- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער רעזולטאַט פֿון דעם באַזוך, וועלכן די סטייט-סעקרעטאַרין קאָנדאָליזאַ רײַס האָט אָפּגעשטאַט אין ירושלים, איז געווען ענלעך צום רעזולטאַט פֿון דעם שטאַרק רעקלאַמירטן פֿאַרמעסט צווישן די פֿוטבאָל-רעפּרעזענטאַנצן פֿון ישׂראל און ענגלאַנד, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער וואָך אויף דעם פֿוטבאָל-סטאַדיאָן אין רמת־גן. דער רעזולטאַט פֿון 0:0 איז געווען אַ דערוואַרטער, כּמעט אַפֿילו אַ פֿאַרלאַנגטער, און דאָך — אַנטוישנדיק. אַזוי אויפֿן פֿוטבאָל-סטאַדיאָן און אַזוי אויך אין דער פּאָליטיק אויפן מיטעלן אָריענט.
"פּאָעטן און בעטלער, מוזיקאַנטן און נבֿיאים, זעלנער און שווינדלער, מיר, קינדער פֿון דער האַרבער רעאַליטעט, נייטיקן זיך כּמעט נישט אין עפּעס אַ דמיון, ווײַל אונדזער גרעסטע שוועריקייט איז — מיר האָבן קיין מיטלען ניט אויף צו מאַכן אונדזער לעבן אַ ביסל מער גלייבווירדיקער".
ביז הײַנט צו טאָג איז נאָך אַלץ ניטאָ אין חינוך־מיניסטעריום פֿון מדינת־ישׂראל אַ פֿאָרמעלע, איינהייטלעכע לערן־פּראָגראַם, פֿאַר דעם לימוד פֿון אונדזער חורבן און דעם אומקום פֿון דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. דער פֿאַרלוסט פֿאַר אונדזער פֿאָלק איז אומגעהײַער גרויס, און די וווּנדן זענען נאָך טיף און אומהיילבאַר. אַנאַבעלאַ איז אַ באַקאַנטער נאָמען אויף דער ייִדישער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. איר בינע־טעטיקייט דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף צוויי פּעריאָדן — איין תּקופֿה אין רומעניע, שפּעטער אין ישׂראל אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטערס, און די צווייטע תּקופֿה, אפֿשר די וויכטיקסטע — אין "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ אין די לעצטע 15 יאָר. אַנאַבעלאַ, אָדער ווי איר ריכטיקער נאָמען — חנה־בלימע קעלנער, איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער גרויסער חלום פֿון ישׂראל איז צו דערגיין צו אַ שלום מיט אַלע אירע אַראַבישע שכנים, נאָכדעם ווי זי האָט עס שוין דערגרייכט מיט צוויי לענדער — עגיפּטן און יאָרדאַניע. טאַקע אַ ביסל אַ קאַלטער שלום, אָבער פֿאָרט אַ שלום. הלוואי מיט אַלע אַנדערע דאָס זעלבע. נאָכן אָפּמאַך אין מעקאַ, סאַודיע, צווישן "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס", ווערט אַ סך געשריבן וועגן אַן עווענטועלן שלום צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. בלויז געציילטע שעהן האָט עס גענומען בײַם פּרעמיער און בײַ דער רעגירונג פֿון מדינת־ישׂראל צו באַשליסן אַרויסצוגיין אין דער מלחמה קעגן "כעזבאָלאַ" און אָנצוגרײַפֿן לבֿנון. עס האָט אָבער גענומען 34 טעג פֿון בלוטיקע שלאַכטן, מיט 166 ישׂראלדיקע הרוגים און הונדערטער פֿאַרוווּנדיקטע, ווי אויך אַ סך אַ גרעסערע צאָל הרוגים בײַם פֿײַנט, מיר דערנענטערן זיך שוין צום יום־טובֿ פּסח און די הכנות זענען שוין אין פֿולן שוווּנג. דורות לאַנג האָט ער