- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿײַערלעכע דערעפֿענונג פֿון דער װינטער-סעסיע פֿון דער כּנסת איז פֿאָרגעקומען הײַנטיקע װאָך — צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה, בײַ דער שטאַרק אָנזעעװדיקער אָפּװעזנהייט פֿון דעם ערשטן בירגער פֿון דער מדינה, דעם מדינה-פּרעזידענט. געװײנטלעך פֿלעגט דאָס שופֿר-בלאָזן מיטן אַרײַנקומען פֿון דעם מדינה-פּרעזידענט און דאָס דערעפֿענען דורך אים די סעסיע, צוגעבן אַ מאַיעסטעטישן כּבֿוד דעם פּאַרלאַמענט און אַ געװיסע פֿאַרביקייט דעם פֿײַערלעכן ריטואַל פֿון דער דערעפֿענונג.
נאָך אַ פּאָר חדשים אין בערגען־בעלזען בין איך אָפּגעפֿאָרן — מיט מײַן פֿרוי און איר מוטער, ליבע שמולאָוויטש — פֿון בערגען־בעלזען קיין מאַרסיי, און פֿון דאָרט מיט דער רומענישער שיף "טראַנסילוואַניאַ" — קיין ארץ־ישׂראל. מיר זענען געפֿאָרן אויף דאָקומענטן פֿון אַנדערע פּערזאָנען:
די נאָכוויינישן פֿון דער געקראַכטער סאָוועטישער אימפּעריע, וועלן נאָך, אַפּנים, לאַנג געבן וועגן זיך צו וויסן. די קאָנפֿליקטן צווישן באַזונדערע קלענערע רעפּובליקן מיט מאָסקווע אין דער פֿעדעראַציע גופֿא — איז אַ פּראָבלעם פֿאַר זיך אַליין; אַ צווייטע, מער קאָמפּליצירטע פּראָבלעם, איז פֿאַרבונדן מיט די איצט־אומאָפּהענגיקע לענדער, וואָס פֿריִער זײַנען זיי געווען אַ טייל פֿון דער קאָמוניסטישער אימפּעריע. עס גייט דאָ אַ רייד, קודם־כּל, וועגן אוקראַיִנע, גרוזיע, מאָלדאָווע. פֿון אַלע לײַדענישן און לײַדנשאַפֿטן, װאָס עס האָט איבערגעלאָזט נאָך זיך די צװײטע לבֿנונישע מלחמה, איז די שטאַרקסטע פֿון זיי — דער מנהיגים-סינדראָם, פֿון װעלכן עס לײַדט איצט די מדינה. לויט די אינערלעכע ראַנגלענישן, װאָס קומען פֿאָר אויפֿן פּאָליטישן און געזעלשאַפֿטלעכן פֿאָרום, און גאָר באַזונדערס, אין דער צװײטהערשנדיקער "עבֿודה", קאָן מען מײנען, אַז מדינת־ישׂראל איז געבענטשט מיט אַ שפֿע, ביז אַן עודף, פֿון פּאָטענציעלע אָדער גרייטװיליקע מנהיגים. פֿון די דורכגעפֿירטע פּובליק-טעסטן װײַזט זיך אָבער אַרויס, אַז װען עס קומט צום אויסװײלן צװישן זיי, איז קיינער נישט גענוג פּאָפּולער, כּדי צו װערן געקרוינט װי דער געװוּנטשענער מנהיג. רוקט דעריבער זיך אַרויס פֿון דאָס נײַ אויפֿן העכסטן שטאַפּל פֿון דעם לייטער דער קאַנדידאַט, װעלכער איז שוין צװײ מאָל פֿון אים געװאָרן אַראָפּגעשלײַדערט צוליב זײַן מנהיגישן דורכפֿאַל.
2. די נקמה דעם 29סטן יולי 1944 זענען מיר באַפֿרײַט געוואָרן דורך דער רויטער אַרמיי פֿונעם דײַטשישן יאָך און ווידער געאָטעמט ווי פֿרײַע מענטשן. וון די גאַנצע וועלט איז געשטאַנען פֿאַרן אַרויסגיין פֿון אַ פֿינצטערניש צו אַ נײַעם מאָרגן און זיך געגרייט צו פֿײַערן דעם גרויסן ניצחון, זענען מיר — מײַן ברודער און איך און אַנדערע באַפֿרײַטע ייִדן — געשטאַנען אַנטקעגן אַ ווירקלעכקייט פֿון צעשטערונג און ליידן, מאָרד און פֿאַרניכטונג. די קאָנצענטראַציע־לאַגערן זענען באַפֿרײַט געוואָרן און דאָס ייִדישע פֿאָלק איז געווען צווישן די זיגער, אָבער נישט צווישן די, וואָס האָבן געפֿײַערט.
"די בעסטע טובֿה װאָס אונדזערע רוסישע חבֿרים װאָלטן געקענט אונדז מאַכן, איז ניט אַרױסזאָגן זיך װעגן אונדז".
