פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ מאַניפֿעסטאַציע אין תּל־אָבֿיבֿ, וווּ מע האָט גערופֿן צו באַפֿרײַען די דרײַ געפֿאַנגענע צה״ל־סאָלדאַטן

דרײַ ישׂראל־סאָלדאַטן געפֿינען זיך אין די הענט פֿון טעראָריסטן. גלעד שליט — בײַ "כאַמאַס", אלדד רגבֿ און אהוד גאָלדוואַסער — בײַ "כעזבאָלאַ". דערצו, ווייסט קיינער נישט, וווּ עס געפֿינט זיך דער פּילאָט רוֹן אַרד, וועלכער איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן דעם 16טן אָקטאָבער, 1986.

ליטעראַטור
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יעקבֿ בעסער (בסר) איז געבוירן געוואָרן אין קאַליש, פּוילן. די קינדעד־יאָרן פֿאַרבראַכט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, וווּ די פֿאַמיליע האָט זיך געראַטעוועט פֿון די דײַטשן. יענע ווײַטע יאָרן אין רוסלאַנד מיט דער ווײַסער ליכט פֿון פֿאַרשנייטע פֿעלדער און בערעזעס, פֿון דער מאַמעס יונג פּנים, — איז ווי אַ געהיים־טיפֿער גען, אויף תּמיד אַרײַן אין זײַן זכּרון, אין זײַן לעבן און זײַן פּאָעזיע. אין בעסערס דיכטונג איז די קעגנוואַרט פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט ניט אָפּצוטיילן, בלויז עפּעס אַ קורצינקע שורה גיט אונדז דאָ און דאָרט צו פֿאַרשטיין: וואָס געהערט צום "אַמאָל", און וואָס קומט "איצט" פֿאָר. און אויף דער פֿראַגע "וואָס וועט זײַן?" געפֿינט דער לייענער אין בעסערס לידער ניט קיין ענטפֿער, בלויז אפֿשר נאָר אַ פֿילאָסאָפֿישע טרייסט, דעם אַלטן תּלמודישן פֿאַטאַליזם פֿון דער ביז הײַנט אַקטועלער סענטענץ: "אין מוקדם ומאוחר בתּורה".

‫רעפּאָרטאַזשן
פֿון שׂרה־רחל שעכטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ציוניסטישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע אין אַמעריקע — "הדסה", וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1912 דורך הענריעטע סאָלד, איז די גרעסטע ייִדישע פֿרויען־אָרגאַניזאַציע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿרוי סאָלד איז דעמאָלט געווען זייער באַזאָרגט וועגן דעם, וואָס אין ירושלים האָבן געהערשט אָרעמקייט און קרענק. און דאַן האָט זי געגרינדעט אַ פֿרויען־אָרגאַניזאַציע, וואָס ס׳זאָל קריגן און ליפֿערן מעדיצינישע אויסשטאַטונג קיין ירושלים. אין יאָר 1913 זענען קיין ארץ־ישׂראל אָנגעקומען די צוויי ערשטע קראַנקן־שוועסטער און שפּעטער — אַ דאָקטוירים־מאַנשאַפֿט אין פֿולן באַשטאַנד.

טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַ דער פּרעמיערע פֿון "ייִדישע געשעפֿטן", סוף אָקטאָבער, 2006, (פֿון רעכטס): קאַרל מאַרקאָוויטש, גבי לסט און שׂשׂי קשת
דעם 30סטן דעצעמבער 2006 איז אַוועק אין דער אייביקייט דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר קאַראָל מאַרקאָוויטש.

קאַראָל מאַרקאָוויטש ז״ל איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט פּיאַטראַ ניאַנץ אין דער באַרגיקער געגנט פֿון מאָלדאָווע אין רומעניע אין חודש מײַ 1938. זײַנע עלטערן, סײַ דער טאַטע, סײַ די מאַמע זענען געווען אַרבעטסמענטשן, מיטגלידער פֿון דער אומלעגאַלער קאָמוניסטישער באַוועגונג, וואָס איז גערודפֿט געוואָרן דורך דער ראָיאַליסטישער, האַלב־פֿאַשיסטישער מאַכט אין רומעניע.

