- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די חז״ל זאָגן, אַז תּורה האָט 70 "פּנימער" — פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון באַדײַט. על־פּי־חסידות, ווערט יעדעס "פּנים" צעטיילט אויף אומצאָליקע פּערזענלעכע מדרגות פֿון השׂגה. אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן מיר כּסדר געשטרעבט אָפּצולערנען אַ סאָציאַלן לימוד פֿון די פּרשיות. הײַיאָר וועלן מיר זיך מער פֿאָקוסירן אויף די פּסיכאָלאָגישע "פּנימער" פֿון דער תּורה — אין באַהעפֿט מיט די סאָציאַלע ענינים. די חסידישע רביים דערקלערן, אַז אַלע מעשׂיות אינעם גאַנצן תּנ״ך בלײַבן אייביק אַקטועל, ווײַל זיי זענען מרמז אויף די אינערלעכע פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר אין דער מענטשלעכער נשמה. אַפֿילו אַזעלכע נעגאַטיווע געשעענישן, ווי מלחמות און קאַטאַסטראָפֿעס, שפּילן זיך אויס אין די קריטישע מאָמענטן פֿון אונדזער לעבן. מיר מוזן פֿירן אַ געראַנגל מיט דער יצר־הרע, וואָס ציט דעם מענטשן צו פֿירן זיך עגאָיִסטיש און צו פֿאַרנעמען זיך מיט נאַרישע זאַכן אַנשטאָט צו שטרעבן צו אַנטפּלעקן דעם ג־טלעכן שורש פֿונעם מענטש, פֿון דער מענטשהייט, און פֿון דער גאַנצער וועלט. דער גרויסער מקובל רבי יהודה־לייב אַשלג דערקלערט אין זײַנע ספֿרים, אַז עגאָיִזם איז די עיקר־פּראָבלעם אין אונדזער לעבן. די פֿאָריקע צוויי וואָכן האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסצורייניקן די נשמה בעת דער יום־כּיפּורדיקער דערהויבענער עבֿודת־התּשובֿה און אַראָפּצוברענגען דעם דבֿקות־מצבֿ אינעם טאָגטעגלעכן לעבן בעת די סוכּות־טעג, ווען אונדזערע געוויינטלעכע מעשׂים בעת דעם זיצן אין דער סוכּה ווערן פֿאַרוואַנדלט אין מיצוות. זיצנדיק אונטער דעם סכך, אַרומגערינגלט מיט די סוכּה־ווענט, פֿילן מיר די נאָענטקייט פֿונעם ג־טלעכן ליכט, וואָס שײַנט אויף אונדז פֿון אַלע זײַטן. דער פֿאַרגאַנגענער יום־טובֿ הייסט "סוכּות", אין מערצאָל, ווײַל ער סימבאָליזירט אונדזער שטרעבן גובֿר צו זײַן פֿאַרשיידענע באַריערן און אַרויפֿצוקוקן אויפֿן "הימל" — אינעם ג־טלעכן עצם פֿון דער וועלט און דער מענטשלעכער נשמה. די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר באַטראַכט די גײַסטיקע דערפֿאַרונג, וואָס העלפֿט אויסרייניקן די נשמה פֿון אַלע פֿלעקן און אַרויפֿברענגען זי צו איר ג־טלעכן שורש, צוליב דער באַזונדערער אַטמאָספֿער פֿונעם הייליקן יום־הדין, יום־כּיפּור. דער ענין פֿון יום־כּיפּור ווערט אויסגעדריקט אין די ווערטער פֿונעם חומש "ויקרא", וועלכע זענען אַ טייל פֿון די יום־כּיפּורדיקע תּפֿילות: "לפֿני ה׳ תּטהרו" — איר ווערט אויסגערייניקט ווערן פֿאַרן אייבערשטן. די חסידישע צדיקים דערקלערן דעם דאָזיקן פּסוק אויף אַ מער עזאָטערישן אופֿן; כּדי אָפּצוּווישן די אייגענע גײַסטיקע פֿלעקן, דאַרף דער מענטש דערגרייכן אַ מדרגה פֿון דבֿקות און דערזען, אַז ער איז, אין דער אמתן, תּמיד פֿאַראייניקט מיטן באַשעפֿער; אַז דער באַשעפֿער לעבט אין אונדזער מוח און האַרץ, אַז ער איז