Video Banner
געזעלשאַפֿט

טובֿיה טענענבוים מיט אַ גרופּע פֿוסבאָל־פֿאַנאַטיקער אין דאָרטמונד, דײַטשלאַנד
אין אַ וואָך אַרום וועט אין דײַטשלאַנד אַרויסגעלאָזט ווערן אַ זעלטן בוך: אַ רײַזע־באַריכט פֿון לאַנד, וואָס אַנטפּלעקט, דורך הונדערטער אינטערווויוען אין כּמעט 40 שטעט און שטעטלעך פֿון דײַטשלאַנד, ממש אַן אָבסעסיע אַרום דעם ייִדישן פֿאָלק בײַ די הײַנטיקע דײַטשן, און אָפֿט מאָל אַ באַהאַלטענעם (און אַפֿילו נישט־אַזאַ־באַהאַלטענעם) אַנטיסעמיטיזם.
דער מחבר פֿונעם בוך, Allein Unter Deutschen [אַליין אונטער דײַטשן], איז טובֿיה טענענבוים, אַ תּל־אָבֿיבֿ־געבוירענער קאָלומניסט פֿון דער דײַטשישער צײַטונג "די צײַט" (Di Zeit). די רובריק, וואָס באַהאַנדלט ענינים וועגן ספּאָרט און געזונט, קומט אַרויס צוויי מאָל אַ חודש, און שפּיגלט אָפּ טענענבוימס חוש פֿאַר הומאָר און איראָניע, ווײַל ער אַליין איז אַ דיקלעכער און רייכערט אַ פּעקל פּאַפּיראָסן אַ טאָג.
טענענבוים איז אויך דער גרינדער, רעזשיסאָר און פּראָדוצענט פֿון אַ מאָדערניסטישן ענגליש־שפּראַכיקן ייִדישן טעאַטער, The Jewish Theater of New York. זײַן געטרײַער אַסיסטענט בײַ דער טעאַטער־אַרבעט איז זײַן פֿרוי, מרים.
הגם דאָס געפֿינען אַ פֿאַרלאַג אַרויסצוגעבן דאָס בוך איז דעם מחבר אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם, זעט מען דאָס נישט אָן אויף זײַן פּנים. בעת אַן אינטערוויו מיטן "פֿאָרווערטס" אין זײַן ביוראָ אין מאַנהעטן, האָט ער גאַסטגעבעריש דערלאַנגט טיי, און זיך געוויצלט וועגן זײַן לאַגע, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן.
דער ביוראָ שפּיגלט אָפּ זײַן פֿילפֿאַרביקע געשיכטע: אויף איין וואַנט הענגען די פּלאַקאַטן פֿון זײַנע פֿאָרשטעלונגען, The Last Jew in Europe [דער לעצטער ייִד אין אייראָפּע] און The Last Virgin [די לעצטע בתולה]; און אויף אַ צווייטער וואַנט — צענדליקער רעצענזיע־אויסשניטן פֿון זײַנע ווערק. בײַ דער דריטער וואַנט זעט מען אַ הילצערנעם שראַנק מיט ביכער אויף פֿאַרשידענע טעמעס, אַרײַנגערעכנט עפּעס אין גאַנצן אומגעריכטס: ספֿרים אויף לשון־קודש. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער קאָסמאָפּאָליטישער טענענבוים קומט דווקא פֿון אַ חרדישער משפּחה אין בני־ברק. "׳חזון־אישניקעס׳, חסידים פֿונעם ראַדזינער רבין," האָט ער באַטאָנט.