אונדז אָנגעפֿילט מיט אַ געפֿיל פֿון פֿרייד און דערוואַרטונג, סײַ צוליב דעם אָנקום, נאָך דעם קאַלטן, טריבן און פֿראָסטיקן ווינטער, פֿון די וואַרעמע אָנגענעמע פֿרילינג־טעג, און סײַ צוליב די רוחניותדיקע, גײַסטיקע עלעמענטן, צוזאַמען מיט די גשמיותדיקע ריחות פֿון די באַטעמטע פּאָטראַוועס, וואָס ער ברענגט אין אונדזער יערלעכן, טאָג־טעגלעכן קאַלענדאַר. מיט יוסף ראַבינען האָבן מיר זיך געקענט ניט איין צענדליק יאָר. אין משך, קאָן מען זאָגן, פֿון אַן אַנדער עפּאָכע האָב איך געדרוקט אויף דער מאַשינקע זײַנע ווערק. אונדז איז אויסגעקומען אין איינעם איבערלעבן גענוג געשעענישן, וועלכע זײַנען פֿאָרגעקומען פֿאַר דער צײַט פֿון אונדזער באַקאַנטשאַפֿט. אין "פֿאָרווערטס" האָב איך איבערגעלייענט מישע לעווס זייער אינטערעסאַנטע דערמאָנונגען וועגן יוסף ראַבינען. עס האָט מיר ממש פֿאַרקלעמט דאָס האַרץ, דערמאָנענדיק זיך וועגן דעם טײַערן, געטרײַען, באַוווּסטן שרײַבער יוסף ראַבין. דאָס קעפּל פֿון דעם איצטיקן אַרטיקל איז נישט אָריגינעל מײַנער און איך גלייב נישט, אַז איך וואָלט עס גענוצט פֿריִער, ווײַל מיט אַרום דרײַסיק יאָר צוריק האָב איך געהאַט אַ זייער גוטע מיינונג וועגן דזשימי קאַרטער. איך בין געווען אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע אין די טעג פֿון די קעמפּ דייוויד אָפּמאַכן און דעם ישׂראל־עגיפּטישן שלום, אין וועלכן פּרעזידענט קאַרטער האָט געשפּילט אַ וויכטיקע און פּאָזיטיווע ראָלע. איך שטיי בײַ דער קאַסע אינעם "פֿוד עמפּאָריום" סופּערמאַרק, און וואַרט צו באַצאָלן. די יונגע קאַסירערין אַרבעט פֿלינק. אָבער דערנאָך, ווען זי עפֿנט דאָס מויל מיר צו זאָגן דעם פּרײַז, דערזע איך אויף דער צונג אַ זילבערדיק צונג־רינגל. נישט ווילנדיק, רופֿט עס אַרויס אין מיר אַ מיגל. ערשט דעמאָלט באַמערק איך אויך אַ צווייט רינגל אויף דער לינקער ברעם, און אַ דריטס אויפֿן פּופּיק, וואָס ווינקט אַרויס אונטער איר קורץ העמדל. אינעם אַקטיאָרן־פּערסאָנאַל פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרנעמט מאָניקאַ אַ באַזונדערן, חשובֿן פּלאַץ. מאָניקאַ באַזיצט אייניקע אייגנשאַפֿטן און מעלות וואָס שטרײַכן אונטער איר קינסטלערישע פּערזענלעכקייט ווי אַן אַקטריסע און זינגערין. זי איז זייער אַ שיינע און רעפּרעזענטאַטיווע פֿרוי, זי האָט אַ גלענצנדיקע, גוט־אויסגעשולטע שטימע, אַ פּרעכטיקע דיקציע, און, ווי זאָגט מען עס בײַ אונדז, ייִדן — "אַ מויד, אַ ברען". אַן אימפּאָזאַנטער, מ'וואָלט געקאָנט אַפֿילו צוגעבן, אַן אומפֿאַרגעסלעכער קולטורעל־מוזיקאַלישער אָוונט איז אַנומלט פֿאָרגעקומען אין "עינבֿ"־זאַל, אין סאַמע צענטער פֿון תּל־אָבֿיבֿ. צום ערשטן מאָל האָט דער צושויער אינעם פֿולגעפּאַקטן זאַל געהאַט די געלעגנהייט אויסצוהערן די קאָנטאַטע "אין מלכות פֿון צלם", געשאַפֿן דורכן קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי, אינספּירירט פֿון דער פּאָעמע מיטן זעלבן נאָמען, "אין מלכות פֿון צלם", פֿון דיכטער אורי־צבֿי גרינבערג (אצ"ג). |