- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין דער פֿריִערדיקער פּרשה גייט אַ רייד וועגן דעם מישכּן. אַלע ייִדן האָבן געזאַמלט פֿאַרשיידענע מינים מאַטעריאַלן, כּדי צו שאַפֿן צוזאַמען אַ ספּעציעל "וווינונג־אָרט" פֿאַר דער הייליקער שכינה. אין דער בשותּפֿותדיקער אַרבעט איבער דעם מישכּן האָט זיך אויסגעדריקט די אמתע און אייביקע "דירה" פֿאַרן אייבערשטן אין עולם־הזה — דאָס מענטשלעכע אַחדות. הגם הײַנט האָבן מיר נישט קיין פֿיזישן בית־המיקדש, אַנטפּלעקט זיך ג־טלעכקייט תּמיד דורך דער מענטשלעכער ברידערלעכקייט און אייניקייט. ווי עס שרײַבט דער גרויסער מקובל און בעל־מוסר רבי פּינחס־אליהו האָראָוויץ, איז די מיצווה פֿון אַהבֿת־רעים — ברידערלעכע באַציִונגען, באַגרינדעט אויף אַלמענטשלעכער ליבשאַפֿט — און דאָס איז דער שליסל צום רוח־הקודש. על־פּי־קבלה, איז אהבֿת־רעים אַן אַלגעמיינע מיצווה, וואָס נעמט אַרום אַלע אָרנטלעכע מענטשן — ייִדן און ניט־ייִדן, נאָענטע און ווײַטע צו גלײַך. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערט דערציילט, ווי דער אייבערשטער האָט געזאָגן די ייִדן, דורך משה רבינו, צו זאַמלען פֿאַרשיידענע מינים מאַטעריאַלן — טײַערע מעטאַלן, פֿלאַקס און קאָליריקע וואָל, לעדער און האָלץ פֿון אַ ספּעציעלן, איילבערט־אייל, געווירצן און אַדלשטיינער — כּדי צו שאַפֿן דעם מישכּן — אַ הייליק אָרט, וווּ עס זאָל רוען די ג־טלעכע שכינה. די תּורה גיט איבער פּרטימדיקע אינסטרוקציעס, ווי אַזוי פּינקטלעך אויסצובויען אַזאַ אָרט צו קאָנסטרויִרן. די הײַנטיקע פּרשה הייסט "משפּטים", ווײַל אין איר ווערן דערקלערט אַ גאַנצע ריי מיצוות, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע סיכסוכים צווישן מענטשן. דער אייבערשטער האָט געזאָגט משה רבינו: "און דאָס זענען די געזעצן, וואָס דו זאָלסט אײַנשטעלן פֿאַר זיי" — "ואלה המשפּטים אַשר תּשים לפֿניהם". דער ערשטער פּסוק פֿון דער סדרה קלינגט ווי אַ המשך פֿון דער פֿריִערדיקער וואָך, ווען מיר האָבן געלייענט די צען געבאָט. רש״י דערקלערט, אַז די תּורה וויל אונדז דאָ זאָגן, אַז די מיצוות פֿונעם ריכטיקן מישפּט צווישן די מענטשן קומען פֿאַרן באַרג סיני, אַזוי ווי די צען געבאָט. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה איז געגאַנגען אַ רייד וועגן דער קריעת־ים־סוף — די קולמינאַציע פֿונעם יציאת־מצרים. געוויינטלעך, ווערט דער חודש תּישרי באַטראַכט ווי דער טאָג, ווען די וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן. די מקובלים דערקלערן אָבער, אַז ביז יציאת־מצרים האָט די וועלט עקזיסטירט בלויז אין פּאָטענציאַל, ווי אַ מין חלום. ערשט ווען די ייִדן זענען אַרויס פֿון מצרים, איז דער אוניווערס געוואָרן באמת פֿאַרווירקלעכט. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט פּרעה געשאַפֿן אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע האָט אויסגעזען סטאַביל, אָבער איז געווען בעצם טויט און האָט נישט געהאַט קיין פֿונדאַמענט, ווײַל זי איז געווען געבויט אויף בלוט און פֿאַרשקלאַפֿונג. אַדרבה, די וועלט איז סטאַביליזירט געוואָרן, ווען די אינערלעכע ג־טלעכע נאַטור פֿונעם וועזן האָט זיך אויפֿגעשטאַנען קעגן אַזאַ מצבֿ. אין דער פֿאַרגאַנגענער פּרשה האָבן מיר געלייענט, ווי פּרעה האָט פֿאַרטריבן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, כּדי אָפּצושטעלן די מכּות. ווען די ייִדן האָבן שוין פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד, האָט ער פּלוצעם באַשלאָסן זיי ווידער צו פֿאַרשקלאַפֿן. ווען די באַפֿרײַטע שקלאַפֿן האָבן געמיינט, אַז זיי זענען פֿאַרקלעמט צווישן דעם ים און פּרעהס אַרמיי, האָט דער ים זיך צעשפּאָלטן און זיי האָבן זיך געראַטעוועט בדרך־נס. דער בייזער מיצרישער קיניג האָט געפּרוּווט זיי ווײַטער נאָכצוּיאָגן, אָבער דאָס צעשפּאָלטענע וואַסער האָט זיך צונויפֿגעשלאָסן, און די מיצרים זענען דערטרונקען געוואָרן. אין דער פֿריִערדיקער פּרשה, "וארא", האָבן מיר באַטראַכט צוויי