- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
משה רבינו האָט געשיקט צוועלף מרגלים (אויסשפּירער) אין ארץ־כּנען, איין פֿאָרשטייער פֿון יעדן שבֿט. נאָך זייער מיסיע, האָבן צען פֿון זיי געטענהט, אַז די ייִדן וועלן נישט קענען אַרײַנקומען אינעם לאַנד, וווּ דער אייבערשטער האָט זיי צוגעזאָגט צו ברענגען, צוליב די מעכטיקע דאָרטיקע אײַנוווינער, וואָס האָבן פֿײַנט ייִדן און וועלן זיי נישט אַרײַנלאָזן אינעם לאַנד.
אַ גרויסער טייל פֿון די פֿריִערדיקע צוויי פּרשיות איז געווידמעט די חשבונות פֿון ייִדישע שבֿטים, ווי אויך די קרבנות, וואָס די נשׂיאים פֿון יעדן שבֿט האָבן געבראַכט, כּדי צו הייליקן דעם משכּן. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, ווען די מענטשן לעבן באחדות, ווערט דאָס באַזונדערע חשיבֿות פֿון אַ געוויסער גרופּע מענטשן אָדער אַ געוויסן יחיד אָפּגעשפּיגלט אין אַלעמען. למשל, ווען אַ חבֿרה מענטשן בויען צוזאַמען אַ הויז, פֿרייט זיך יעדער פֿון זיי מיט די המצאות פֿון זײַנע חבֿרים, וואָס גיבן מער חשיבֿות צו זייער אַלגעמיינער שאַפֿונג. אין אַ סך ייִדישע קהילות איז אָנגענומען אַ שיינער מינהג: צו באַצירן די שטיבער און שילן מיט בלומען, גראָזן און ביימעלעך, לכּבֿוד דעם פֿאַרגאַנגענעם יום־טובֿ, שבֿועות. איינע פֿון די סיבות איז דאָס, וואָס שבֿועות, ווי עס דערקלערן די חז״ל, באַשליסט דער באַשעפֿער די קומענדיקע גערעטעניש פֿון די פּירות. דער מדרש זאָגט אויך, אַז די ערד אַרום דעם באַרג סיני האָט זיך פּרעכטיק צעבליט, ווען די ייִדן האָבן באַקומען די תּורה. שבֿועות פּראַוועט מען אויך אַ מילכיקע סעודה, ווײַל די תּורה, ווי אַ גײַסטיקער מאכל פֿאַר דער נשמה, ווערט פֿאַרגליכן מיט מילך, וואָס גיט די קינדער דעם כּוח צו וואַקסן. דעם הײַנטיקן שבת הייבן מיר אָן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿונעם חומש, "במדבר". ווי עס ווײַזט אָן דער נאָמען פֿון דער פּרשה, דערציילט זי וועגן די וואַנדערונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר־סיני. אַ גרויסער טייל פֿון דער הײַנטיקער סדרה און פֿון עטלעכע קומענדיקע פּרשיות איז געווידמעט פּרטימדיקע חשבונות פֿון באַזונדערע ייִדישע שבֿטים און משפּחות. דער אייבערשטער האָט געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די ייִדן; צוליב דעם, ווערט דער גאַנצער חומש "במדבר" אויך אָנגערופֿן "ספֿר הפּקודים" — "דער ספֿר פֿון חשבונות". דער ערשטער טייל פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה, "בהר", הייבט זיך אָן מיטן ענין פֿון שמיטה. די תּורה הייסט אָפּשטעלן די לאַנדווירטשאַפֿטלעכע אַרבעט אין ארץ-ישׂראל יעדע זיבן יאָר. אויב אַפֿילו דאָס גערעטעניש וואַקסט פֿון זיך אַליין, טאָר מען עס ניט פֿאַרקויפֿן אויף אַן אָרגאַניזירטן אופֿן, ווי אין געוויינטלעכע יאָרן; אַלע אָפֿענע פֿעלדער מוזן בלײַבן אָפֿן פֿאַר אַלעמען — פֿאַר מענטשן און אַפֿילו פֿאַר חיות. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו, ער זאָל זאָגן די קינדער פֿון אַהרן, אַז אַ כּהן טאָר זיך נישט מטמא זײַן דורך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן, אַחוץ געוויסע אויסנעמלעכע פֿאַלן. אַזוי הייבט זיך אָן די הײַנטיקע פּרשה, וווּ עס ווערן אויך דערקלערט אַ צאָל אַנדערע ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט די כּהנים, ווי אויך די ייִדישע יום־טובֿים און די מיצווה פֿון ספֿירת־העומר — אָפּצוציילן פֿופֿציק טעג צווישן פּסח און שבֿועות. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט נישט לאַנג צוריק, אין דער פּרשה "שמיני", האָבן צוויי זין פֿון אַהרן הכּהן, נדבֿ און אַבֿיהוא, געבראַכט אַ קטורת אינעם משכּן נישט מיט אַ ריכטיקער כּוונה, און זענען פֿאַרברענט געוואָרן אינעם הימלישן פֿײַער. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה גייט ווידער אַ רייד וועגן נדבֿס און אַבֿיהואס אומקום. "וידבר ה׳ אל משה אַחרי מות שני בני אַהרן" — נאָכן טויט פֿון אַהרנס צוויי זין, האָט דער אייבערשטער געזאָגט משה רבינו, אַז בלויז איין מענטש, דער כּהן־גדול, מעג אַרײַנקומען אינעם קדשי־קדשים, דעם סאַמע אינערלעכן טייל פֿונעם בית־המקדש, כּדי צו ברענגען דאָרטן דעם קטורת יום־כּיפּור — בלויז איין טאָג אַ יאָר. אין ביידע טיילן פֿון דער הײַנטיקע טאָפּלטער סדרה, "תזריע" און "מצורע", ווערן דערקלערט די הלכות פֿון טומאה און טהרה — די ענינים פֿון ריטואַלן "ריינעם" און "אומריינעם" סטאַטוס, וואָס איז געווען אַקטועל, ווען דער בית־המקדש איז געשטאַנען. אַ ייִד, וואָס האָט זיך ניט אויסגערייניקט פֿון זײַן טומאה, האָט ניט געטאָרט אַרײַנקומען אינעם הייליקן אָרט אָדער אָנרירן קרבנות. חג־הפּסח אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי פּסוקים וועגן דעם יום־טובֿ פּסח, וואָס זעען אויס ווי סתּירותדיקע. אין איין אָרט, בײַם סוף פֿון דער פּרשה "ראה", שטייט געשריבן: "ששת ימים תאכל מצות" — איר זאָלט עסן די מצות זעקס טעג, און דעם זיבעטן זאָל מען פּראַווען אַ באַזונדערן יום־טובֿ — עצרת — פֿאַרן אייבערשטן. די פּרשה "בא", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים, זאָגט אָבער אָן, אַז מע דאַרף עסן מצות זיבן טעג. דער אייבערשטער האָט געהייסן די כּהנים, אַהרנען און זײַנע קינדער, צו ברענגען כּסדר אַן "עולה" — אַ ספּעציעלער קרבן, וואָס מוז ברענען די גאַנצע נאַכט. יעדן טאָג פֿלעגט מען מקריבֿ זײַן אינעם בית־המיקדש צוויי שטענדיקע אַלגעמיינע עולה־קרבנות — "תּמידים". די געוויינטלעכע ייִדן פֿלעגן אויך ברענגען צו די פּערזענלעכע "עולות" ווי אַ נדבֿה, נאָכן געבורט פֿון אַ קינד, בעת זייערע יערלעכע באַזוכן אינעם בית־המיקדש, און אַנדערע סיבות. פֿון הײַנט אָן הייבן מיר אָן לייענען דעם מיטעלן טייל פֿונעם חומש, "ויקראָ", וואָס אַ גרויסער טייל פֿון אים איז געווידמעט די קרבנות און עבֿודת־הכּהנים. ווען מע הייבט אָן לערנען תּורה מיט קליינע קינדער, באַקענט מען זיי, צו ערשט, מיטן ערשטן פּסוק פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. דער מדרש זאָגט, אַז די קרבנות זענען פֿאַרבונדן מיט אַ באַזונדערער טהרה, גײַסטיקער ריינקייט; דערפֿאַר, ווען מע לערנט די תּורה מיט קליינע קינדער, וואָס זייערע נשמות זענען ריין פֿון זינד, איז עס פּאַסיק אָנצוהייבן פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. "ויקהל" — משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן די ייִדן, כּדי זיי ווידער צו וואָרענען, אַז שבת טאָרן זיי נישט טאָן קיין מלאָכה. די חז״ל דערקלערן, אַז די ייִדן האָבן געקאָנט מיינען, אַז צוליב דער גרויסער קדושה און וויכטיקייט פֿון מלאכת־המשכּן מעגן זיי ממשיך זײַן די אַרבעט אויך אום שבת; דערפֿאַר האָט משה ספּעציעל אָנגעזאָגט, אַז מע האָט געמעגט צוגרייטן דעם משכּן בלויז אין דער וואָכן. אין פֿאַרגלײַך מיט עבֿודת־המשכּן, וואָס די כּהנים האָבן יאָ אויסגעפֿירט שבת, האָט מען נישט געטאָרט דורכפֿירן די צוגרייט־אַרבעט בעת דעם הייליקן יום־המנוחה. |