- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וועלכער ייִד קען דען נישט דעם פֿאָלקסטימלעכן אַנעקדאָט וועגן דעם רבֿ, וואָס האָט געגעבן גערעכט, לויט דער ריי, יעדן איינעם פֿון די צוויי צעקריגטע צדדים, און ווען זײַן שמשׂ האָט אים אויפמערקזאַם געמאַכט, אַז עס קען דאָך נישט זײַן, אַז ביידע זאָלן זײַן גערעכט — האָט דער רבֿ געענטפֿערט: אויך דו ביסט גערעכט... דאָס בוך "דער קאָד פֿון דאַ ווינטשי", וואָס איז דערשינען מיט עטלעכע יאָר צוריק, וווּ עס ווערט געשילדערט דאָס לעבן פֿון ישו־הנוצרי און די ערשטע עטאַפּן פֿון קריסטנטום, איז איבערגעזעצט געוואָרן אין צענדליקער שפּראַכן (אויך אין עבֿרית) און איז געווען אַ בעסטסעלער אין דער גאָרער וועלט. האָליוווּד האָט פּראָדוצירט אַ פֿילם באַזירט אויף דעם סצענאַר פֿון דעם דאָזיקן בוך, וואָס האָט אַרײַנגעבראַכט די פּראָדוצירער הונדערטער מיליאָנען. קאַרל־וואָלף בירמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1936, אין האַמבורג. זײַן פֿאָטער דאַגאָבערט בירמאַן — אַ ייִד און אַ קאָמוניסט — האָט געאַרבעט בײַ דער שיפֿבויערײַ און איז געווען אַנגאַזשירט אין דער אַנטיפֿאַשיסטישער ווידערשטאַנד־באַוועגונג, שפּעטער אַרעסטירט און אומגעקומען אין 1943, אין אוישוויץ. נאָך דעם קריג טרעט אַרײַן דער קליינער וואָלף אין דער קאָמוניסטישער קינדער־אָרגאַניזאַציע "יונגע פּיאָנערן" און באַטייליקט זיך ווי אַ לייטער פֿון אַ פּיאָנערן־אָטריאַד אין דער "אינטערנאַציאָנאַלער יוגנט־באַגעגעניש" אין מיזרח־בערלין (1950). דער געדאַנק, אַז מדינת־ישׂראל דאַרף זיך באַזאָרגן מיט אַטאָמישע מעגלעכקייטן איז געבוירן געוואָרן מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער מדינה. הינטער דעם דאָזיקן אַמביציעזן פּראָיעקט זענען געשטאַנען דרײַ מענטשן: פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל דוד בן־גוריון, זײַן געהילף שמעון פּערעס און דער וויסנשאַפֿטלעכער פּראָפֿעסאָר ערנסט־דוד בערגמאַן. דער ישׂראלדיקער רעאַקטאָר איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין 1958, לויט די פֿראַנצויזישע קענטענישן, אויפֿן יסוד פֿון אַן אָפּמאַך מיט פֿראַנקרײַך פֿון יאָר 1957. פּרעזידענט שאַרל דע־גאָל האָט אין 1960 פּרובירט צו צעשטערן דעם אָפּמאַך, אָבער ישׂראל האָט שוין צו יענער צײַט באַקומען אַלע נויטווענדיקע מאַטעריאַלן און פֿאַרענדיקט דאָס אויפֿבויען דעם רעאַקטאָר. אַלץ איינס — "אַ חלום אין אַ זומער־נאַכט", צי אַ "זומער־נאַכט־חלום", די קאָמעדיע פֿון וויליאַם שעקספּיר ווערט נאָך אַ מאָל אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז אין ישׂראל, דאָס מאָל אונטער דער רעזשי פֿון רינה ירושלמי. "אַ זומער־נאַכט־חלום", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט העכער 400 יאָר צוריק, איז נישט ווי אַלע קאָמעדיעס, אויב מען באַציט זיך צו דעם אָן חכמות, און מען טראַכט זיך נישט צו פֿיל אַרײַן אין אירע פֿאַרבאָרגענע מיינען. אין אַזאַ פֿאַל איז דער "חלום..." אַזאַ שפּיל, וואָס קומט פֿאָר אין צוויי באַזונדערע רוימען — דער פּאַלאַץ, עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס קריטיקירן אונדזער פּרעמיער־מיניסטער, אהוד אָלמערט, פֿאַר פּרובירן זיך אַרויסצודרייען מיט פֿאַרשיידענע תּירוצים, כּדי נישט צו טרעפֿן זיך מיטן פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, וועלכער האָט לעצטנס אַ פּאָר מאָל גערופֿן אָלמערטן צו טרעפֿן זיך מיט אים אָן פֿריִער־געשטעלטע באַדינגונגען. עס האָט זיך אויך געשאַפֿן אין ישׂראל אַ פֿאָרום פֿאַר אַ שלום־איניציאַטיוו מיט סיריע, אין וועלכן עס באַטייליקן זיך פּערזענלעכקייטן מיט קעגנזעצלעכע מיינונגען. מיטן מאַסן־שטראָם פֿון ייִדן פֿון מיזרח־אייראָפּע האָט אין דער צווייטער העלפֿט פֿון 19טן יאָרהונדערט זיך אָנגעהויבן