מדרגות פֿון ג־טלעכער אַנטפּלעקונג. די ערשטע מדרגה, וואָס ווערט אַסאָציִיִרט מיט שם "ש־די", איז פֿאַרבונדן מיט דעם געוויינטלעכן, ציקלישן "דרייעניש" פֿונעם אוניווערס. דורך אַזאַ נאָמען האָט דער באַשעפֿער זיך אַנטפּלעקט צו די ייִדישע אָבֿות. די חז״ל דערקלערן, אַז דער שם "ש-די" שטאַמט פֿונעם וואָרט "די" — "גענוג". דער אייבערשטער האָט אײַנגעשטעלט באַשטימטע גרענעצן פֿון די נאַטור־געזעצן, כּדי די וועלט זאָל זיך דרייען ווי עס דאַרף צו זײַן, און נישט אַראָפּ פֿון די "רעלסן". דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה, און האָט אים צוגעזאָגט אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון מצרים, אַזוי ווי ער האָט צוגעזאָגט די ייִדישע אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ. משה און זײַן ברודער, אַהרן, זענען עטלעכע מאָל געגאַנגען צו פּרעה, בעטנדיק אַ רשות פֿאַר די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני; בײַם אָנהייב, האָבן זיי נישט געפֿאָדערט צו באַפֿרײַען די ייִדן אינגאַנצן. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר פֿאַרענדיקט דעם חומש "בראשית", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם לעבן פֿון די ייִדישע אָבֿות און אמהות. פֿון הײַנט אָן הייבן מיר אָן צו לייענען דעם חומש "שמות", וועלכער הייבט זיך שוין אָן מיט אַ שפּעטערדיקן פּעריאָד. בײַם אָנהייב, האָט יעקבֿס משפּחה געלעבט אין מצרים גאַנץ רויִק, און האָט זיך היפּש פֿאַרמערט, און געוואָרן אַ גאַנץ פֿאָלק. ווען יוסף מיט זײַן גאַנצן דור זענען ניפֿטר געוואָרן, האָט דער נײַער מיצרישער קיניג אָנגעהויבן פֿאַרשקלאַפֿן און רודפֿן די ייִדן. אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי סדרות, וואָס זייערע נעמען זענען פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי-שׂרה" און "ויחי". די פּרשה "חיי-שׂרה" הייבט זיך אָן מיט שׂרהס טויט — פּונקט להיפּוך צו איר נאָמען. שׂרה איז געווען די מאַמע פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק — בגשמיות און ברוחניות. ווען מע זאָגט אַ "מי שברך" פֿאַר אַ גר — אַ תּפֿילה פֿאַר אַ קראַנקן, אין וועלכער מע דערמאָנט דער מאַמעס נאָמען — רופֿט מען אים אָן "פּלוני בן שׂרה", ווײַל ווען עמעצער ווערט אַ ייִד, ווערט ער אויך פֿאַררעכנט פֿאַר שׂרהס אייניקל. יוסף איז פֿאַרקויפֿט געוואָרן ווי אַ שקלאַף, כּדי צו ראַטעווען זײַן משפּחה פֿון הונגער; זײַן נע־ונדעווען און אומגעוויינטלעכע מעשׂיות מיט חלומות זענען געווען דער יסוד פֿון יעקבֿס מיושבֿדיק לעבן אין מצרים. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז דאָס דאָזיקע שטילע לעבן גופֿא געוואָרן דער אָנהייב פֿונעם ביטערן מיצרישן גלות. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט מיט אַ וואָך צוריק, טראָגט די פֿאָריקע פּרשה דעם נאָמען "וישבֿ", "און ער האָט זיך באַזעצט", הגם דאָרטן גייט אַ רייד נישט וועגן יוספֿס סכּנותדיקע פּאַסירונגען ווי אַ מיצרישער שקלאַף און וועגן יעקבֿס עגמת־נפֿש צוליב דעם פֿאַרלוסט פֿון זײַן זון. פֿונדעסטוועגן, האָבן די דאָזיקע אומרויִקע געשעענישן געבראַכט, בײַם סוף, רו און כּבֿוד צו יעקבֿס משפּחה. ווען יוסף וואָלט נישט פֿאַרקויפֿט געוואָרן קיין מצרים, וואָלט זײַן משפּחה געליטן פֿון הונגער אין ארץ־כּנען. "וישבֿ יעקבֿ בארץ מגורי אָבֿיו" — און יעקבֿ האָט זיך באַזעצט אינעם לאַנד פֿון זײַן טאַטן. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאַרגאַנגענע וואָך, זענען די לעצטע צוויי פּרשיות געווען דורכגענומען מיט אומעט און אומזיכערקייט, און זייערע נעמען גופֿא — "ויצא" און "וישלח" — זענען פֿאַרבונדן מיט יעקבֿס לאַנגער אַרבעט בײַ זײַן פֿעטער לבֿן און מיט זײַן סכּנותדיקער באַגעגעניש מיט עשׂו און עשׂוס מלאך. אַחוץ דעם, ווערט אין דער פֿריִערדיקער פּרשה דערציילט די סתּירותדיקע מעשׂה וועגן שמעונס און לויס נקמה פֿאַר זייער שוועסטער, דינה, ווי אויך וועגן דעם טויט פֿון יעקבֿס באַליבט ווײַב, רחל. |