דאָס טיפֿע אינערלעכע עצם פֿון דער מענטשלעכער נשמה און פֿון דער גאָרער וועלט, און אַז אַלע באַריערן צווישן אונדז און דעם רבונו־של־עולם זענען בלויז אַן אילוזיע. יום־כּיפּור דערפֿילט מען די עצמדיקע אייניקייט פֿונעם מענטש און ג־ט באַזונדערס שטאַרק. פֿון איין זײַט, קומען יום־כּיפּור אַלע מינים ייִדן אין שיל אַרײַן, אַפֿילו די סאַמע אַסימילירטע, ווײַל דער הייליקער טאָג דערוועקט אין זיי זייער אייגענעם "פֿינקל פֿון ג־טלעכקייט". פֿון דער צווייטער זײַט, קומט דער דאָזיקער כּוח פֿון די מענטשן אַליין, לויט דעם תּלמודישן פּרינציפּ "ברובֿ העם הדרת מלך" — דער מלך (ג־ט) אַנטפּלעקט זיך אין אַ גרויסן עולם. צוליב דעם, וואָס אַלע ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין שיל יום־כּיפּור, שאַפֿן זיי אַליין אַן אַטמאָספֿער, וואָס איז מסוגל פֿאַר ג־טלעכער אַנטפּלעקונג. לויט דעם קאָמאַרנער חסידות, וואָס שטעלט דעם אַקצענט אויף דער אינערלעכער וועלט פֿונעם מענטש, קאָן מען, אין פּרינציפּ, דערגרייכן דעם זעלבן גײַסטיקן מצבֿ ווי בעת יום־כּיפּור, יעדן טאָג פֿונעם יאָר; אויב מע דערמאָנט זיך אינעם הייליקן יום־הדין און מע ברענגט די גאַנצע נשמה אַרײַן אינעם זעלבן מצבֿ, ווי בעת דער יום־כּיפּורדיקער עבֿודת־התּשובֿה. די רוחניותדיקע וועלט פֿאָלגט נישט דעם גאַנג פֿון דער גשמיותדיקער צײַט. שבת, יום־כּיפּור און אַנדערע יום־טובֿים זענען תּמיד בנימצא אין די גײַסטיקע וועלטן; די קאָנקרעטע הייליקע טעג מיט זייערע ספּעציפֿישע מיצוות דינען ווי אַ מין "אַנקער", וואָס אַנטפּלעקט אַ געוויסע מדרגה פֿון רוחניות אין דער נמשה. דאָס מיינט נישט אָבער, חלילה, אַז יום־כּיפּור, ווי אַ קאָנקרעטער ייִדישער יום־טובֿ, האָט בלויז אַ רעלאַטיווע ווערט. כּדי צו דערגרייכן די זעלבע מדרגה אין אַן אַנדער צײַט, מוז מען קודם דערשפּירן דעם טעם פֿון די ימים־נוראָים, אינעם פּשוטן זין פֿונעם וואָרט. צווייטנס, קאָנען בלויז אַ קליינע צאָל יחידים נאָכמאַכן די יום־כּיפּורדיקע גײַסטיקע אַטמאָספֿער אין זייער מוח און האַרצן; אַזעלכע מענטשן זענען, מסתּמא, שוין גרויסע צדיקים און טוען תּשובֿה ווי געהעריק במשך פֿון די ימים־נוראָים און עשׂרת־ימי־תּשובֿה. דערפֿאַר, בלײַבט דער דערמאָנטער ענין פֿונעם "פּערזענלעכן יום־כּיפּור", דער עיקר, בלויז אַ טעאָרעטישער געדאַנק — לכל־הפּחות, פֿאַר ס׳רובֿ מענטשן. ס׳איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנטער שטריך אינעם קלאַסישן לשון־קודש: אַ סך אויסדרוקן האָבן אַ בפֿירוש אַנטראָפּאָמאָרפֿישן טעם. פֿאַרשיידענע דערשײַנונגען פֿון דער נאַטור, אַבסטראַקטע באַגריפֿן, די באַציִונגען צווישן די באַשעפֿענישן און דעם באַשעפֿער קלינגען אין דער תּנ״כישער שפּראַך און בײַ די חז״ל ווי עס וואָלט געגאַנגען אַ רייד וועגן אַ מענטש. ג־טלעכקייט ווערט כּסדר באַשריבן אין דער תּורה מיט אַזעלכע אַנטראָפּאָמאָרפֿישע טערמינען, ווי "אצבע־אלוקים" אָדער "עיני ה׳" — "אַ פֿינגער פֿון ג-ט" אָדער "דעם אייבערשטנס אויגן". די תּרגומים, וועלכע זענען נישט בלויז אַראַמישע איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך, נאָר אויך אוראַלטע פּירושים, טײַטשן אַזעלכע אויסדרוקן כּסדר ווי מעטאַפֿאָרן. די הײַנטיקע וואָך לייענען מיר אַ טאָפּלטע סדרה, וואָס באַשטייט פֿון צוויי פּרשיות: "נצבֿים" און "וילך" ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט פֿריִער, ווערן אינעם חומש "שמות" — וואָס מיינט "נעמען" — כּסדר באַטראַכט פֿאַרשיידענע געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס. די עיקר־מאָטיוון פֿון יענעם טייל פֿון דער תּורה זענען יציאת־מצרים און די אַרבעט איבערן מישכּן, וואָס באַווײַזט, אַז אַחדות צווישן מענטשן לשם־שמים אַנטפּלעקט ג־טלעכקייט אינעם עולם־הזה. בײַם סאַמע אָנהייב פֿון "שמות" ווערן איבערגעציילט יעקבֿ אָבֿינוס אייניקלעך, וועלכע האָבן זיך אַריבערגעקליבן קיין מצרים, כּדי זיך צו ראַטעווען פֿון הונגער. אין דער זעלבער סדרה ווערן אויך באַטראַכט פֿאַרשיידענע נעמען פֿונעם באַשעפֿער, וועלכער אַנטפּלעקט זיך צו יעדן יחיד לויט זײַן פּערזענלעכן כאַראַקטער און גײַסטיקער מדרגה. אַלע מיצוות אין דער תּורה בלײַבן שטענדיק אַקטועל. למשל, קאָן מען אָפּהיטן אַלע ענינים פֿון קרבנות ברוחניות, דורך תּפֿילות, לימוד־התּורה און מסירת־נפֿש. ווי עס דערקלערט דער רמב״ם און די מפֿרשים פֿון זײַן ספֿר "מורה נבֿוכים", הייסט אונדז די תּורה מקריבֿ צו זײַן די בהמות אינעם בית־המיקדש, ווײַל אין די אוראַלטע צײַטן, ווען משה רבינו האָט מקבל געווען די תּורה אויפֿן באַרג־סיני, האָבן די ייִדן געלעבט צווישן די פֿעקלער, וועלכע האָבן געהאַלטן די קרבנות פֿאַר אַ וויכטיקן טייל פֿון זייער רעליגיע. אָן אַזאַ מין עבֿודה, וואָלט ייִדישקייט אויסגעזען פֿאַר אַן אוראַלטן ייִד צו אַבסטראַקט און אומפֿאַרשטענדלעך. הגם מיר בעטן דעם אייבערשטען צו באַנײַען דעם בית־המיקדש, האַלטן אַ צאָל באַקאַנטע רבנים, אַז מע וועט נישט מקריבֿ זײַן מער קיין בעלי־חיים. ווי עס שטייט אין אַ מדרש, וועלן אַלע קרבנות בטל ווערן אין דער צוקונפֿט, אַחוץ דעם קרבן־תּורה, וועלכער קאָן זיך באַגיין אָן פֿלייש. פֿונדעסטוועגן, בעטן מיר כּסדר דעם באַשעפֿער אויפֿצושטעלן דעם נײַעם בית־המיקדש, וווּ מיר וועלן קאָנען מקריבֿ זײַן פֿליישיקע קרבנות, וועלכע ווערן כּסדר דערמאָנט אין די תּפֿילות — במשך בײַם שבתדיקן און יום־טובֿדיקן מוסף. ווי געזאָגט, קאָן מען אָפּטײַטשן די דאָזיקע תּפֿילות אויף אַן אַלעגאָרישן אופֿן, ווי עס טוען די הײַנטיקע פֿרומע ייִדישע וועגעטאַריאַנער. וועגעטאַריאַניזם קלינגט אָבער ווי אַ גרויסער חידוש פֿאַר אַ סך ייִדן, וועלכע זענען צוגעוווינט צו עסן פֿליישיקע מאכלים לכּבֿוד יעדן שבת און יום־טובֿ, און האַלטן עס פֿאַר אַ מיצווה. "שופֿטים ושוטרים תּתּן לך בכל שעריך" — דו זאָלסט אײַנשטעלן שופֿטים און פּאָליציאַנטן אין יעדן פֿון דײַנע טויערן, וועלכע דער אייבערשטער וועט דיר געבן פֿאַר דײַנע שבֿטים, און זיי זאָלן מישפּטן יושרדיק דאָס פֿאָלק; אַזוי האָט משה רבינו איבערגעגעבן די ייִדן אַ מיצווה, וואָס ער האָט באַקומען פֿונעם