- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער שטרײַק פֿון סצענאַר-שרײַבער קען אָט-אָט פּאַראַליזירן די גאַנצע ריזיקע אינדוסטריע פֿון אַמעריקאַנער זייף-אָפּערעס. איר קענט זיך פֿאָרשטעלן דעם אומגליק? ניט נאָר די ווערטער וועלן בלײַבן ניט אָנגעשריבן, אָבער מע וועט אויך איבערלאָזן דאָס גאַנצע לאַנד אָן די קאָמאַנדעס, ווען מע דאַרף לאַכן. און אין די גאָר "ערנסטע" סעריעס — וואָס וועלן טאָן און דברן די שיינהייטן אויף הויכע אָפּצאַסן? אין אַזעלכע שיך און מיט אָפֿענע דעקאַלטעען איז, אַ פּנים, גרינגער צו שיסן און, בכלל, כאַפּן גזלנים. באַקאַנט פֿאַר זײַנע קאַריקאַטורן און קינדערביכער, האָט וויליאַם שטײַג (1907 — 2003) איבערגעלאָזט אַ קינסטלערישע ירושה, וואָס האָט געדעקט כּמעט דעם גאַנצן 20סטן יאָרהונדערט. זײַנע צייכענונגען האָבן צענדליקער טויזנטער געזען אויף די שער־בלעטער פֿונעם "ניו־יאָרקער"־זשורנאַל במשך פֿון 73 יאָר. זײַן קינדערביכל "שרעק" מיט זײַן טעקסט און בילדער, האָט האָליוווּד איבערגעמאַכט אויף איינעם פֿון די פּאָפּולערסטע אַנימירטע פֿילמען. די וואָך עפֿנט זיך אַן אַרומנעמיקע אויסשטעלונג פֿון שטײַגס ווערק אינעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק. אין אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון דבֿ סדן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים איז איצט דערשינען אַ בוך וועגן אַ וווּנדערלעכער געשטאַלט, וואָס שפּיגלט אָפּ די געשיכטע פֿון ייִדישן גורל אין דער איצטיקער צײַט. דאָס בוך "פֿון סיגעט קיין ירושלים" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מינדלעכע דאָקומענטאַציע, איבערגעגעבן דורך פֿרוי ראָז בילבול אין אינטערוויוען מיט פּראָפֿ' יחיאל שיינטוך פֿונעם ייִדיש־אָפּטייל בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, אַרײַנגערעכנט די חסידים פֿון וויליאַמסבורג און באָראָ-פּאַרק, וואָס שטאַמען, על-פּי-רובֿ, פֿון אונגאַרן, פּוילן אָדער גאַליציע — האָבן אַן איינזײַטיקע פֿאָרשטעלונג וועגן דער שפּראַך און מינהגים פֿון די סאָוועטישע ייִדן. אַ טייל ייִדן ווערן שטאַרק פֿאַרחידושט, ווען די "רוסישע" ייִדן דערציילן זיי, אַז אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן געלעבט כּמעט אַ צענדליק פֿאַרשיידענע ייִדישע עטנישע גרופּעס, מיט אינגאַנצן באַזונדערע שפּראַכן און טראַדיציעס. איך וועל אײַך דערמאָנען אָן אַן אַלטן אַנעקדאָט: אַ געראָטענער יונגער אַמעריקאַנער בחור באַקומט אַ באַקאַלאַווער אין יעיל, אַ מאַגיסטער אין סטענפֿאָרד און אַ דאָקטאָראַט אין האַרוואַרד. קומט ער אַהיים, וווּ די גאַנצע משפּחה שעפּט פֿון אים נחת. צום סוף פֿון דער שׂימחה רופֿט אים אין אַ זײַט דער טאַטע, אַן אַלטער פּוילישער שנײַדער, און זאָגט דעם זון: "איצט איז טאַקע דער ריכטיקער מאָמענט צו רעדן תּכלית. וואָס זשע האָסטו אויסגעקליבן צו טאָן ווײַטער — וועסטו זײַן אַ דאַמען-שנײַדער צי אַ מענער-שנײַדער?" אַבֿרהם-אָבֿינוס קינדער זענען געבוירן געוואָרן בײַ צוויי פֿאַרשיידענע מוטערס, אין פֿאַרשיידענע צײַטן און אומשטענדן, דערפֿאַר איז עס נישט קיין חידוש, אַז יצחקס און ישמעאלס לעבנס-וועגן זענען זיך פֿאַנאַנדערגעגאַנגען; יצחק איז אויפֿגעוואַקסן אַ גרויסער צדיק, דער "זיידע" פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און ישמעאל איז געוואָרן אַ רויבער, הגם בײַם סוף פֿון זײַן לעבן האָט ער תּשובֿה געטאָן. |