- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די טעאַטער־קריטיקער פֿון דער פֿרעמדער פּרעסע אין ישׂראל באַגעגענען זיך גאַנץ אָפֿט. מ'טרעפֿט זיך, אָבער קיין חבֿרים זײַנען מיר נישט. גאַנץ זעלטן מאַכט מען אַ קאָמענטאַר נאָך אַ געוויסן ספּעקטאַקל, און אויב יאָ, איז עס אויך אויבערפֿלעכלעך, קיינער זאָל, חלילה, נישט צוגנבֿענען בײַם אַנדערן די טיפֿזיניקע אידעע, וואָס ער האָט נישט ווילנדיק אַרויסגעזאָגט. פֿון אַזוי פֿיל מאָל טרעפֿן זיך, פֿון אַזוי פֿיל פֿאָרן צוזאַמען אויף ווײַטע שטרעקעס, שאַפֿט זיך דאָך אַן אָנגעהעריקייט, קיין פֿרעמדע זײַנען מיר פֿאָרט נישט. "ווען עס וועלן זיך פֿונאַנדערגיין די שטויב־וואָלקנס איבער די אויספֿירונגען פֿון דער ווינאָגראַד-קאָמיסיע, וועט קלאָר ווערן פֿאַר אַלעמען, אַז אין מדינת־ישׂראל איז נישטאָ קיין פֿאַרבײַט פֿאַר דערפֿאַרונג אין דער מלוכישער פֿירערשאַפֿט" — האָט געזאָגט דער געוועזענער פּרעמיער-מיניסטער אהוד ברק אין זײַן ערשטן עפֿנטלעכן אויפֿטריט, מיט וועלכן ער האָט געעפֿנט זײַן קאַמפּאַניע צו די "פּרײַמעריס", וואָס דאַרפֿן פֿאָרקומען דעם 28סטן מײַ וועגן דער אָנפֿירונג פֿון "עבֿודה". אין אַ היסטאָרישן חשבון, וועלכער ווערט אין אַלגעמיין גערעכנט אין הונדערטער און טויזנטער יאָרן, זענען, פֿאַרשטייט זיך, 59 יאָר נישט קיין לאַנגע צײַט; דאָס איז אַ קליין פּינטעלע אין דער געשיכטע. אָבער אין לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק און אונדזער מדינה זענען די דאָזיקע 59 יאָר געווען אַ גורלדיקע תּקופֿה, און מיר מעגן פֿײַערן אונדזער יום־טובֿ פֿון אומאָפּהענגיקייט מיט שטאָלץ און צופֿרידנקייט. אין די דאָזיקע 59 יאָר האָבן מיר מצליח געווען אויפֿצושטעלן אַ פּרעכטיק לאַנד, נישט געקוקט אויף אַלע אינערלעכע און אויסערלעכע פּראָבלעמען און שוועריקייטן. מיר האָבן אַ געזונטע עקאָנאָמיע מיט קאָלאָסאַלע דערגרייכונגען אין טעכנאָלאָגיע, אַגריקולטור און וויסנשאַפֿט. ווען כ'האָב אײַנגעלאַדן אַ חבֿרטע צו גיין זען אין "קאַמרי"־טעאַטער "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" פֿון אַרטור מילער — האָט זי מיר אָפּגעזאָגט, זאָגנדיק, "כ'האָב דאָך עס שוין געזען". אַוודאי האָט זי עס געזען, ווער האָט עס נישט געזען? אין ישׂראל איז דאָס זיכער די אַממיינסטנס פֿאָרגעשטעלטע פּיעסע און מסתּמא אַזוי אויך איבער דער וועלט. נאָר וואָס דען? מיט אָט דער נײַער אויפֿפֿירונג אין "קאַמרי" קאָן מען בלײַבן שטיין און זיך בפֿירוש פֿרעגן, צי זײַנען טאַקע אויף אַן אמת דורכגעלאָפֿן 60 יאָר זינט די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 1949? "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" איז פֿאַרבליבן אַקטועל ווי עס איז געווען. ווען עס איז מיר לעצטנס געוואָרן פֿאָרגעלייגט אָנצושרײַבן פֿאַרן "דווקא" — דעם נײַעם העברעיִשן זשורנאַל פֿאַר ייִדישלאַנד — אַן אַרטיקל וועגן דער מעדעם־סאַנאַטאָריע, איז פֿאַר מײַנע אויגן גלײַך אויפגעקומען די געשטאַלט פֿון יאָסל מלאָטעק. