- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז שווער צו רעדן וועגן אַ חבֿר, מיט וועלכן מען האָט אין משך פֿון אַזוי פֿיל יאָרן מיטגעלעבט אין פֿריידן און אין שוועריקייטן פֿון טאָג־טעגלעכן הו־האַ. מיכאל איז פֿאַר מיר, קודם־כּל, געווען אַ חבֿר און אַ יאָרנלאַנגער קאָלעגע בײַ דער אַרבעט אין ראַדיאָ. מיר האָבן זיך באַקענט אַ קורצע צײַט נאָך זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל, אין יאָר 1957, ווען ייִדן האָבן מאַסנווײַז פֿאַרלאָזט פּוילן. ער האָט אָנגעהויבן אַרבעטן אין דער ייִדיש־אוידיציע אין "קול־ישׂראל" אין דער צײַט, ווען עס האָבן זיך נאָך באַטייליקט אין איר פּערזענלעכקייטן פֿון דער ייִדיש־וועלט — זשורנאַליסטן, דענקער, אינטעלעקטואַלן — אַלץ פֿון דער שארית־הפּליטה פֿון פּוילן, רומעניע און ייִדן, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
"די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער"! –
דער "זיווג" פֿון דער פֿראַנצוישער רעוואָלוציע מיט 218 יאָר צוריק מיט דער רוסלענדישער רעוואָלוציע (פֿון פֿאַר 90 יאָר) האָט געבוירן דאָס באַקאַנטע ווערטל, אַז "די רעוואָלוציע עסט אויף אירע קינדער". אויב מען זאָל דאָס פּאַראַפֿראַזירן מיט דער איצטיקער פּאָליטישער ווירקלעכקייט אין ישׂראל, קאָן מען הײַנט צוגעבן, אין שײַכות מיט די נאָרוואָס פֿאָרגעקומענע "פּרײַמעריס" אין "עבֿודה", אַז — די אַרבעטער-באַוועגונג אין ישׂראל עסט אויף אירע גרינדער. נאָך דער מלחמה, נאָכן נצחון איבערן פֿאַשיזם, איז די וועלט געפּלעפֿט געוואָרן, ווען זי האָט זיך דערוווּסט ווי נידעריק, ביזן מהות פֿון אַ חיה, עס קען פֿאַלן אַ מענטש, און ווי הויך אַ מענטש קען זיך דערהייבן אין זײַן גײַסטיקער און מאָראַלישער גבֿורה. אין יאָר 1945 האָט אַ גוואַלדיקן רושם געמאַכט יוליוס פֿוטשיקס "רעפּאָרטאַזש מיט אַ תּליה אויפֿן האַלדז". באַלד האָט זיך דאָס בוך באַוויזן אויף אַ סך שפּראַכן. יוליוס פֿוטשיק, אַ קאָמוניסט, אַ שרײַבער און זשורנאַליסט פֿון טשעכאָסלאָוואַקײַ, האָט בעת דער מלחמה אָרגאַניזירט אין לאַנד דאָס אַרויסלאָזן אַן אומלעגאַלע אַנטיפֿאַשיסטישע פּרעסע. די “קאַסאַם"־ראַקעטן אויף דער שטאָט שׂדרות און די שכנותדיקע ייִשובֿים בײַם עזה־פּאַס, הערן ניט אויף צו פֿאַלן, סײַ בײַ טאָג און סײַ בײַ נאַכט. מיר געפֿינען זיך איצט אין אַן אָנגייענדיקן, אוימאויפֿהערלעכן קאַמף מיט אַ קאָמפּראָמיסלאָזן בלוטיקן שׂונא, אַ געמיש פֿון דער פֿאַנאַטישער “כאַמאַס"־פּאַרטיי, צוזאַמען מיט אַ צאָל באַוואָפֿנטע שפּליטער־באַנדעס, ווי די מוסולמענישע "דזשיהאַד"־גרופּע, און אַנדערע, וואָס דערקלערן אָפֿן, אַז זיי וועלן קיין מאָל ניט אָנערקענען די עקזיסטענץ פֿון דער ייִדישער מדינה אין פּאַלעסטינע, אַז זיי זענען גרייט מקריבֿ צו זײַן “ביז זייער לעצטן קעמפֿער", כּדי אָפּצוּווישן מדינת־ישׂראל פֿון דער ערד־אייבערפֿלאַך און באַפֿרײַען די אָקופּירטע טעריטאָריעס פֿון דער ייִדישער הערשאַפֿט. זיי ווערן דערמוטיקט און געשטיצט פֿון