- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם חומש "שמות", וווּ עס ווערט דערציילט וועגן יציאת־מצרים. אין דער סאַמע ערשטער פּרשה אין דער תּורה, גייט אַ רייד וועגן דער וועלט־באַשאַפֿונג; דער חומש "שמות" הייבט זיך אָן מיטן "סאָציאַלן בראשית" פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס האָט זיך פֿאָרמירט אין מצרים, במשך פֿון אַ קורצן פּעריאָד פֿון רויִקייט, נאָך וועלכער ס׳איז געקומען אַ ביטערע פֿאַרשקלאַפֿונג. די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם צווייטן חלק פֿון די חמישה־חומשי־תּורה — "שמות". דער ערשטער חלק, וואָס מיר האָבן ערשט פֿאַרענדיקט, "בראשית", פֿאַנגט זיך אָן מיט דער דערציילונג וועגן דעם וועלט־באַשאַף. די קולמינאַציע פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית איז געווען דער מענטש, אָדם־הראשון, וועלכער האָט, אָבער, געזינדיקט באַלד נאָך זײַן באַשאַפֿן ווערן, און דערפֿאַר איז ער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון גן־עדן אין דער שווערער גראָב־גשמיותדיקער וועלט. אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי סדרות, וואָס זייערע נעמען האָבן צו טאָן מיט לעבן: "חיי שׂרה" און "ויחי". אין די פֿאָריקע צוויי פּרשיות האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען וועגן יוספֿס פֿאַרקויפֿט ווערן קיין מצרים און וועגן זײַן נבֿיאישן כּוח פּותר צו זײַן חלומות, צוליב וועלכן ער האָט עולה־לגדולה געווען, און האָט זיך פּלוצעם אויפֿגעהויבן פֿונעם סכּנותדיקן מצבֿ פֿון אַ שקלאַף און אַן אַרעסטאַנט ביז דער גאָר־הויכער מדרגה פֿון שני־למלך, דער צווייט־וויכטיקסטער מענטש אין מצרים — פֿאַקטיש, דער הערשער איבערן גאַנצן לאַנד. אין דער פֿריִערדיקער סדרה ווערט דערציילט, ווי יוסף האָט געגעבן פּרעהן אַן עצה, ווי אַזוי צו ראַטעווען מצרים פֿון אַ זיבן־יעריקן הונגער; מע האָט געזאַמלט די תּבֿואה פֿון פֿריִער, במשך פֿון די זיבן געראָטענע יאָרן. דער הונגער איז אויסגעבראָכן אינעם גאַנצן ראַיאָן, אַרײַנגערעכנט ארץ-כּנען. יעקבֿ האָט געשיקט אַלע זײַנע זין, אַחוץ דעם ייִנגסטן — בנימינען — קיין מצרים, כּדי אײַנצוקויפֿן דאָרטן תּבֿואה. יוסף, וואָס די ברידער האָבן אים נישט דערקענט, ווײַל ער האָט זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרעמדן באַאַמטן, האָט באַשולדיקט זיי אין שפּיאָנאַזש און האָט פֿאַרהאַלטן שמעונען, פֿאָדערנדיק צו ברענגען קיין מצרים אויך יעקבֿס צוועלפֿטן זון, בנימין. אין דער פֿאָריקער פּרשה האָבן מיר געלייענט וועגן דעם סיכסוך צווישן יוספֿן און זײַנע ברידער, וועלכע האָבן אים געוואָלט, צו ערשט, דערהרגענען, אָבער באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן אים ווי אַ שקלאַף קיין מצרים. אין די פֿאָריקע פּרשיות גייט אַ רייד וועגן דעם, ווי אַזוי יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך, צו ערשט, שטאַרק צעקריגט מיט זײַן ברודער עשׂו, אָבער