- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער אייבערשטער האָט אָנגעזאָגט משה רבינו צו זאַמלען אַ האַלבן זילבערנעם שקל פֿון יעדן ייִד, כּדי דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל האָבן אַ שײַכות צו עבֿודת־המשכּן; דאָס געזאַמלטע זילבער האָט אויך דערמעגלעכט איבערצוציילן די ייִדן אויף אַן אומדירעקטן אויפֿן. "כּי תשׂא את ראש בני־ישׂראל" — בוכשטעבלעך, האָט דער באַשעפֿער געהייסן "אויפֿצוהייבן דעם קאָפּ פֿון די ייִדן". על־פּי־חסידות, איז אַזאַ אויסדרוק מרמז אויף דעם, אַז דאָס אַחדות פֿונעם פֿאָלק, וואָס האָט זיך באַטייליקט צוזאַמען אין אַ הייליקער עבֿודה, האָט זיי געהאָלפֿן צו דערגרייכן אַ העכערע גײַסטיקע מדרגה. אין דער הײַנטיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דער מנורה, וואָס האָט געברענט אינעם משכּן, ווי אויך וועגן די ספּעציעלע בגדים, וואָס די כּהנים האָבן געטראָגן בעת זייער עבֿודה. "ואתּה תּצוה" — און דו זאָלסט אָנזאָגן די ייִדן אָנצוצידן אַ "נר תּמיד", אַ שטענדיקער לײַכטער; אַזוי האָט דער באַשעפֿער געזאָגט משה רבינו. שטענדיקייט מיינט, געוויינטלעך, פֿעסטקייט און סטאַביליטעט. אין דער אמתן, אָבער, ווי עס שטייט ווײַטער אין דער פּרשה, האָט די מנורה געברענט יעדע נאַכט, פֿון אָוונט ביז פֿרימאָרגן. די כּנהים פֿלעגן זי צוגרייטן און אָנצינדן יעדן טאָג פֿון ס׳נײַ. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה האָבן מיר באַהאַנדלט די פֿאַרבינדונג צווישן דעם ענין פֿון מישפּט און עבֿודת־התּפֿילה. אַ צאָל מיצוות, וואָס רעגולירן די באַציִונגען צווישן מענטשן, זענען רעלעוואַנט, אינעם בוכשטעבלעכן זין, בלויז אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס לײַדט פֿון ערנסטע סאָציאַלע צרות. למשל, די תּורה דערקלערט די רעכט פֿון אַ מיידל, וואָס איר טאַטע האָט פֿאַרקויפֿט ווי אַ שקלאַפֿין, און זאָגט אָן, אַז אַ קינד טאָר נישט שלאָגן זײַנע עלטערן. אין אַ געזונטן סאָציאַלן מצבֿ, וואָלט אַ מענטש בכלל נישט געטראַכט, חלילה, צו פֿאַרקויפֿן זײַן טאָכטער אָדער געבן קלעפּ זײַן מאַמען. אין דער הײַנטיקער סדרה ווערן באַהאַנדלט אַ ריי ענינים, וואָס האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן מענטשן. די תּורה זאָגט אָן, אַז מע מוז זיך מענטשלעך באַציִען צו אַ שקלאַף, צו באַשטראָפֿן מערדער און גזלנים, נישט צו דערלאָזן צו קיין סאָציאַלע קאָנפֿליקטן און צו לייזן זיי דורך יושרדיקע דיינים. דערפֿאַר טראָגט די פּרשה דעם נאָמען "משפּטים". יתרו, משה רבינוס שווער, האָט דערהערט וועגן די גרויסע ניסים, וואָס דער אייבערשטער האָט געטאָן פֿאַר די ייִדן, ווען ער האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים. יתרו האָט געשטאַמט פֿון מדין און איז נישט געווען קיין ייִד. בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, אַז יתרו האָט באַשלאָסן זיך מגייר צו זײַן. ער איז געקומען אינעם מידבר, צוזאַמען מיט משה רבינוס ווײַב און צוויי זין. ווען משה האָט זיך אומגעקערט קיין מצרים, כּדי אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק, האָט ער איבערגעלאָזט זײַן משפּחה אין מדין. "ויהי בשלח פּרעה את העם". פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, האָט דער בייזער קיניג באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די ייִדן