פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"כּי תבֿוא אל האָרץ" — ווען איר וועט זיך באַזעצן אין ארץ-ישׂראל, זאָלט איר ברענגען די ערשטע פּירות פֿון אײַער גערעטעניש צו אַ כּהן, כּדי צו באַדאַנקען דעם באַשעפֿער פֿאַר דעם, וואָס ער האָט באַפֿרײַט די ייִדן פֿון דער מיצרישער שקלאַפֿערײַ און געבראַכט זיי אינעם "לאַנד פֿול מיט מילך און האָניק".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"כּי תצא למלחמה על-אויבֿיך", אויב דו וועסט האַלטן אַ מלחמה קעגן דײַנע שׂונאים, און וועסט פֿאַרכאַפּן אַ שיינע פֿרוי, "יפֿת-תּואר", מעגסטו מיט איר חתונה האָבן, אויב זי וועט מסכּים זײַן צו ווערן אַ גיורת און לעבן מיט דיר. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה דערקלערט אַ סך אַקטועלע פּראַקטישע מיצוות: אומצוקערן די בעלי-בתּים זייערע פֿאַרלוירענע חפֿצים; צו פֿאַרזיכערן די סכּנותדיקע ערטער, אַזעלכע ווי אַן אָפֿענער דאַך; צו באַשיצן זיך און דעם צווייטן פֿון גוואַלד; נישט צו אַנטלײַען געלט מיט אַ פּראָצענט; צו באַציִען זיך מיט כּבֿוד צו די טויטע; צו האָבן חתונה און צו מאַכן גליקלעך דאָס ווײַב.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן אָנזאָג אײַנצושטעלן אין אַלע ערטער, וווּ עס וווינען ייִדן, שופֿטים און שוטרים — די דיינים, וואָס זאָלן פֿירן דעם יושרדיקן מישפּט, און אויפֿזעער, וואָס זאָלן מאַכן זיכער, אַז דער עולם פֿאָלגט דעם פּסק. ווײַטער ווערט אין דער סדרה דערקלערט, ווי אַזוי די שופֿטים זאָלן אויספֿאָרשן די ענינים און בודק זײַן די עדותן, און הייסט די ייִדן זיך צוהערן צו די דיינים פֿון יעדן דור.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"ראה, אנכי נותן לפֿניכם היום ברכה וקללה" — "זעט, איך שטעל פֿאַר אײַך הײַנט אַ ברירה — אַ ברכה און אַ קללה". משה רבינו האָט געוואָרנט די ייִדן, אַז אויב זיי וועלן זיך צוהערן צום באַשעפֿערס מיצוות, וועלן זיי געבענטשט ווערן, און טאָמער זיי וועלן, חלילה, דינען פֿרעמדע געטער, וועלן זיי ליידן לײַדן פֿון צרות. כּדי צו דערקלערן דעם דאָזיקן פּרינציפּ, האָט משה געהייסן דורכפֿירן אַ סיבמאָלישן ריטואַל, ווען די ייִדן וועלן אָנקומען קיין ארץ־ישׂראל: פֿאָרצולייענען אַ ליסטע פֿון זעקס ברכות און זעקס קללות בײַ צוויי בערג, הר־הגריזים און הר־עיבֿל. דער גרינער דרומדיקער באַרג גריזים סימבאָליזירט די ברכות, און דער וויסטער באַרג עיבֿל סימבאָליזירט די קללות.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער הײַנטיקער פּרשה איז משה רבינו ממשיך זײַנע מוסר־דרשות און רופֿט די ייִדן צו היטן די מיצוות און נישט טאָן קיין עבֿירות. ער דערמאָנט דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, דאָס מחלוקת פֿון קורח, די שלעכטע רייד פֿון די מרגלים און אַנדערע זינד.

ווי מיר האָבן באַהאַנדלט פֿריִער, זענען די נעמען פֿון די צוויי פֿאָריקע פּרשיות צוויי־זיניקע. דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, "עקבֿ", איז אויך אַ צוויי־זיניק וואָרט. אויסער דעם קאָנטעקסט, מיינט עס אַ "פּיאַטע". על־פּי־פּשט, לויט דעם פּשוטן באַדײַט פֿונעם פּסוק, מיינט עס אָבער "אויב".

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער שבת נאָך תּשעה־באָבֿ האָט אַ ספּעציעלן נאָמען — "שבת־נחמו". נאָך די דרײַ וואָכן פֿון "בין־המצרים", וועלכע זענען פֿאַרבונדן מיט אַ סך טרויעריקע און שרעקעוודיקע געשעענישן אין דער ייִדישער געשיכטע, קומט די צײַט פֿון נחמה. דורכן טרויער און תּענית, לעבן מיר איבער ווידער דעם פֿאַרלוסט פֿונעם בית־המיקדש און פֿון דער נאָענטקייט צום אייבערשטן, וואָס ער האָט רעפּרעזענטירט. נאָך תּשעה־באָבֿ קומט אַ נײַער פּעריאָד פֿונעם יאָר — די צײַט פֿון נחמה, תּשובֿה און האָפֿענונג, אַז אין דעם קומענדיקן יאָר, וואָס קומט שוין באַלד, אין אָנדערטהאַלבן חדשים, וועט דער טרויעריקער תּענית זיך פֿאַרוואַנדלען אין שׂימחהדיקע יום־טובֿים.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די הײַנטיקע וואָך הייבן מיר אָן צו לייענען דעם לעצטן, פֿינפֿטן טייל פֿונעם חומש — "דבֿרים". הגם אַלע פּרשיות אינעם חומש זענען אין אַ גלײַכער מאָס הייליק און וויכטיק, דערקלערן די מפֿרשים, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ געוויסער חילוק צווישן "דבֿרים" און די פֿריִערדיקע חלקים פֿון דער תּורה, וועלכע משה רבינו האָט באַקומען דירעקט פֿונעם אייבערשטן. דער לעצטער טייל איז אָבער באַגרינדעט אויף משהס אייגענעם פֿאַרשטאַנד, דערפֿאַר ווערט ער אויך אָנגערופֿן "משנה־תּורה" — איבערחזרונג פֿון דער תּורה.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מטות