שפּעטער האָט ער זיך מיט אים איבערגעבעטן. מיט צוויי וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "תּולדות", האָבן מיר אָנגעהויבן באַהאַנדלען די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן יצחק אָבֿינוס צוויי זין: יעקבֿ און עשׂו. ווען זייער טאַטע, וועלכער איז אויף דער עלטער בלינד געוואָרן, האָט געוואָלט בענטשן עשׂון מיט אַ ספּעציעלער ברכה, האָט יעקבֿ זיך אָנגעטאָן אין עשׂוס בגדים, כּדי זײַן טאַטע, ווען ער טאַפּט אים אָן, זאָל מיינען, אַז ער בענטשט עשׂון, ווי זײַן ערשט־געבוירענעם זון. פֿריִער, האָט יעקבֿ אָפּגעקויפֿט בײַ זײַן ברודער די בכורה. צוליב דעם מחלוקת, האָט יעקבֿ געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים. אין דער פֿאָריקער פּרשה — "תּולדות" — איז געגאַנגען אַ רייד וועגן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן זין פֿון יצחק אָבֿינו: יעקבֿ און עשׂו. הגם זיי זענען געווען צווילינג־ברידער, האָבן זיי אָנגעהויבן קריגן זיך נאָך אין זייער מאַמעס בויך; צוליב דעם, וואָס יעקבֿ האָט אָפּגעקויפֿט עשׂוס בכורה און באַקומען אַ ספּעציעלע ברכה, מיט וועלכער זײַן טאַטע האָט געוואָלט בענטשן עשׂון, איז דאָס מחלוקת פֿאַרגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז יעקבֿ האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער, לבֿן. אונדזער הײַנטיקע פּרשה הייסט "תּולדות" — די נאָכקומענדיקע דורות — און דערציילט וועגן יצחקס און רבֿקהס צוויי צווילינג־זין: יעקבֿ און עשׂו. נאָך אין זייער מאַמעס בויך האָבן די צוויי ברידער זיך שוין אָנגעהויבן קריגן צווישן זיך. בעת זײַן געבורט, האָט יעקבֿ זיך אָנגעכאַפּט אין עשׂוס פּיאַטע, פּרוּוונדיק זיך צו פֿאַרמעסטן און צו ווערן דער ערשט־געבוירענער זון. דערפֿאַר האָבן די עלטערן אים אָנגערופֿן יעקבֿ — פֿונעם וואָרט "עקבֿ" — פּיאַטע. הגם עשׂו איז געבוירן געוואָרן פֿריִער און איז געווען, בגשמיות, רבֿקהס בכור, האָט יעקבֿ שפּעטער אָפּגעקויפֿט די בכורה בײַ זײַן ברודער פֿאַר אַ טעלער זופּ. הגם די הײַנטיקע פּרשה הייסט "חיי־שׂרה" — "שׂרהס לעבן" — ווערט דאָס לעבן פֿון שׂרה אמנו, דער עיקר, באַשריבן פֿריִער אין דער תּורה. בײַם אָנהייב פֿון דער איצטיקער סדרה, גיט אונדז די תּורה צו וויסן, אַז שׂרה איז געשטאָרבן בײַ 127 יאָר. ווײַטער ווערט דערציילט, ווי אַזוי אַבֿרהם אָבֿינו האָט געקויפֿט אַ שטח לאַנד אין חבֿרון, כּדי צו באַערדיקן זײַן ווײַב אין דער באַרימטער מערת־המכפּלה. דערנאָך קומט אַ דערציילונג וועגן דעם, ווי אַזוי אַבֿרהם האָט געזוכט אַ געהעריקן שידוך פֿאַר זײַן זון, יצחק. אַבֿרהמס באַדינער, אליעזר, איז געגאַנגען קיין אַרם־נהרים — די געגנט, וווּ עס האָבן געוווינט אַבֿרהמס קרובֿים. אליעזר האָט געבעטן דעם אייבערשטן צו ווײַזן אים אַ סימן: אויב אַן אָרטיק מיידל, ווען ער בעט בײַ איר וואַסער צו טרינקען בײַם ברונעם, וועט אויך פֿאָרלייגן צו געבן וואַסער פֿאַר זײַנע קעמלען — מוז זי