ליטעראַטור
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף קערלער (1918—2000)

יוסף קערלער האָט עולה געווען אין יאָר 1971. צו יענער צײַט האָט ער שוין דערגרייכט זײַן באַזונדער אָרט אין דער ייִדישער סאָוועטישער דיכטונג. דורך זײַן אייגענעם פּײַנלעכן גורל און נאַציאָנאַלן חשבון־הנפֿש איז שוין פֿון לאַנג צו אים געקומען דער ניכטערער באַנעם פֿון אַלץ, וואָס ס׳קומט פֿאָר אין לאַנד "וואָס איז מיר נעענטער אַ מאָל געווען פֿון מײַן געזאַלצן העמד". מיט וואָרט און בילד, מיט נײַ אויפֿגעקומענע טענער און פֿאַרבן, דריקט ער אויס דעם וויי, וואָס ברענט אין זײַן נשמה. אין איינעם פֿון זײַנע לידער, געשריבן אין מאָסקווע, ערבֿ דער עליה, קלינגען אַזעלכע ווערטער:

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

נתן דאַטנער מיט זײַנע דרײַ פּאַרטנערינס אין
" דער לעצטער לײַדנשאַפֿטלעכער געליבטער " >
באר־שבֿע, באַקאַנט אויך ווי די "הויפּטשטאָט פֿון נגבֿ", פֿאַרמאָגט זיך איר אייגענעם טעאַטער. אַ הונדערט קילאָמעטער טיילן אָפּ באר־שבֿע פֿון תּל־אָבֿיבֿ, ס׳לייגט זיך אָבער נישט אויפֿן זינען אַז אַ תּל־אָבֿיבֿער אײַנוווינער זאָל פֿאָרן קיין באר־שבֿע צו זען אַ טעאַטער־פֿאָרשטעלונג. ווען ס’וואָלט זיך געהאַנדלט וועגן אַ פֿוטבאָל־פֿאַרמעסט, קאָן מען נאָך פֿאַרשטיין, אָבער טעאַטער?

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער פּרעמיער-מיניסטער פֿון ישׂראל איז הײַנטיקע וואָך אַרויסגעפֿאָרן קיין ביידזשין אויף זײַן מלוכישן וויזיט — צום ערשטן מאָל אָן זײַן שטענדיקער באַגלייטערין, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער פּרעמיער-קאַנצעלאַריע שולה זקן, די היטערין פֿון אַלע זײַנע מלוכישע, און אויך נישט מלוכישע, סודות.

אין דער צײַט, ווען איר "באָס" האָט גענאָסן פֿון דער מלכותדיקער גאַסטפֿרײַנדלעכקייט פֿון דער ווײַטמזרחדיקער איבערמיליאַרדיקער גרויסמאַכט, זיך געטראָפֿן און מלכותדיק געשמועסט מיט אירע מעכטיקע הערשער און איז אַרומגעפֿירט געוואָרן איבער די פּראַכטפֿולע פּאַלאַצן פֿון דער "פֿאַרבאָטענער שטאָט" פֿון די קיסרים און אויף דער אַלטער כינעזישער מויער — אין דער זעלבער צײַט איז זײַן פֿאַרטרוילעכע סעקרעטאַרין געזעסן צווישן די טוכלע ווענט פֿון פּאָליציייִשן אַרעסט אין בת-ים נעבן תּל-אָבֿיבֿ און איז געפֿאָרשט געוואָרן ווי אַ פֿאַרדעכטיקטע אין איינעם פֿון די גרעסטע קאָרופּציע-סקאַנדאַלן אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

לויט די ידיעות אין דער פּרעסע, וועט פֿאָרקומען אין בערלין אַ דעמאָנסטראַציע קעגן איראַנס פּאָליטיק אין באַציִונג צום חורבן און מדינת־ישׂראל. די דעמאָנסטראַציע איז פּלאַנירט אויפֿן 27סטן יאַנואַר, די דאַטע פֿון דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ, און דער טאָג וואָס איז באַשטימט געוואָרן דורך דער "יו־ען", ווי דער אינטערנאַציאָנאַלער "געדענק־טאָג" פֿונעם חורבן. דער באַשלוס פֿון דער "יו־ען" וועגן דעם איז אָנגענומען געוואָרן דורך איר אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג אויף איר סעסיע פֿון ערשטן נאָוועמבער 2005, און דער דאָזיקער באַשלוס וואַרפֿט אויך אָפּ די אָפּלייקענונג פֿונעם חורבן.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

 טעדי קאָלעק
דאָנערשטיק, דעם 4טן דעצעמבער, האָט ירושלים אַרויסבאַגלייט צו זײַן אייביקער רו איר געוועזענעם לעגענדאַרן ראָש־העיר, טעדי קאָלעק, ז״ל.