באַשעפֿער. ווײַטער ווערן אין דער הײַנטיקער פּרשה באַהאַנדלט אַ צאָל מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן מישפּט; דערנאָך זאָגט אונדז די תּורה אָן, ווי אַזוי עס מוז זיך פֿירן אַ ייִדישער מלך, און ווי אַזוי מע זאָל זיך נוהג זײַן בײַם האַלטן אַ מלחמה. אין די הײַנטיקע צײַטן האָבן די דיינים נישט קיין עכטן צוואַנג־כּוח. אין פֿאַרגלײַך מיט די אוראַלטע צײַטן, ווען דער בית-המיקדש איז געשטאַנען, זענען די הײַנטיקע רבנים, בדך־כּלל, בלויז עצה־געבער, וועלכע פּסקענען שאלות, אָבער האָבן נישט קיין רעכט צו צווינגען די אַנדערע פֿאָלגן זייערע פּסקים און תּקנות. אַפֿילו אין די שטרענגסטע קהילות ווערט די רבנישע מאַכט נישט זעלטן קריטיקירט. ס׳איז קלאָר, אַז די אַמאָליקע היעראַרכיע פֿון "שופֿטים ושוטרים" איז אָפּגעשוואַכט געוואָרן. איז אַזאַ מצבֿ אַ מעלה, צי אַ חסרון? צווישן די ברכות אין "שמונה־עשׂרה" איז פֿאַראַן די בקשה "השיבֿה שופֿטינו כּבֿראשונה ויועצינו כּבֿתּחילה" — מיר בעטן דעם באַשעפֿער צו ברענגען צוריק אונדזערע שופֿטים און בעלי־עצה. דער טעקסט פֿון די ייִדישע תּפֿילות, געשאַפֿן דורך די חז״ל און אויסגעשליפֿן דורך אונדזערע גרעסטע חכמים במשך פֿון צענדליקער דורות, איז זייער גענוי, הגם נישט יעדעס וואָרט אין די תּפֿילות מוז מען אָפּטײַטשן בוכשטעבלעך. ס׳איז קלאָר, אַז די דאָזיקע ברכה איז פֿאַרבונדן מיטן אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה. ס׳איז מערקווירדיק, אַז אַנשטאָט די שוטרים, ווערן אין דער תּפֿילה דערמאָנט בלויז די עצה־געבער. די פֿריִערדיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיטן פּסוק "והיה עקבֿ תּשמעון" — אויב איר הערט זיך צו דעם אייבערשטנס מיצוות, וועט דער אייבערשטער אָפּהיטן דעם בונד, וועלכן ער האָט געשלאָסן מיט אײַערע אָבֿות. ווי מיר האָבן באַהאַנדלט די פֿאָריקע וואָך, איז דער נאָמען פֿון דער פֿריִערדיקער סדרה — עקבֿ — מרמז אויף דער הײַנטיקער תּקופֿה פֿון "עקבֿתא דמשיחא". אין געוויסע אַספּעקטן, איז די וועלט שוין נאָענט צו דער גאולה. אין דער פּרשת "בראשית" שטייט געשריבן, אַז צוליב דעם חטא פֿון אָדם־הראשון מוז דער מענטש אַרבעטן שווער, "אינעם שווייס פֿון זײַן פּנים", און די פֿרויען מוזן האָבן קינדער אין ווייניק. די מאָדערנע טעכנאָלאָגיעס און וויסנשאַפֿטלעכע אַנטדעקונגען דערמעגלעכן אויסצומײַדן די דאָזיקע קללות אין אַ סך פֿאַלן. די פּראָגרעסיווע סאָציאַלע אידעאַלן ווײַזן אָן, ווי אַזוי מע קאָן צונויפֿבינדן די קוואַלן פֿון גשמיותדיקער חכמה מיט דער מיצווה פֿון אַהבֿת־הבריות, און צו שאַפֿן אַ ברידערלעכע, יושרדיקע געזעלשאַפֿט. אינעם ספֿר־הזוהר איז פֿאָרויסגעזאָגט געוואָרן, אַז אינעם פּעריאָד פֿון "עקבֿתא דמשיחא" וועלן זיך אין דער וועלט אַנטפּלעקן די קוואַלן פֿון גשמיותדיקער און גײַסטיקער חכמה. פֿונדעסטוועגן, זענען מיר נאָך אַלץ גאָר ווײַט פֿון דער גאולה. אַדרבה, די זעלבע פּראָגרעסיווע טעכנאָלאָגיעס און אידעען, וועלכע וואָלטן געקאָנט פֿאַרבעסערן דאָס מענטשלעכע לעבן, קאָנען