- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מע קאָן לעצטנס אָפֿט הערן פֿון יענער זײַט "גרינער ליניע" וועגן אַ מין פּשרותדיקן פּלאַן פֿון אַ פֿאַראייניקטער פּאַלעסטינער רעגירונג, אַ צונויפֿגוס פֿון "כאַמאַס" און "פֿאַטאַך". דערמאָנט עס באַלד אין יענעם געמיש פֿון נאַפֿט און השתּנה. אין רעזולטאַט באַקומט זיך, אַז די קוואַליטעט פֿון דער השתּנה ווערט טאַקע העכער, אָבער אַזאַ געמיש מאַכט גיך קאַליע דעם מאָטאָר און די מאַשין בלײַבט, סוף־כּל־סוף, שטיין.
2. די נקמה דעם 29סטן יולי 1944 זענען מיר באַפֿרײַט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי פֿונעם דײַטשישן יאָך און ווידער געאָטעמט ווי פֿרײַע מענטשן. וון די גאַנצע וועלט איז געשטאַנען פֿאַרן אַרויסגיין פֿון אַ פֿינצטערניש צו אַ נײַעם מאָרגן און זיך געגרייט צו פֿײַערן דעם גרויסן ניצחון, זענען מיר — מײַן ברודער און איך און אַנדערע באַפֿרײַטע ייִדן — געשטאַנען אַנטקעגן אַ ווירקלעכקייט פֿון צעשטערונג און ליידן, מאָרד און פֿאַרניכטונג. די קאָנצענטראַציע־לאַגערן זענען באַפֿרײַט געוואָרן און דאָס ייִדישע פֿאָלק איז געווען צווישן די זיגער, אָבער נישט צווישן די, וואָס האָבן געפֿײַערט. פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך באַקומען אין דער פּאָסט אַ שנה־טובֿה, וואָס האָט מיך שטאַרק גערירט. די משפּחה וואָס האָט עס אונדז געשיקט איז מיר דווקא נישט אַזוי נאָענט. מיר האָבן זיך באַקענט דורך אונדזערע זין, וועלכע זענען געוואָרן גוטע חבֿרים בעת די קאַלעדזש־יאָרן. צוליב העפֿלעכקייט, האָב איך פֿאַרבעטן די עלטערן אויף אַ שבת־מיטאָג, און זיי אונדז — אויף אַ חנוכּה־שׂימחה. קיין שטאַרקן רושם האָבן זיי אויף מיר נישט געמאַכט, און ווען איך וואָלט זיי הײַנט געזען אויף דער גאַס, איז מעגלעך, אַז איך וואָלט זיי אַפֿילו נישט דערקענט. יעדער טאַטע און יעדע מאַמע, האַלט, אַז זייער קינד פֿאַרמאָגט אַן אויסערגעוויינטלעכן טאַלאַנט — איינער אויף דער וועלט. אָבער עלענאַ ראָסמאַן, אַ געוועזענע לערערין פֿון קלאַסישער מוזיק אין אַלמאַ־אַטאַ, קאַזאַכסטאַן, זוכט טאַקע יונגע מוזיקער, וועלכע זענען, ווי זי האַלט, נישט בלויז טאַלאַנטירט, נאָר ממש געניאַל. בײַם סוף פֿון אונדזער פּרשה איז דאָ דער אָנזאָג פֿון דעם אויבערשטן צו משה רבינו "בעצם היום הזה לאמור: עלה אל הר העבֿרים הזה הר נבֿו וגו׳ ומות בהר" — דער אויבערשטער האָט געזאָגט צו משה רבינו אין מיטן טאָג אַזוי צו זאָגן: גיי אַרויף אויף אָט דעם "עבֿרים"־באַרג, דעם באַרג נבֿו, און דאָרט זאָל משה נפֿטר ווערן... דער אויסדרוק "בעצם היום", וואָס מיינט ממש אין מיטן טאָג, דערשײַנט נישט אָפֿט אין דער תּורה. וואָס איז דאָ די תּורה אויסן צו באַטאָנען? מעגלעך, אַז דער מישפּט צווישן די יורשים פֿון דער ווערטהײַם־משפּחה און איינעם פֿון די גרעסטע דײַטשישע קאַרטעלן — האַנדל־געשעפֿט Karstadt-Quelle — איז מסתּמא דער לעצטער קאַמף פֿאַרן ייִדישן האָב־און־גוטס, פֿאַרלוירן בעתן נאַצי־רעזשים. נאָך פֿאַר דעם ווי היטלער און זײַן קליקע זײַנען געקומען צו דער מאַכט אין יאָר 1933, האָט די משפּחה ווערטהײַם געהאַט אין איר רשות באָדן, קראָמען און אַנדער פֿאַרמעגן, וואָס די נײַע דעמאָלטיקע מאַכט האָט קאָנפֿיסקירט בײַ זיי און איבערגעגעבן צו אַנדערע באַלעבאַטים. צווישן אַלע ערד־חלקים האָט מער פֿון אַלע צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם ערד־חלק אויף דעם "פּאָטסדאַמער פּלאַץ", וואָס אין 1991 האָט עס "אָפּגעקויפֿט" בײַ דער פֿעדעראַלער מאַכט דער קאָנצערן Karstadt-Quelle און באַצאָלט פֿאַר דער קניה איין "דויטשע מאַרק". |