קולטור
פֿון לייזער בורקאָ (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיסטער ספּאַק, פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם Star Trek,
באַגריסט מענטשן מיטן וווּלקאַנישן סאַלוט
מיט אַ יאָר צוויי צוריק האָב איך זיך עפּעס געגעבן אַזאַ קלאַפּ, אַז די רעכטע האַנט האָט מיר וויי געטאָן אין משך פֿון היפּשע עטלעכע חדשים; צום גליק, ניט כּסדר, נאָר ווען מען האָט מיר די האַנט געגעבן אַ קוועטש. איך האָב געוווּסט, אַז איך דאַרף זיך היטן, אָבער יעדעס מאָל וואָס איך האָב זיך באַקענט מיט עמעצן און יענער האָט מיר געגעבן די האַנט, האָב איך אים אינסטינקטיוו, ניט־טראַכטנדיק, אויך דערלאַנגט מײַן האַנט. כ׳האָב זיך געכאַפּט ערשט, נאָך מײַן געשריי פֿון ווייטיק, וואָס האָט מיך אַליין און דעם נײַעם באַקאַנטן אַ ביסל שאָקירט.
כאָטש מע טראַכט ניט וועגן דער דאָזיקער פּשוטער האַנט־באַוועגונג, ליגט אין איר אַ וועלט מיט קולטורעלע און סאָציאַלע ניואַנסן. בײַ געוויסע פֿעלקער, למשל, בײַ אונדז אַמעריקאַנער, ווײַזט מען אַרויס די אייגענע אַנטשלאָסנקייט און פֿאַרלאָזלעכקייט דורכן דריקן די האַנט שטאַרק — אַ סימן פֿון מענערישקייט, וואָס איז (ניט צופֿעליק) מער פֿאַרשפּרייט צווישן מענער ווי פֿרויען. אָבער בײַ די מוסולמענער און אין ווײַטן מיזרח פּאַסט ניט צו דריקן די האַנט מיט כּוח, עס מאַכט מער אַ גראָביונגישן אײַנדרוק. די כּללים, ווי אַזוי מע דריקט די האַנט, וועמען יאָ און וועמען ניט, צי נאָר מענער, צי פֿרויען אויך — וועגן דער דאָזיקער חכמת־היד קען מען אָנשרײַבן אַ גאַנצן דאָקטאָראַט.
דער ישׂראלדיקער פֿאָרשער איתּן בלום האָט עס טאַקע געטאָן. בײַ ייִדן אין ישׂראל דערקענט בלום צוויי מיני האַנטדרוקן: דער טראַדיציאָנעלער "האַנט-ריר" צווישן די פֿרומע און די ספֿרדים, און דעם "נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק" צווישן די וועלטלעכע "חילונים". דער ציוניזם האָט אײַנגעפֿירט דעם "נײַעם העברעיִשן האַנטדרוק", כּדי אַרויסצוּווײַזן דעם פֿיזישן כּוח פֿונעם "נײַעם ייִד", דעם "העברעער" (עבֿרי), וואָס באַאַרבעט די ערד און האָט ניט מורא פֿאַר געווער. ניט נאָר דריקט דער חילוני גאָר פֿעסט די האַנט, ער גיט אויך אַ שטאַרקן פּאַטש אויפֿן אַקסל מיט דער צווייטער האַנט, וואָס דאָס הייסט אויפֿן הײַנטיקן העברעיִש "צ׳פּחה" (טשאַפּכאַ — פֿון איראַקער אַראַביש). מיט דער דאָזיקער "צ׳פּחה" באַגריסט אַ קאָמאַנדיר אַ נײַעם רעקרוט אויף דער סיום־צערעמאָניע נאָך דער טרענירונג, ווען ער ווערט אַ פּאָלנער סאָלדאַט. אין איר דריקט זיך אויס סײַ די מענערישע צוגעבונדנקייט און חבֿרשאַפֿט, סײַ די קלאָרע היעראַרכיע קאָמאַנדיר/סאָלדאַט (גלײַכע מענטשן גיבן זיך, בדרך־כּלל, ניט קיין "צ׳פּחה").