איראַן, סיריע און אַנדערע אַראַבישע, מוסולמענישע לענדער. דער פּרעזידענט פֿון סיריע, באַשאַר אַסאַד, האָט לעצטנס עטלעכע פֿאָרגעלייגט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך צו טרעפֿן מיט אים און האַלטן אונטערהאַנדלונגען אָן פֿאָרויסגעשטעלטע באַדינגונגען. דעם 12טן אַפּריל הײַיאָר האָט דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער כּנסת זי באַזוכט אַ נישט־אָפֿיציעלער פֿאָרשטייער פֿון סיריע, איבראַהים סולימאַן, און גערעדט פֿאַר דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר אויסערן־ און זיכערהייט־ענינים. לילי בערגער האַרציקע מזל־ברכות שיקן מיר איבער אונדזער פּען־קאָלעגע, דעם אָנגעזעענעם ייִדישן שרײַבער יוסף בורג צום אַלט ווערן 95 יאָר (פּינקטלעכער, איז ער געבוירן געוואָרן דעם 30סטן מײַ 1912), און צו זײַן איבער 70־יאָריקער רײַכער שאַפֿערישער טעטיקייט. ס'איז ניט איבערגעטריבן, ווײַל זײַן ערשטע דערציילונג "אויפֿן ספּלאַוו" זינט דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה האָט נאָך די וואַכזאַמע, אָפֿטמאָל זעלבסטצופֿרידענע, ישׂראלדיקע עפֿנטלעכקייט נישט זוכה געווען כּמעט צו קיין איינציקן טאָג פֿון נחת־רוח — כאָטש עס האָבן אויך נישט געפֿעלט, דאָ און דאָרט, קיין מאָמענטן פֿון נחת־רוח. די צווייטע לבֿנונישע מלחמה ווערט באַצייכנט ווי — חוץ דער אומאָפּהענגיקייט־מלחמה — די סאַמע לאַנגדויערנדיקסטע פֿון אַלע מלחמות אין די 59 יאָר פֿון ישׂראלס אומאָפּהענגיקייט. די וואָך, אין כ"ח אייר, האָבן מיר אָפּגעמערקט און געפֿײַערט דעם "יום־ירושלים", 40 יאָר זינט דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — דער אַלטשטאָט פֿון ירושלים. נאָך שווערע, בלוטיקע שלאַכטן, מיט אַ גרויסער צאָל מענטשלעכע קרבנות און פֿאַרוווּנדעטע, האָבן די העלדישע ישׂראל־זעלנער דורכגעבראָכן דעם ווידערשטאַנד פֿון דעם יאָרדאַנישן לעגיאָן, דערגרייכט דעם כּותל־מערבֿי און מיט טרערן, די פּאַלעסטינער האָבן הײַיאָר באַשלאָסן צו צעשטערן דעם "יום־העצמאות" און אין דער צײַט, ווען די גאַנצע מדינה האָט געפֿײַערט מיט פֿרייד דעם יום־טובֿ, האָט דער "כאַמאַס" געשיקט פֿון עזה 10 קאַסאַם־ראַקעטן קיין שׂדרות און אַנדערע ייִשובֿים אין נגבֿ און פּובליקירט אַ דעקלאַראַציע, אַז דער וואָפֿנשטילשטאַנד איז געקומען צו אַ סוף און, אַזוי ווי די אונטערהאַנדלונגען פֿאַר דער באַפֿרײַונג פֿון גלעד שליט האָבן נישט געבראַכט קיין רעזולטאַטן, פּלאַנירט דער "כאַמאַס" צו פֿאַרכאַפּן נאָך ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, כּדי צו באַפֿרײַען די טעראָריסטן פֿון די ישׂראלדיקע טורמעס. לאָמיר תּיכּף־ומיד באַמערקן — מרדכי אַרדאָן, דער וועלט־באַרימטער ייִדישער קינסטלער, דער מײַסטער בחסד־עליון, איז אַ טײַערער פּשוטער ייִד — אַ ייִד מאַנשי שלומנו. געשטראַלט האָט פֿון אים אַ וואַרעמע און פֿאָלקסטימלעכע ייִדישע פּשטות. חכמה און פּיקחות האָט אין דעם ייִד געשטעקט — אַ תּענוג איז געווען מיט אים צו פֿאַרבינדן אַ שמועס. |