די נאַציאָנאַלע און מוניציפּאַלע פֿענער פֿון ישׂראלס הויפּטשטאָט זענען אַרונטערגעלאָזט געוואָרן ביז האַלבן מאַסט, ווי אַן אויסדרוק פֿון טרויער נאָך איר באַליבטן געוועזענעם בירגער־מײַסטער. ער איז ניפֿטר געוואָרן אין עלטער פֿון 95 יאָר. במשך פֿון 28 יאָר איז ער געווען בירגער־מײַסטער, ביז ער האָט פֿאַרלאָרן זײַן אַמט אין די מוניציפּאַלע וואַלן אין 1993, צו זײַן פֿאַרטרעטער דעם הײַנטיקן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט. ער איז געקומען צו קבֿורה אויפֿן הר־הרצל, אין דעם טייל פֿון די פֿאַרשטאָרבענע גרינדער און מנהיגים פֿון דער מדינה, מיט אַ פּאַסיקער מלוכישער צערעמאָניע.

טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

חיהלע אַש אין דער ״גרינע פֿעלדער״
אין דער אָפּהאַנדלונג פֿון דער ייִדישער אַקטריסע חיהלע אַש "ייִדיש טעאַטער אין רומעניע צווישן ביידע וועלט־מלחמות", וואָס טראָגט אויך אַן אויטאָביאָגראַפֿישן כאַראַקטער, שרײַבט זי:

"ווי אַ קינד פֿון ייִדישע שוישפּילער אין רומעניע, וואָס האָט דורכגעלעבט איר קינדהייט, אַרומוואַנדערנדיק אין פֿאַרשיידענע וואַנדער־טרופּעס איבער שטעט און שטעטלעך פֿון רומעניע, וויל איך בלויז איבערגעבן אַ צאָל עפּיזאָדן און זכרונות וועגן אַקטיאָרן פֿון רומעניע, וואָס זענען מער נישטאָ צווישן די לעבעדיקע, די וואָס זענען אומגעקומען אויף קידוש־השם אָדער אין די לאַגערן פֿון טראַנסניסטריע".

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואָס עס איז אַזוינס אַ זיגזאַג, איז פֿאַר אונדז אַלעמען קלאָר. אַנדערש איז אָבער זײַן "סטאַטוס" אין דער פּאָליטישער און אויך אין דער מיליטערישער סטראַטעגיע פֿון מנהיגים. דאָ איז נישט אַלע מאָל און נישט פֿאַר יעדן איינעם קלאָר די כּוונה: צי דינט דער זיגזאַג דער סטראַטעגיע פֿון "אָפּנאַרן, אָדער צעמישן און צעטומלען דעם פֿײַנט" — אָדער איז דאָס דווקא די "גלײַכע ליניע" פֿון די פּאָליטיקער און מלוכישע מנהיגים. מיר מיינען דאָ די מנהיגים וואָס האַנדלען ספּאָנטאַניש, אימפּראָוויזירט, און זענען אַליין נישט זיכער וווּהין די דאָזיקע ליניע וועט פֿירן און וואָס פֿאַראַ רעזולטאַטן זי וועט מיט זיך ברענגען.

געשיכטע

דעם 12טן יולי 1906 האָט מען דרײַפֿוסן ריינגעוואַשן פֿון יעדן פֿאַרדאַכט
הונדערט יאָר איז געוואָרן זינט די העכסטע יורידישע אינסטאַנץ פֿון פֿראַנקרײַך האָט, אין נאָמען פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿאָלק, זיך געשלאָגן על־חטא — און אַלפֿרעד דרײַפֿוס, דער ייִדישער קאַפּיטאַן — איז געוואָרן רעהאַביליטירט: ריינגעוואַשן פֿונעם בילבול. דער פֿײַערלעכער אַקט פֿון רעהאַביליטאַציע האָט אַ סוף געמאַכט צום יורידישן שווינדל, וואָס האָט צוועלף יאָר צײַט צעריסן די פֿראַנצויזישע געזעלשאַפֿט און אויפֿגערודערט די גאַנצע וועלט.