קולטור
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס באַרימטע געשטאַלט פֿון קאַרל מאַרקס אינעם דאָקומענטאַר "מאַרקס ווידער-געלאָדן" (Marx Reloaded)
קיין איבערמענטש, קיין אונטערגאָט און קיין פּראָפֿעט,
איז ער צו מענטשנקינדער נאָר אַלס מענטש געקומען;
קיין גאָט-געזאַלבטער, קיין באַלאָרבערטער פּאָעט,
האָט ער — דער מאַן — אַ שפּראַך אָן בילדער און אָן בלומען,

אַ מענטשנשפּראַך, אַ דענקער-לשון נאָר גערעדט,
דערמיט אָבער גאָט מאַמאָנ׳ס פֿעסטונג אײַנגענומען, —
די תּפֿיסה, וווּ דער מענטש דעם ברודער זײַנעם טרעט,
וווּ אין אַ גרוב פֿון גאָלד זײַן גײַסט איז אומגעקומען.

די דאָזיקע שורות האָט דער פּאָעט מאָריס ווינטשעווסקי אָנגעשריבן אין 1908, לכּבֿוד דעם 25סטן יאָרצײַט פֿון קאַרל הײַנריך מאַרקס (1818—1883). מאַרקס, דער דײַטשער דענקער און פּאָליטישער אַקטיוויסט פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, האָט כּידוע אַנאַליזירט די דינאַמיק פֿון דער קאַפּיטאַליסטישער ווירטשאַפֿט און אינספּירירט דורך די יאָרן אָן אַ שיעור דענקער און פּאָליטישע באַוועגונגען. אומבאַוווּסטזיניק, האָט ער געלייגט די יסודות פֿון דער מאַרקסיסטישער שיטה פֿון חוקר-ודורש זײַן די וועלט-געשיכטע מיט אַזעלכע באַגריפֿן, ווי קלאַסנקאַמף, סחורה-פֿעטישיזם, הון-זאַמלונג, פֿאַרהעלטענישן פֿון פּראָדוקציע און נאָך און נאָך. איינער פֿון די באַגריפֿן וואָס מאַרקס האָט אין זײַנע ווערק באַהאַנדלט, איז געווען דער באַגריף פֿון "קריזיס". מאַרקס האָט פֿאָרויסגעזען, אַז דער קאַפּיטאַליסטישער קריזיס אין זײַן צײַט וועט חרובֿ מאַכן די גאַנצע קאַפּיטאַליסטישע סיסטעם און אָנזאָגן וועגן אַ נײַער און ערלעכער סאָרט ווירטשאַפֿט פֿון קאָלעקטיוו-פּראָדוקציע, אָדער מיט אַנדערע ווערטער — "קאָמוניזם".


פּערזענלעכקײטן
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באָריס סטרוגאַצקי
די ברידער אַרקאַדי (1925—1991) און באָריס (1933—2012) סטרוגאַצקי זײַנען בלי־ספֿק די סאַמע באַקאַנטע רוסישע שרײַבער אינעם זשאַנער פֿון "וויסנשאַפֿטלעכער" פֿאַנטאַסטיק. אין זייערע ווערק טרעפֿט מען וואַנדערונגען איבערן קאָסמישן רוים, כּלערליי כּישופֿדיקע מכשירים, מענטשן מיט אומנאַטירלעכע פֿעיִקייטן, און אַנדערע בולטע סימנים פֿונעם פֿאַנטאַסטישן זשאַנער. אָבער ניט דאָס איז דער עיקר אין זייער רײַכער ליטעראַרישער ירושה.
די ברידער סטרוגאַצקיס ווערק זײַנען ניט וועגן אַ ווײַטער אָדער נאָענטער צוקונפֿט, נאָר וועגן דעם הײַנטיקן איצט. אין אַלע ווערק זייערע דערציילן זיי וועגן זיך און זייער דור, וואָס איז געבוירן געוואָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה און איז אַרײַן אין לעבן צום סאַמע סוף פֿון סטאַלינס שליטה. די לאַנגע און פֿרוכטבאַרע תּקופֿה פֿון שעפֿערישקייט בחבֿרותא האָט זיך געענדיקט אין 1991 מיטן טויט פֿונעם עלטערן ברודער אַרקאַדי. איינע פֿון די לעצטע ווערק זייערע, די פּיעסע "זשידן פֿון דער שטאָט פּיטער", איז געווען שוין ניט קיין "וויסנשאַפֿטלעכע", נאָר אַ ביז גאָר אַקטועלע סאָציאַל־פּאָליטישע פֿאַנטאַזיע.
