געשיכטע, װיסנשאַפֿט
פֿון יואל מאַטוועיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מרים די ייִדענע (אַ מיטל־עלטערישע גראַוויור)

די מאָדערנע תּקופֿה

אויב מע בעט עמעצן אָנצורופֿן די סאַמע באַקאַנטע ייִדישע וויסנשאַפֿטלער, וועלן ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע, מסתּמא, דערמאָנען בלויז אַ צאָל פּערזענלעכקייטן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט: אַלבערט אײַנשטיין, זיגמונד פֿרויד, לעוו לאַנדאַו, נילס באָר. די, וואָס קענען די ייִדישע געשיכטע, וואָלטן אויך דערמאָנט די גרויסע מיטל־עלטערישע אַסטראָנאָמען, מאַטעמאַטיקער און דאָקטוירים, אַזעלכע ווי רבי אַבֿרהם אבֿן־עזרא און דער רמב״ם.

פּובליציסטיק, רעליגיע, װיסנשאַפֿט
טשאַרלז דאַרווין

מיט 200 יאָר צוריק איז אין שרוסבערי, גראַפֿנשאַפֿט שראָפּשיר, געבוירן געוואָרן טשאַרלז דאַרווין — דער געניאַלער וויסנשאַפֿטלער, וואָס זײַן טעאָריע האָט שטאַרק געווירקט נישט בלויז אויף פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, נאָר אויך אויף דער אַנטוויקלונג פֿון פֿילאָסאָפֿישע, סאָציאַלע און רעליגיעזע דעות פֿון אונדזער תּקופֿה. בלויז אַ געציילטע צאָל וויסנשאַפֿטלער אין דער געשיכטע האָבן אַרויסגערופֿן אַ "פּאַראַדיגמע־בײַט" פֿון אַזאַ פֿאַרנעם.

משפּחה, װיסנשאַפֿט
אַ באַטאַריי, געמאַכט פֿון קיך־מעסערס און אַ זויערער אוגערקע, צינדט אָן אַ קאַלקולאַטאָר

אין ס׳רובֿ אַמעריקאַנער שולן באַקענען זיך די תּלמידים מיט די יסודות פֿון וויסנשאַפֿט בלויז אויף אַ זייער אויבערפֿלאַכיקן אופֿן. מע פֿירט דורך ווייניק פּראַקטישע עקספּערימענטן, און מע טראַכט זיך ווייניק אַרײַן אין דעם, ווי אַזוי פֿאַרשיידענע נאַטור-פֿענאָמענען "אַרבעטן". אין די אייראָפּעיִשע לענדער איז דער מצבֿ, בדרך־כּלל, אַ ביסל בעסער, אָבער אויך נישט אַזוי "אײַ־אײַ־אײַ".

געשיכטע, װיסנשאַפֿט
ד״ר דזשאָן מאַק׳קאַרטי, 1967

לאָגיק, סתּירות און כאַאָס

אין דער געשיכטע זענען פֿאַראַן נישט ווייניק גרויסע אַנטדעקונגען און דערפֿינדונגען, וועלכע האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויף דער גאַנצער וועלט, אָבער בלײַבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט דעם אַלגעמיינעם עולם, אַחוץ אַ באַגרענעצטער צאָל ספּעציאַליסטן. אַ וויכטיקן מוסטער פֿון אַזאַ "באַשיידענער" דערפֿינדונג איז די קאָמפּיוטער-שפּראַך "Lisp" מיט אַ לאַנגן און אינטערעסאַנטן ייִחוס, וועלכע פּראַוועט הײַיאָר איר 50־יעריקן יוביליי.