פֿאַרקריפּלט ווערן און האָבן שוין נישט איינמאָל געדינט, און דינען נאָך אַלץ, פֿאַר די סאַמע רוצחישע, דעסטרוקטיווע און טאָטאַליטאַרע צוועקן. אַ סך מענטשן אין דער וועלט זענען נאָך אַלץ פֿאַרשקלאַפֿט און אַרבעטן געפֿערלעך שווער, ממש "אינעם שווייס פֿון זייערע פּנימער". ווי מיר האָבן שוין אַ סך מאָל באַהאַנדלט, זענען די נעמען פֿון די פּרשיות טיף פֿאַרבונדן מיט זייער אינהאַלט. מע קאָן זאָגן, אַז די הײַנטיקע סדרה טראָגט דעם סאַמע אַבסטראַקטן נאָמען אין דער גאַנצער תּורה. דאָס וואָרט "עקבֿ" איז נישט אַ סובסטאַנטיוו אָדער אַ ווערב, נאָר אַ בינדוואָרט, וואָס מיינט "ווײַל" אָדער "ווי אַ רעזולטאַט פֿון". ווי אַ המשך פֿון די צוויי פֿריִערדיקע פּרשיות אינעם חומש "דבֿרים", האָט משה רבינו ווײַטער געפֿירט זײַנע מוסר־דרשות און גערופֿן די ייִדן צו היטן די מיצוות און נישט צו טאָן קיין עבֿירות. ער האָט דערמאָנט דעם חטא פֿונעם גאָלדענעם קאַלב, דאָס מחלוקת פֿון קורח און אַנדערע אומגליקלעכע אינצידענטן. מיט צוויי וואָכן צוריק, האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים". פֿון איין זײַט, איז ער פֿאַרבונדן מיט אַ נעגאַטיוון ענין — משה רבינוס טויט. פֿון דער צווייטער זײַט, ווײַזט דער דאָזיקער טייל פֿונעם חומש אָן, אַז אַ מענטש איז בכּוח צו דערגרייכן די גרויסע מדרגה פֿון דבֿקות מיט דעם אייבערשטן; צוליב דעם, זענען משהס אייגענע תּפֿילות און דרשות געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער תּורה־מן־השמים. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר באַטראַכט דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו פֿונעם גאַנצן חומש "דבֿרים" און פֿאַרגליכן דעם סדר פֿון די חמישה-חומשי-תּורה מיט די פֿינף וועלטן, אין וועלכע עס האָט געלעבט דוד־המלך — פֿון זײַענדיק אין זײַן מאַמעס בויך ביז דעם טאָג פֿון זײַן טויט. אינעם חומש "ויקראָ" ווערט כּסדר באַטראַכט די קאָמפּליצירטע דיאַלעקטיק פֿון באַציִונגען צווישן דעם מענטשלעכן און ג־טלעכן ווילן. ווי עס ווערט דערקלערט אין די ספֿרי־חסידות, איז דער אייבערשטער דאָס עצם פֿון אַלע זאַכן אין דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די מענטשלעכע נשמה. דער צוועק פֿון עבֿודת־השם איז דאָס דבֿקות פֿונעם מענטש מיט זײַן אייגענעם ג־טלעכן נשמה־עצם. מע טאָר אָבער נישט שטרעבן צו דערגרייכן אַזאַ דבֿקות צוליב אַן עגאָיִסטישן מאָטיוו; דערפֿאַר איז גרינגער זיך פֿאָרצושטעלן, אַז מע דינט דעם רבונו־של־עולם ווי אַ געטרײַער קנעכט — הגם, אין דער אמתן, איז דער באַשעפֿער קיינמאָל נישט אָפּגעטיילט פֿון אונדז, און אונדזער עבֿודה לשם־שמים העלפֿט אונדז מבֿטל צו זײַן די באַריערן פֿון אונדזער גאווהדיקן "עגאָ", וועלכער שאַפֿט די אילוזיע, צוליב וועלכער אונדז דאַכט זיך, אַז מיר זענען ווײַט פֿונעם אייבערשטן. אין אַנדערע ווערטער, מיר מוזן זיך אָפּזאָגן פֿון אונדזער אייגענעם "עגאָ" לטובֿת דעם באַשעפֿער, כּדי משׂיג צו זײַן, אַז מיר אַליין זענען אויך אַ מאַניפֿעסטאַציע פֿונעם ג־טלעכן אין־סוף. |