די האַנדלונג קומט פֿאָר אין לענינגראַד אין דער צײַט פֿון דער לעצטער ירידה פֿון דער סאָוועטישער מאַכט. אין איין נאַכט באַקומען אַלע העלדן אַ רופֿצעטל מיט אַ פֿאָדערונג צו קומען אין דער פֿרי, מיט נייטיקע זאַכן, אין אַ געוויסן לאָקאַל אין לענינגראַד. דער טעקסט פֿונעם רופֿצעטל חזרט איבער דעם דײַטשישן אַפּעל פֿון 1941, וואָס האָט געהייסן אַלע ייִדן פֿון קיִעוו צו מעלדן זיך פֿאַר דער מאַסן־צעשיסונג אין באַבי יאַר.
די סיטואַציע אין דער פּיעסע האָט אויסגעזען ווי אַ מין "סאָציאַל־וויסנשאַפֿטלעכער" עקספּערימענט׃ וואָס וועלן טאָן די סאָוועטישע בירגער פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווען יעדער איינער פֿון זיי באַקומט אַזאַ רופֿצעטל, וואָס איז אַדרעסירט צו אים ווי אַ מיטגליד פֿון אַ געוויסער גרופּע׃ איינער אַ "גבֿיר", אַן אַנדערער אַ "כאַבאַרניק", אַ דריטער אַ "נואף", און, אַוודאי, איינער אויך אַ "זשיד". אַזוי ווערט יעדער איינער געשטעלט אין אַ פּאָזיציע פֿון אַ "ייִד".


ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין יאָר 2004 האָב איך געהאַט אַ שמועס מיט איטשע גאָלדבערגן — איך בין זיכער, אַז ס’רובֿ לייענער פֿון “פֿאָרווערטס" געדענקען דעם נאָמען פֿון אָט דעם איבערגעגעבענעם טוער פֿאַר ייִדישער קולטור. איטשע איז דעמאָלט געוואָרן 100 יאָר אַלט, אָבער פֿלעגט נאָך קומען אין דעם ביוראָ פֿון דער “חיים זשיטלאָווסקי פֿונדאַציע", מיט וועלכער ער האָט אָנגעפֿירט. דעמאָלט, בעת אונדזער שמועס האָט ער מיר געזאָגט, אַז דווקא זשיטלאָווסקי איז געווען דער מענטש, וואָס האָט געהאַט די גרעסטע אידעאָלאָגישע השפּעה אויף אים.
איטשע איז שוין ניטאָ, און — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — איז די זשיטלאָווסקי-פֿונדאַציע אויך אונטערגעגאַנגען. מע זעט זי ניט און מע הערט ניט וועגן איר. און דאָס איז אַ שאָד. אָן איר איז אונדזער סבֿיבֿה אָרעמער געוואָרן. דער נאָמען אַליין פֿון חיים זשיטלאָווסקין איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן. ס’איז דאָ אַ לאָגישקייט אין דעם וואָס זײַן נאָמען זאָגט גאָרנישט דעם הײַנטיקן ייִדן, ווײַל אַזאַ ייִד איז זייער ווײַט פֿון דעם “אַנדערן ייִדן", וועלכן זשיטלאָווסקי האָט געוואָלט אויסכאָווען.
און דאָך איז ער ניט אין גאַנצן פֿאַרשאָטן געוואָרן מיטן היסטאָרישן שטויב, ווײַל ייִדישע היסטאָריקער געדענקען וועגן אים, איינעם פֿון די פֿירנדיקע היסטאָרישע פֿיגורן אין מאָדערנעם ייִדישן לעבן. אייניקע ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן אויך וועגן אים געהערט. וועגן זשיטלאָווסקיס געבוירנטאָג, אין אַפּריל, האָט מען ניט פֿאַרגעסן אין דעם צענטער פֿאַר ייִדישער קולטור און בילדונג, וואָס הייסט “ייִדישקייט" און פֿירט זײַן אַרבעט אין לאָס-אַנדזשעלעס (yiddishkayt.org).