װיסנשאַפֿט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
אַן אילוסטראַציע צו אורסולאַ לע גויִנס מעשׂה "ראָקאַנאָנס וועלט", פֿונעם סאָוועטישן
זשורנאַל "יוגנט-טעכניק"
 ("Техника молодёжи"), 1989

מיט 30 יאָר צוריק האָט אַ גרופּע קאַנאַדישע אַסטראָנאָמען איבערגעגעבן, אַז זי האָט צום ערשטן מאָל אַנטדעקט אַ פּלאַנעט אויסער אונדזער זון-סיסטעם, בײַ דעם שטערן גאַמאַ-צעפֿיי. זייער אַנטדעקונג איז באַשטעטיקט געוואָרן, אָבער, ערשט מיט 5 יאָר צוריק. זינט דעמאָלט, זענען אַנטדעקט געוואָרן בערך 329 פּלאַנעטן אַרום צענדליקער שטערן.

לעצטנס, האָט די אַנטדעקונג פֿון נײַע פּלאַנעטן זיך פֿאַרוואַנדלט כּמעט אין אַ טאָג-טעגלעכער רוטין.

װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק זענען געוואָרן באַקאַנט די נעמען פֿון די נאָבעל־לאַורעאַטן אין וויסנשאַפֿט.

די פּרעמיע אין מעדיצין איז צוגעטיילט געוואָרן דעם דײַטשישן וויסנשאַפֿטלער האַראַלד צור האַוזען, פֿאַר זײַן אַנטדעקן, אַז געוויסע מינים פּאַפּילאָמאַ-ווירוסן זענען גורם דעם מוטערהעלדזל-ראַק בײַ פֿרויען, און די פֿראַנצויזישע ווירוסאָלאָגן פֿראַנסואַז באַרע־סינוסי און לוק מאָנטאַניע, פֿאַרן אַנטדעקן דעם ווירוס פֿונעם אימונאָדעפֿיציט בײַ מענטשן (HIV).

נײַעס, װיסנשאַפֿט
פֿון אַנע ערשלער (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עודד שראַם

דעם ערשטן סעפּטעמבער איז אומגעקומען עודד שראַם, איינער פֿון די בעסטע הײַנטצײַטיקע מאַטעמאַטיקער. ער איז געווען דער סאַמע אײַנפֿלוסרײַכער מומחה אין דער טעאָריע פֿון משמעותדיקייט (probability theory), איינעם פֿון די גרונט-געביטן אין דער מאָדערנער מאַטעמאַטיק. דער טראַגישער אומגליקפֿאַל איז פֿאָרגעקומען אין די בערג, ווען שראַם האָט געפּרוּווט אַרויפֿצוקלעטערן אויפֿן שפּיץ גײַ (Guye), אין די קאַסקאַד-בערג, שטאַט וואַשינגטאָן, ניט ווײַט פֿון סיעטל.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער זשור­נאַל "Science" איבערגעגעבן, אַז די וויסנ­שאַפֿטלער בײַם ירושלמער "פֿאָרש-צענטער פֿון נאַטירלעכער מעדיצין אויפֿן נאָמען פֿון לויִס באָריק" האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצוציִען אַ טייטלבוים פֿון אַן אוראַלטן קערן, געפֿונען אין די רויִנען פֿון דער באַרימטער פֿעסטונג מצדה. די פֿאָרשער האָבן באַשטימט, אַז דאָס קערנדל איז געווען 2,000 יאָר אַלט. ביז הײַנט האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן אויפֿצולעבן אַזאַ אַלט געוויקס.

קונסט, װיסנשאַפֿט
שלאַנגען, מאָריץ קאָרנעליס עשער, 1969

אַ סך מענטשן טראַכטן, אַז פֿון אַלע מענטשלעכע באַשעפֿטיקונגען זענען קונסט און מאַטעמאַטיק צוויי סאַמע היפּוכדיקסטע זאַכן. די "קאַלטע וועלט" פֿון ציפֿערן און חשבונות פּאָרט זיך אין זייער שׂכל נישט צונויף מיט דער שעפֿערישער פֿרײַהייט פֿונעם קינסטלער. אַ טייל ליבהאָבער פֿון קונסט באַטראַכטן די מאַטעמאַטיקער כּמעט ווי אַ "באַזונדער פֿאָלק" מיט דיאַמעטראַל-קעגנזײַטיקע אינטערעסן.

מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט דער וויסנ­שאַפֿטלעכער זשורנאַל "Vision Research" איבערגעגעבן, אַז די פֿאָרשער פֿונעם תּל-אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט האָט זיך אײַנ­גע­געבן צו שאַפֿן אַ קאָמפּיוטער-פּראָ­גראַם, וואָס קאָן אָפּשאַצן צוציִעוודיקייט פֿון פֿרויען. די פּראָגראַם איז געשאַפֿן געוואָרן דורך עמית קגיאַן (קאַגיאַן), אַן אַספּיראַנט פֿון קאָמפּיוטער-וויסנשאַפֿט, אונטער דער אָנפֿירערשאַפֿט פֿון פּראָפֿ׳ איתן רופּין און פּראָפֿ׳ גדעון דרור.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט

געוויינטלעך, ווען מע שעלט עפּעס אויף ייִדיש, "שיקט" מען עס אין דר׳ערד. מיט צוויי וואָכן צוריק, אָבער, האָבן צוויי מענער, אַ האַוואַיִשער יוריסט און באָטאַניקער, און אַ שפּאַנישער שרײַבער, אָנגעקלאָגט אינעם קרײַז־געריכט פֿון האָנאָלולו, אַז די אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿטלער פּלאַנירן אַן עקספּערימענט, וועלכער וועט, כּלומרשט, אַרײַנציִען די ערד גופֿא אין אַ "שוואַרצער לאָך".

ייִדיש־וועלט, געשיכטע, װיסנשאַפֿט
אַבֿרהם מינץ (קאַספּע)

בײַ אַ סך מענטשן ווערט דער אויסדרוק "ייִדישע וויסנשאַפֿט" אַסאָציִיִרט מיטן חורבן. די נאַציס פֿלעגן באַשולדיקן די ייִדישע וויסנשאַפֿטלער אין אַרײַנברענגען, כּלומרשט, אַ פֿרעמדן גײַסט, אַ באַזונדערן "ייִדישן מין" וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנד; אויף אַן אמתן, האָט וויסנשאַפֿט נישט קיין עטנישע און מלוכישע גרענעצן, הגם אין אַ טייל פֿאַלן, קאָן מען זען, ווי די נאַציאָנאַלע קולטור איז משפּיע אויפֿן געדאַנקען-גאַנג פֿון אַ וויסנשאַפֿטלער.

ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַזעלכע גע­ביטן פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירן פֿאַר­שיידענע אַספּעקטן פֿון דער מענטשהייט גופֿא — למשל, היסטאָריע און לינגוויסטיק — טראָגן אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אין די דאָזיקע געביטן אַ בולטן נאַציאָנאַלן צייכן.

טשיקאַװעס, װיסנשאַפֿט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון יואל מאַטוועיעוו
אַ טײַך־ראָרזינגער (reed warbler)

אַ גרופּע ביאָלאָגן פֿון רוסלאַנד און דײַטש­לאַנד האָבן נישט לאַנג צוריק דורכ­גע­פֿירט אַן עקספּערימענט: זיי האָבן גע­כאַפּט די טײַך־ראָרזינגער (European reed warblers) בעת זייער פֿרי­לינג-מיג­ראַציע, אַריבערגעפֿירט זיי מיט אַן עראָפּלאַן 1,000 קילאָמעטער אויף מיזרח, און אַרויסגעלאָזט. די פֿאָרשער האָבן איבער­געגעבן, אַז די באַפֿרײַטע פֿייגל האָבן גע­ביטן די ריכטונג פֿון זייער פֿלי, און זיך אומגעקערט צום פֿריִערדיקן מאַרשרוט.