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים געזען אין דער רעדאַקציע פֿונעם "פֿאָרווערטס" קורץ נאָך מײַן אַרײַנקומען אַהין, בעת מײַנעם אַ באַזוך אין ניו־יאָרק. דאָס איז געווען אין די סוף 90ער יאָרן, נישט לאַנג פֿאַר זײַן אַוועקגיין פֿון דער וועלט. אַ פֿלעגערין האָט אים אַרײַנגעפֿירט אויף אַ רעדערשטול אין דעם צימער, וווּ ער האָט געאַרבעט, און האָט אים צוגעפֿירט און געהאָלפֿן זיך צוזעצן צו זײַן שרײַבטיש. דער טאָג פֿון חורבן און גבֿורה איז בײַ אונדז, ייִדן, אויסגעפֿאַלן הײַיאָר אויף דעם 16טן אַפּריל. ווי באַוווּסט, האָט די "יו־ען" באַשלאָסן אָפּצומערקן דעם חורבן־טאָג דעם 27סטן יאַנואַר. די באַציִונג צו די איבערגעבליבענע פֿונעם חורבן, איז הײַנט — אַ חוץ פֿון די חורבן־אָפּלייקענער — אַ בכּבֿודיקע כאָטש דאָס איז נישט אַלע מאָל געווען אַזוי. חוית און פֿייגל, ווי פּערסאָנאַזשן, זײַנען אין בוך פֿאַראַן בײַ די פֿיר צענדליקער, און יעדן איינעם פֿון זיי איז געווידמעט, חוץ די צוויי פּאָעטישע שורות אויף אַן אילוסטרירטן הינטערגרונט, נאָך איין פֿאַרביקער "פּאָרטרעט" אָדער "סוזשעט" אויף דער צעעפֿנטער זײַט, וואָס העלפֿט דעם קינד (און פֿאַר אַ נויט — זײַנע עלטערן) בעסער צו פֿאַרשטיין, וועגן וואָס סע רעדט זיך אין דער אָנגעשריבענער סטראָפֿע. דער טעקסט פֿון דער סטראָפֿע איז אויך פֿאַרשריבן מיט לאַטײַנישע אותיות. רעציטאַציע איז אַ באַזונדערער, ספּעציפֿישער זשאַנער אין דער טעאַטער־קונסט. רעציטאַציע הייסט אויסטיילן, אינטערפּרעטירן אַ שאַפֿונג, אַ ליד אָדער דערציילונג פֿון אַ מחבר, וואָס זײַן כּוונה מוז נישט זײַן אַרויסצוברענגען זײַן יצירה דווקא אין דער פֿאָרעם פֿון רעציטאַציע, פֿון פֿירלייענען פֿאַר אַ פּובליקום. דער רעציטאַטאָר מוז אויך נישט זײַן קיין אַנסאַמבל־אַקטיאָר... אין געוויסע פֿאַלן קאָנען די ביידע זשאַנערס — טעאַטער־פֿאָרשטעלונג און רעציטאַציע־אָוונט — גיין געפּאָרט, אָבער דאָס איז נישט אומבאַדינגט נייטיק. צווישן די הונדערטער טאָגביכער, וואָס האָבן זיך אָנגעזאַמלט במשך פֿון 62 יאָר זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה, געפֿינט זיך אַ גאַנץ באַטײַטנדיקע צאָל געשריבן פֿון גאָר יונגע מחברים. זיי פֿאַרנעמען אַ וויכטיקן פּלאַץ אין אונדזער פֿאַרצווײַגטער חורבן־ליטעראַטור. דער באַרימטסטער פֿון זיי איז דאָס טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק. די אַלע אַנדערע "שטייען ניט אָפּ", ניט מיט זייער אינהאַלט און ניט מיט זייער ליטעראַרישן ניוואָ און אויסדרוק־קראַפֿט וואָס זיי פֿאַרמאָגן. די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט האָט ליב פּאַוועס. יאָ, טאַקע, יענעם שיינעם פֿויגל מיט די פּרעכטיקע קאָלירפֿולע פֿעדערן אינעם וויידל. דער אימאַזש "די גאָלדענע פּאַווע" חזרט זיך איבער ווי אַ לייטמאָטיוו אין דער לירישער שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער; פֿאַרן פּאָעט איז זי סײַ די מוזע, סײַ דער סימבאָל פֿאַרן גורל פֿון פֿאַלק. פֿאַר אונדז אָבער, איז איצט "די גאָלדענע פּאַווע" דער אייגנאַרטיקער מוזיקאַלישער טריִאָ פֿאַר וועמען די ייִדישע מוזיק און די ייִדישע קונסט־לידער דריקן אויס זייער מוזיקאַלישע עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג. |