די ייִדישע שבֿטים ווערן אָנגערופֿן אין דער תּורה מיט צוויי פֿאַרשיידענע ווערטער: "שבֿטים" און "מטות". דער צווייטער סינאָנים דינט ווי דער נאָמען פֿון דער ערשטער סדרה אין דער הײַנטיקער טאָפּלטער פּרשה.

משה רבינו האָט זיך געווענדט צו די מנהיגים פֿון די ייִדישע שבֿטים — "ראָשי המטות" — און איבערגעגעבן זיי די הלכות פֿון נדרים. זײַנע רייד הייבן זיך אָן מיט די ווערטער "זה הדבֿר אַשר צוה ה׳" — דאָס איז די זאַך, וואָס דער אייבערשטער האָט געהייסן. די רייד פֿון די שפּעטערדיקע נבֿיאים הייבן זיך אָן אָפֿט מיט דער פֿראַזע "כה אָמר ה׳" — אַזוי האָט דער אייבערשטער געזאָגט.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דער פֿריִערדיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער בייזער מכשף בלעם און דער רישעותדיקער קיניג בלק האָבן זיך דערטראַכט צו אַן עצה, ווי אַזוי צו ברענגען אַ היזק דעם ייִדישן פֿאָלק. זיי האָבן אַרײַנגעשיקט אַ גרופּע מואבֿישע פֿרויען אינעם ייִדישן לאַגער, כּדי זיי זאָלן זינדיקן מיט די ייִדן און אײַנרעדן זיי צו דינען עבֿודה-זרה.

ווען פּינחס, אַן אייניקל פֿון אַהרן הכּהן, האָט דערזען, אַז אַ פּראָמינענטער ייִד, דער נשׂיא פֿונעם שבֿט־שמעון, האָט פֿאַרפֿירט אַן אינטימע באַציִונג מיט אַ פּרינצעסין פֿון מדין, האָט ער אַרויסגעכאַפּט זײַן שווערד און דערהרגעט זיי ביידע.

פֿונעם אייביקן קוואַל

מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר געלייענט אַ פּרשה, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון אַ סתּירותדיקן פּאַרשוין — קורח, וועלכער האָט אָרגאַניזירט אַן אויפֿשטאַנד קעגן משה רבינו, האָפֿנדיק צו קריגן די מאַכט איבערן גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און אַרויסגערופֿן אַ גרויסע מהומה צווישן ייִדן. פֿונדעסטוועגן, איז קורח נישט געווען אַ בפֿירוש נעגאַטיווער פּערסאָנאַזש, און האָט געוואָלט טאָן די ייִדן אַ טובֿה, הגם זײַן כּוונה איז נישט געווען אינגאַנצן לשם־שמים — דערפֿאַר האָט ער פֿאַרדינט אַ מיתה־משונה, צוזאַמען מיט זײַנע נאָכפֿאָלגער.

פֿונעם אייביקן קוואַל

די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די הלכות פֿון פּרה־אַדומה — דאָס אַש פֿון אַ רויטער קו, מיט וועלכן די כּהנים פֿלעגן אָפּרייניקן נאָך אַ קאָנטאַקט מיט אַ טויטן.

כּדי דורכצופֿירן דעם ריטואַל, האָט מען קודם געמוזט געפֿינען אַ ריין־רויטע קו, וואָס האָט קיינמאָל נישט געטראָגן קיין יאָך, צו שעכטן זי און צו פֿאַרברענען מחוץ דעם הר-הבית, אויסצומישן דאָס אַש מיט קוואַל־וואַסער און אַנדערע ספּעציעלע מאַטעריאַלן.

פֿונעם אייביקן קוואַל

קורח, אַ ייִד פֿונעם שבֿט לוי, איז נישט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינוס ברודער, אַהרן, איז געוואָרן דער כּהן־גדול. זײַענדיק פּונקט אַזאַ מיוחסדיקער לוי, ווי אַהרן, האָט קרח געהאַלטן, אַז ער האָט אויך דאָס רעכט צו ברענגען קרבנות אינעם משכּן. אַחוץ דעם, איז ער געווען אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס משה רבינו האָט געשאַפֿן אַ היעראַרכיע פֿון דיינים, נאָך דער עצה פֿון זײַן שווער, יתרו.