציעלע גלײַכונגען, און בפֿרט לאָגיק און סכומען־טעאָריע. צום מערסטן, איז כּהן באַרימט געוואָרן מיט זײַן לײזונג פֿון געאָרג קאַנטאָרס "קאָנטינוּום־היפּאָטעזע"; פֿאַרן לייזן אָט־די היפּאָטעזע האָט ער אין 1966 געוווּנען די "פֿילדס־פּרעמיע" — די גרעסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. דעם 22סטן אױגוסט האָט דער רוסלענדישער מאַטעמאַטיקער גריגאָרי פּערעלמאַן זיך אָפּגעזאָגט פֿון דער "פֿילדס־פּרעמיע" — די העכסטע פּרעמיע אין מאַטעמאַטיק. הונדערטער מעדיאַ־מיטלען איבער דער גאַנצער װעלט האָבן באַלד פּובליקירט זײערע דערקלערונגען וועגן דער דאָזיקער סענסאַציע. װער איז פּערעלמאַן? "אַ נײַער ראַספּוטין" — שרײַבן די אַמעריקאַנער צײַטונגען. "ער האָט אַ פּנים פֿון אַ פּױפּסט" — מײנען די פֿראַנצײזישע צײַטשריפֿטן. "ניט קאָנװענציאָנעל אַפֿילו פֿאַר אַ מאַטעמאַטישן גאָון" — שרײַבט מען אין ישׂראל. "צום געלט איז ער גאַנץ גלײַכגילטיק" — האַלט מען אין דײַטשלאַנד. "אַ זון פֿונעם שרײַבער יעקבֿ פּערעלמאַן" — שטײט געשריבן אין אַ סך רוסישע צײַטונגען. |