זײַן יצחקס ריכטיקע באַשערטע. באַלד נאָך אליעזרס בקשה, איז צום ברונעם געקומען רבֿקה — די טאָכטער פֿון בתואל, אַבֿרהמס פּלימעניק — און האָט פֿאָרגעלייגט וואַסער אליעזרן און זײַנע קעמלען. אויפֿן וועג צו אַבֿרהמען, האָט רבֿקה געטראָפֿן יצחקן, וועלכער האָט דעמאָלט געדאַוונט אין אַ פֿעלד; זיי האָבן געפֿעלן איינע דעם צווייטן און באַשלאָסן חתונה צו האָבן. בײַם סוף פֿון דער פֿאָריקער פּרשה האָט דער אייבערשטער געהייסן אַבֿרהם אָבֿינו צו מאַכן זיך אַ ברית־מילה און צו מלן זײַן זון, ישמעאל. די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט אַ דערציילונג וועגן די דרײַ מלאָכים, וועלכע האָבן זיך געוויזן צו אַבֿרהמען אין אַ מענטשלעכער געשטאַלט. דאָס איז געשען אויפֿן דריטן טאָג נאָך אַבֿרהם אָבֿינוס ברית-מילה. די מלאָכים האָבן צוגעזאָגט אַבֿרהמען, אַז אין אַ יאָר אַרום וועט ער האָבן אַ זון. דערנאָך האָבן די מלאָכים איבערגעגעבן, אַז זיי גייען צו צעשטערן די שטעט סדום און עמורה, ווײַל די דאָרטיקע אײַנוווינער זענען אײַנגעזונקען געוואָרן אין רישעות. אַבֿרהם אָבֿינו האָט אויסגעבעטן בײַם אייבערשטן, אַז די שטעט וועלן נישט צעשטערט ווערן, אויב דאָרטן לעבן, לכל-הפּחות, צען צדיקים. למעשׂה, האָט זיך אין סדום אָפּגעפֿונען בלויז איין צדיק — אַבֿרהמס פּלימעניק, לוט. די מלאָכים האָבן געראַטעוועט לוטן, צוזאַמען מיט זײַן ווײַב און צוויי טעכטער. הגם די מלאָכים האָבן געוואָרנט נישט צו קוקן צוריק אויף דער ברענענדיקער שטאָט, האָט לוטס ווײַב זיך אַרומגעקוקט און איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שטיק זאַלץ. פֿון דער הײַנטיקער פּרשה הייבט די תּורה אָן זיך צו פֿאָקוסירן אויפֿן ייִדישן פֿאָלק. בלויז די ערשטע צוויי סדרות — "בראשית" און "נח" — זענען געווידמעט דער אַלגעמיינער מעשׂה־בראשית און דער אַנטוויקלונג פֿון דער מענטשהייט, מיט אירע מעלות און קאַטאַסטראָפֿישע מפּלות. הײַנט לייענען מיר שוין וועגן דעם ערשטן ייִד אין דער וועלט — אַבֿרהם־אָבֿינו. אין דער אמתן, זענען אַלע מעשׂיות אין דער תּורה אַקטועל פֿאַר אַלע מענטשן. למשל, פֿון די דערציילונגען וועגן די ייִדישע אמהות און אַנדערע פֿרויען, קאָן אַ מאַן אויך אָפּלערנען אַ לימוד פֿאַר זיך, און פֿאַרקערט. אויף אַן ענלעכן אופֿן, הגם די תּורה רעדט כּסדר וועגן ייִדן, האָבן אַלע פּרשיות אויך אַן אַלגעמיין־מענטשלעכע ווערט. ס׳רובֿ סדרות אינעם חומש, אַחוץ די ערשטע צוויי, זענען געווידמעט דעם ייִדישן פֿאָלק, ווײַל דאָס לעבן פֿון אַ יחיד און פֿון אַ קאָנקרעטער מענטשלעכער קהילה איז וויכטיקער, ווי די גלאָבאַלע פֿראַגעס פֿונעם גאַנצן אוניווערס. יעדער יחיד, ווי אַן אוניקאַלע פּערזענלעכקייט, וואָס מאַכט דורך אַן אייגענעם אוניקאַלן וועג אינעם לעבן, איז דער תּכלית פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית. די חז״ל זאָגן, אַז יעדער מענטש מוז גלייבן, אַז די גאַנצע וועלט איז באַשאַפֿן געוואָרן ספּעציעל פֿאַר אים. |