אַנטוויקלען אין אַמעריקע אַן אינטענסיוו ייִדיש קולטור־לעבן — ליטעראַטור, פּרעסע, טעאַטער. די משפּחה אַדלער זענען געווען די בויער און גרונטלייגער פֿון בעסערן ייִדישן טעאַטער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. סוף 19טן און אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט אין אַמעריקע און באַזונדערס, אין ניו־יאָרק, שוין עקזיסטירט אַ גרויסע צאָל טעאַטער־אַנסאַמבלען פֿון פֿאַרווײַלערישן כאַראַקטער. קיין ערנסטער, קינסטלערישער טעאַטער איז נאָך דעמאָלט אין אַמעריקע נישט געווען. עס זענען נאָך נישט געווען קיין אַקטיאָרן, וועלכע זאָלן קאָנען שאַפֿן און בויען אַזאַ מין טעאַטער. לייבו לעווין איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1914 אין קימפּולונג, דרום־בוקאָווינע, בײַ אַ משפּחה פֿון באָיאַנער חסידים. ווען ער איז אַלט געווען 5 יאָר האָט די משפּחה זיך אַריבערגעצויגן קיין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון דער בוקאָווינע. אין יענע יאָרן איז טשערנאָוויץ נישט געווען קיין גרויסער ייִדיש־צענטער, הגם עס האָבן דאָרט געלעבט בײַ 50.000 ייִדן, אַ העלפֿט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג. בוקאָווינע האָט דעמאָלט געהערט צו דער עסטרײַך־אונגאַרישער אימפּעריע און אַזוי ווי די ייִדן האָבן פֿאַרערט דעם קיסר פֿראַנץ־יוזעף, וועלכן זיי האָבן אויף אַ היימישן אופֿן אָנגערופֿן פֿרוים־יאָסל, האָט די דײַטשישע שפּראַך און קולטור געהאַט אַ באַזונדערע צוציִונגס־קראַפֿט פֿאַר די בוקאָווינער ייִדן. דאָס איז געווען דער סאַמע דראַמאַטישסטער ספּעקטאַקל זינט דעם אויפֿקום פֿון דער מדינה — און איר צווייטגרעסטע טראַגעדיע זינט דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. אָנגעהויבן האָט עס זיך מיט דער העכסטער גאווה פֿון דער ישׂראלדיקער דעמאָקראַטיע און האָט זיך אַראָפּגעלאָזט צו דער נידעריקסטער מדרגה פֿון בושה. נאָך מער: די דאָזיקע שאַנד פֿון מבֿזה זײַן די מדינה איז באַגאַנגען געוואָרן דורך איר העכסטער אויטאָריטעט, דורך איר העכסטער מאָראַלישער רעפּרעזענטאַנץ, אין איר אָפֿיציעלער רעזידענץ — אין הויז פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט, אונטער דער פֿאָן פֿון דער מדינה. אַזאַ שפֿלדיקן ספּעקטאַקל האָט נאָך די מדינה נישט געזען. אויך די וועלט האָט נאָך אַזוינס נישט געזען. ייִדיש טעאַטער, ייִדישע אַקטיאָרן.... ייִדיש טעאַטער, וואָס האָט זיך אַלע יאָרן געראַנגלט פֿאַר זײַן עקזיסטענץ, האָט אויך געהאַט אַ קאַפּעטשקע מזל: אַזוי פֿיל אויסגעצייכנטע אַקטיאָרן און אַקטריסעס! וועגן אייניקע אַקטריסעס האָב איך שוין געשריבן אין מײַנע פֿאָריקע אָפּהאַנדלונגען. מיר האָבן פֿאַרמאָגט שוישפּילער פֿון אַ וועלט־פֿאַרנעם. דניאל גלאַי, קאָמפּאָזיטאָר און ייִדיש־געזעלשאַפֿטלעכער טוער, האָט געשאַפֿן אַ ייִדישע אָפּערע: "חיים בן־חיה". אַנומלט איז זי אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין "בית־לייוויק", די היים פֿון די ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. באַקאַנט ווי אַ פֿעיִקער קאָמפּאָזיטאָר מיט אַ ברייט־פֿאַרשפּרייט מוזיקאַליש־ווערק, איז דניאל גלאַי, אויך דער פֿאָרזיצער פֿונעם שרײַבער־ און זשורנאַליסטן־פֿאַראיין, וווּ אַ דאַנק דער מוזיקאַלישער באַשעפֿטיקונג פֿון דעם פֿאָרזיצער, פֿאַרנעמט די מוזיק אַ גאַנץ וועזנטלעכן טייל אין דער טעטיקייט פֿונעם אַנשטאַלט. דער צושטאַנד פֿון נישט-מלחמה — נישט שלום, אין וועלכן מדינת־ישׂראל געפֿינט זיך און אַנטוויקלט זיך זינט איר אויפֿקום, צווינגט זי צו לעבן צווישן דראָונגען און וואָרענונגען אין די "אָטעם-פּויזעס" צווישן איין מלחמה און דער אַנדערער. עס איז פֿאַר קיינעם קיין חידוש נישט: אַ מדינה פֿון עקסטרעמע קאָנטראַסטן — פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. |