זענען צוגעקומען אין געאײַל צו דעם ברעג פֿונעם ים־סוף, מיינענדיק, אַז די מיצרים וועלן זיי באַלד דעריאָגן, האָט דער אייבערשטער געמאַכט אַ נס: משה רבינו האָט אויסגעשטרעקט זײַן שטעקן, און דאָס וואַסער אינעם ים־סוף האָט זיך צעשפּאָלטן. נאָך אַ גאַנצער ריי משונהדיקע צרות, האָט פּרעה געהייסן די ייִדן צו פֿאַרלאָזן מצרים. אין דער הײַנטיקער פּרשה האָט דער אייבערשטער אָנגעזאָגט די ייִדן, זיי זאָלן ציילן די חדשים פֿונעם יאָר פֿון ניסן אָן — דער חודש, ווען זיי זענען אַרויס פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ. הגם דאָס ייִדישע יאָר הייבט זיך אָן פֿון ראָש־השנה, ווערט ניסן באַטראַכט ווי דער ערשטער חודש. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה רבינו אין אַ ברענענדיקן קוסט מיט אַ גוטער בשׂורה, אַז ס׳איז געקומען די צײַט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿונעם ביטערן מצרישן גלות. דער באַשעפֿער האָט געזאָגט משהן, אַז ער הייסט "א־ה־י־ה אשר א־ה־י־ה" — "איך בין וואָס איך בין". אַזאַ נאָמען ווײַזט אָן, אַז ער איז העכער פֿון אַלע באַגריפֿן, און קאָן נישט באַשריבן ווערן בלויז מיט אַזאַ ציקלישער דעפֿיניציע. יעקבֿס משפּחה, בסך־הכּל 70 נפֿשות, האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין מצרים. בײַם אָנהייב, האָבן זיי געלעבט רויִק. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז צו דער מאַכט געקומען אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און פֿאַרפֿאָלגן די ייִדן. מיט עטלעכע דורות שפּעטער, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ביטערער. דורך אַסטראָלאָגישע חשבונות, האָבן די מיצרישע חכמים פֿאָרויסגעזאָגט, אַז בײַ די ייִדן וועט געבוירן ווערן אַ מנהיג, וועלכער וועט זיי אויסלייזן פֿון שקלאַפֿערײַ. צוויי סדרות אינעם חומש טראָגן אַ נאָמען, וואָס האָט צו טאָן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי שׂרה" און די הײַנטיקע פּרשה, "ויחי". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה "חיי שׂרה" גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר; ווײַטער גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַבֿרהם האָט זי באַערדיקט אין דער מערכת־המכפּלה. דערנאָך ווערט דערציילט, ווי אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, האָט געפֿונען דעם שידוך פֿאַר יצחקן. אין דער פֿריערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי יוסף איז באַפֿרײַט געוואָרן פֿון תּפֿיסה, צוליב זײַנע נבֿיאיִשע חלומות, און האָט געגעבן פּרעה אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון הונגער. צוליב דעם, האָט פּרעה אים באַשטימט ווי אַ שני־למלך, און יוסף האָט חתונה געהאַט מיט אָסנת — פּוטיפֿאַרס טאָכטער. דער הונגער האָט אויך אויסגעבראָכן אין ארץ-כּנען, דערפֿאַר האָט יעקבֿ געשיקט אַלע זײַנע קינדער, אַחוץ בנימין, ווי עס ווערט דערציילט אין דער פֿאָריקער פּרשה, איז יוסף אײַנגעזעצט געוואָרן אין טורמע צוליב אַ פֿאַלשער באַשולדיקונג פֿון פּוטיפֿרס ווײַב. "ויהי מקץ שנתים ימים", כּמעט מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט פּרעה דערזען צוויי חלומות, אין וועלכע זיבן דאַרע קי האָבן אויפֿגעגעסן זיבן פֿעטע קי און זיבן אָפּגעשלאָגענע זאַנגען האָבן אויפֿגעגעסן זיבן געראָטענע זאַנגען. |