Video Banner

דאָס נײַע קאַלענדאַר־יאָר 2008 האָט אָנגעהויבן אָפּצוציילן זײַן גאַנג. דערווײַל האָט עס געמאַכט נאָר די ערשטע טריט, אָבער קיין גאָר זיכערע זײַנען זיי נישט; זעט אויס, אַז די לאַסט פֿון נישט געלייזטע פּראָבלעמען, פֿאַרבליבן פֿון פֿאַראַיאָרן, איז גאָר נישט קיין לײַכטע.


קונסט
דער וואַרשטאַט פֿון "מ. ס. איליאָנס און זין", ברוקלין, 1910 — 1912

אינעם "אַמעריקאַנער מוזיי פֿאַר פֿאָלקסקונסט" אין מאַנהעטן קען מען איצט זען אַ זעלטענע אויסשטעלונג וועגן דער פֿאָלקסקונסט פֿון די ייִדישע האָלצשניצער אין אַמעריקע — "באַגילדעטע לייבן און פֿערד מיט צירינג: פֿון דער שיל ביז דער קאַרוסעל". דאָס איז די ערשטע אויסשטעלונג, וואָס אַנטפּלעקט אַ פֿאַרבינדונג צווישן דער האָלצשניץ־קונסט וועלכע געפֿינט זיך אין אַמעריקאַנער שילן, און דער קונסט פֿון שניצן די הילצערנע פֿערד אויף די קאַרוסעלן. עס שטעלט זיך אַרויס, אַז די זעלבע ייִדישע פֿאָלקס־קינסטלער האָבן אָפֿט געשאַפֿן ביידע קונסט־פֿאָרמעס בײַם אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט.


ליטעראַטור

כ'וואָלט פֿאַרן לעבן אָפּגעגעבן אַלץ —
איך נייטיק זיך אַזוי אין זאָרג —
אַ שוועבעלע אַ פּשוטס וואָלט מיך
דערוואַרעמען געקאָנט...

אָסיפּ מאַנדעלשטאַם


געזעלשאַפֿט, ‫רעפּאָרטאַזשן
דער שמשׂ פֿון דער "קליינער שיל" רב זוסיע גורעוויטש

— אינעם מאָסקווער עראָפּאָרט "שערעמעטיעוואָ" האָט זיך צעבראָכן דער באַגאַזש-טראַנספּאָרטער, דערפֿאַר האָב איך פֿאַרשפּעטיקט אויף מײַן צווייטן פֿלי, פֿון מאָסקווע קיין סאַנקט-פּעטערבורג. ענדלעך, אין אַ שעה אַרום, זענען געקומען דרײַ אַרבעטער, און האָבן באַקוקט דעם מעכאַניזם. איינער פֿון זיי האָט זיך צוגעמאָסטן, און געגעבן אַ זעץ מיטן שטיוול; דער טראַנספּאָרטער האָט אַ קרעכץ געטאָן, און אָנגעהויבן זיך דרייען.

דאָס דערצייל איך מײַן עראָפּלאַן-שכנה, פֿליִענדיק פֿון ניו־יאָרק קיין פּאַריז;


טעאַטער
פֿון משה לאָיעוו
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די אַקטריסע סאָניע פּעמאָווע

צווישן די געציילטע וועטראַנען פֿון דעם אַמאָליקן ייִדישן מלוכישן טעאַטער אין קיִעוו, געהערט אויך די אַקטריסע סאָניע פּעמאָווע, וועלכע לעבט צו געזונט אין ישׂראל מיט איר טאָכטער, אייניקלעך און אוראייניקלעך און וואָס איז הײַיאָר אַלט געוואָרן פֿינף און נײַנציק יאָר. זי איז געווען מײַן נאָענטער פֿרײַנד, אַפֿילו פֿיל יאָרן נאָך דעם ווי דער טעאַטער איז געשלאָסן געוואָרן, און מיר, אַ קליין הײַפֿעלע אַקטיאָרן פֿונעם טעאַטער, זײַנען געבליבן לעבן אין טשערנאָוויץ.


פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער אייבערשטער האָט זיך אַנטפּלעקט פֿאַר משה, און האָט אים צוגעזאָגט אויסצופֿירן זײַן הבֿטחה צו די אָבֿות — אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ — אויסצולייזן דאָס ייִדישע פֿאָלק פֿון דער מצרישער שקלאַפֿערײַ און צו ברענגען זיי קיין ארץ־ישׂראל. משה און זײַן ברודער, אַהרן, זענען עטלעכע מאָל געקומען צו פּרעה; זיי האָבן אים בלויז געבעטן צו לאָזן די ייִדן צו ברענגען קרבנות אין מידבר־סיני, און נישט צו באַפֿרײַען זיי אינגאַנצן.