"דאָס איז אַ בוך ניט װעגן דעם װי די רוסן און די ייִדן האָבן געלעבט אין אײנעם אין משך פֿון 200 יאָר, דאָ װערט דערצײלט װי זײ האָבן געלעבט באַזונדער אױף אײן שטח".
אַלעקסאַנדער סאָלזשעניצין, אײנער פֿון די גרעסטע קעמפֿער מיטן סאָװעטישן רעזשים, האָט זיך אין די לעצטע יאָרן אָנגעהױבן צו פֿאַרנעמען מיט אַן אַנדער גורלדיקער, װי ער גלײבט, פּראָבלעם — די סיבות װאָס האָבן דערפֿירט צו דער אַנטשטײוּנג פֿון אָט דעם רעזשים. אין דעם בוך "200 יאָר אין אײנעם" טרעט ער אַרױס — לויט זײַן מיינונג — װי אַ היסטאָריקער, און קומט צום אױספֿיר, אַז אין אַ גרױסער מאָס זײַנען אין דעם שולדיק די ייִדן. זײַן אױספֿיר אַרגומענטירט ער מיט פֿילצאָליקע אױספֿירלעכע "היסטאָרישע מאַטעריאַלן", װעלכע ער שעפּט אָן פֿולע זשמעניעס אין די שריפֿטן פֿון אַנדערע באַקאַנטע אַנטיסעמיטן, באַשרײַבנדיק די 200־יאָריקע "באַציִונגען" צװישן דעם רוסישן פֿאָלק און די ייִדן אױף דעם ריזיקן שטח פֿון דער רוסישער אימפּעריע און שפּעטער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד.
גאַנץ קאַיאָר, דעם 22טן יוני 1941, האָט דײַטשלאַנד אַטאַקירט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. אַזוי ווי ליטע — שוין ווי אַ טייל פֿונעם לאַנד — האָט געגרענעצט מיט דײַטשלאַנד, איז זי די ערשטע באָמבאַרדירט געוואָרן. דעם 23סטן יוני האָט די דײַטשע אַרמיי אַריין מאַרשירט אין מײַן געבורטס־שטעטל סימנע און די מאַכט דאָרט איז איבערגעגאַנגען אין די הענט פֿון די פּראָ־דײַטשע נאַציאָנאַליסטן. די ייִדן אין סימנע האָבן ממשיך געווען צו לעבן אין אַ רעלאַטיווער רויִקייט. נישט געקוקט אויף דער זיגערישער רעדע פֿון דעם פּרעמיער אהוד אָלמערט בײַם סוף פֿון דער צװײטער לבֿנונישער מלחמה, איז שוין הײַנט פֿאַר קיינעם קיין ספֿק נישט, אַז זי איז געװען פֿון אַלע שטאַנדפּונקטן אַ שװערער דורכפֿאַל. סײַ פֿון מיליטערישן, סײַ פֿון פּאָליטישן און — אויך פֿון סאָציאַלן אַספּעקט. משה אַרענס, אַ געװעזענער זיכערהייטס-מיניסטער (פֿון "ליכּוד"), האָט דאָס באַצײכנט, אין אַן אַרטיקל הײַנטיקע װאָך אין "הארץ", װי אַ קאַטאַסטראָפֿע. פֿאַראַן ישׂראלים װאָס פֿאָרן אױף אַזעלכע ערטער, פֿון װעלכע עס איז שװער אַרױסצוקריכן מיטן לעבן. געװען צײַטן — אײדער מען האָט אונטערגעשריבן דעם שלום מיט ירדן — װען עס איז געװען אין דער מאָדע זיך אַרײַנצושמוגלען אַהין, כּדי באַזוכן און באַװוּנדערן פּעטראַ, די אַמאָליקע הױפּטשטאָט פֿון די נאַבאַטײער. געװען אױך אַזעלכע װאָס זענען געפֿאָרן מיט פֿרעמדע פּאַספּאָרטן אין כּלערלײ אַראַבישע מדינות. איצט דערװיסט מען זיך װעגן ישׂראלים װאָס שרעקן זיך נישט צו פֿאָרן קײן איראַן. פֿאַר װאָס טוען זײ דאָס? הלמאַי פֿאָרן זײ אַהין? מען איז דאָך אײַנגעשטעלט מיטן לעבן. װײסן זײ נישט, אַז די איראַנער זענען אונדזערע גרעסטע שׂונאים און װילן "אױסמעקן ישׂראל פֿון דער מאַפּע..?" עס איז שױן אַן אײַנגעשטעלטע טראַדיציע פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ, זיך צו טרעפֿן, אין אײנעם פֿון די טעג פֿאַר ראָש־השנה, מיט זײַנע הונדערטער ידידים־פֿרײַנד, פֿאַר אַ הרמת־כּוסית, הײבן אַ כּוס און זיך װינטשן אײנער דעם צװײטן אַ לחײם, אַ גוט־יאָר, אַ שנה־טובֿה. |