און לעצטנס האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל וועגן זשיטלאָווסקין אויפֿן וועבזײַטל פֿון דעם קאָנגרעס פֿון סעקולערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. דער אַרטיקל הייבט זיך אָן אַזוי: The work of Chaim Zhitlovsky should long ago have been available in English. איך וואָלט צו דעם צוגעגעבן, אַז ניט נאָר זײַנע ווערק, לכל-הפּחות די וויכטיקסטע, וואָלט מען געדאַרפֿט איבערזעצן, אָבער אויך אַ בוך וועגן אים וואָלט מען געדאַרפֿט אָנשרײַבן אויף ענגליש.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נאָכדעם, ווי יעקבֿ האָט זיך איבערגעבעטן מיט זײַן ברודער, עשׂו, האָט ער זיך אומגעקערט אַהיים. הגם דער נאָמען פֿון דער הײַנטיקער פּרשה מיינט "און ער האָט זיך באַזעצט", איז יעקבֿס לעבן מיט זײַן משפּחה אין ארץ־כּנען נישט געווען אַזוי רויּק. די אַנדערע ברידער האָבן נישט ליב געהאַט די אויפֿפֿירונג פֿון זײַן באַליבטסטן זון, יוסף — דער עיקר, צוליב זײַנע חלומות.
יוסף פֿלעגט נאָכשפּירן נאָך זײַנע ברידער און דערציילן דעם טאַטן וועגן זיי. יעקבֿס אַנדערע זין האָבן באַשלאָסן, אַז יוסף איז אַ סכּנותדיקער מסור, וועלכער פֿאַרדינט טויט, ווײַל אין זײַנע מיסטישע חלומות האָט יוסף געזען, ווי ער וועט ווערן אַ הערשער איבער זײַנע קרובֿים. יעקבֿס קינדער האָבן געמיינט, אַז אַ שפּיאָן, וועלכער טרוימט צו ווערן אַ הערשער איבער זײַן אייגענעם טאַטן, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ סכּנה פֿאַר דער גאַנצער משפּחה.
יהודה, וועלכן יעקבֿס ברידער האָבן געהאַלטן פֿאַר זייער מנהיג, האָט געגעבן אַן עצה נישט צו דערהרגענען יוספֿן, נאָר צו פֿאַרקויפֿן אים אין שקלאַפֿערײַ. עס קאָן זײַן, אַז יהודה האָט געמיינט, אַז אַזאַ שטראָף, מידה־כּנגד־מידה, איז צוגעפּאַסט פֿאַר אַ מענטש, וואָס טרוימט כּסדר וועגן מאַכט. פּאַראַדאָקסיש, האָט יוספֿס פֿאַרקויף דווקא גורם געווען די סיטואַציע, ווען זײַנע טרוימען זענען טאַקע פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, ווי עס ווערט דערציילט אין דער קומענדיקער סדרה.
אין מצרים, וווּהין יוסף איז געבראַכט געוואָרן ווי אַ שקלאַף, איז ער געוואָרן אַ באַדינער בײַ אַן אָרטיקן אַריסטאָקראַט, פּוטיפֿר. פּוטיפֿרס ווײַב האָט געוואָלט האָבן אַן אינטימע פֿאַרבינדונג מיט אים — לשם־שמים, ווי עס באַטאָנען די חז״ל. די האָט אויסגערעכנט, דורך אַסטראָנאָמישע חשבונות, אַז אירע אייניקלעך מוזן קומען פֿון יוספֿן. ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן שפּעטער, איז זי געווען בעצם גערעכט, אָבער נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען די סודות פֿון די שטערן: יוסף האָט שפּעטער חתונה געהאַט מיט איר טאָכטער און געהאַט קינדער מיט איר.