- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין הײַיאָריקן חודש יולי ווערן דערמאָנט אין ישׂראל צוויי זייער וויכטיקע געשעענישן. דעם 4טן יולי וועט ווערן 31 יאָר זינט דער ענטעבע־אָפּעראַציע. 8 טעג שפּעטער, דעם 12טן יולי, וועט ווערן אַ יאָר זינט דער צווייטער לבֿנון־מלחמה. דער הויפּט־אויספֿירער פֿון ביידע אָפּעראַציעס איז געווען די אַרמיי פֿון מדינת־ישׂראל — צה״ל, צבֿא ההגנה לישׂראל. אָבער וואָס פֿאַר אַן אונטערשייד צווישן זייערע רעזולטאַטן! די ערשטע — אַ לעגענדאַרער דערפֿאָלג, און די צווייטע — אַ פּײַנפֿולער דורכפֿאַל.
גרעסערע און קלענערע אימפּרעזעס און אונטערנעמונגען גייען נאָך אַלץ אָן אין ישׂראל אין שײַכות מיט דער דאַטע פֿון 40 יאָר זינט דער זעקסטאָגיקער מלחמה און דער באַפֿרײַונג פֿון דער עיר־העתּיקה — די אַלט־שטאָט פֿון ירושלים. לויט דעם באַשלוס פֿון דער רעגירונג, וועלן די דאָזיקע פֿײַערונגען זיך ציִען ביז דעם קומענדיקן יאָר, ווען מדינת־ישׂראל וועט אָפּמערקן דאָס 60סטע יאָר פֿון איר זעלבשטענדיקייט אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם. ישׂראל האָט ליב צו פֿײַערן קײַלעכדיקע היסטאָרישע ציפֿערן, וואָס צייכענען אָפּ געוויסע געשעענישן אין איר ווײַטער און נאָענטער געשיכטע. שטיל און באַשיידן איז געקומען אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור מישע לעוו. ער איז געווען יענער גליקלעכער שרײַבער, וואָס איז גלײַך אָנערקענט געוואָרן, נישט געקוקט אויף דער "אומגעוויינטלעכקייט" פֿונעם זשאַנער און פֿון דער דערציילערישער פֿאָרעם. און דאָס דערקלערט זיך, נאַטירלעך, מיט דער מײַסטערשאַפֿט פֿונעם שרײַבער אין אָט דעם זשאַנער. פֿון וואַנען נעמט זיך מײַן פֿאַמיליע, וואָס באַטײַט מײַן נאָמען? — אַזעלכע פֿראַגעס שטעלט זיך יעדער מענטש, כאָטש איין מאָל אין לעבן, ווײַל עס איז דאָך אַ נאַטירלעכע זאַך, בעסער צו פֿאַרשטיין זיך אַליין, די אייגענע שורשים, די פֿאַרבינדונג מיט די אָבֿות, וואָס האָבן אַזאַ אויסווירקונג אויפֿן כאַראַקטער און דעם גורל פֿון אַ מענטשן. די געשיכטע פֿון די ייִדישע נעמען און פֿאַמיליעס איז גענוג אַ דראַמאַטישע און שפּיגלט אָפּ אונדזער אייביקן קאַמף פֿאַר נאַציאָנאַלער עקזיסטענץ און אידענטיטעט. די גיכקייט, מיט וועלכער עס בײַט זיך דער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח, איז שווער צוצופּאַסן צו אַ וואָכן־צײַטונג. דער "הײַנט" ווערט דאָרט פֿאַרוואַנדלט אינעם "נעכטן", נאָך איידער עס גייען אויס די 24 שעה פֿון אַ מעת־לעת. בשעתן שרײַבן דעם אַרטיקל, איז שווער געווען זיך פֿאָרצושטעלן, אַז ביז ער וועט אָנקומען אין רעדאַקציע (מיט דער בליץ־פּאָסט), וועט ער שוין אויסזען פֿאַרעלטערט. פֿונדעסטוועגן, זײַנען פֿאַראַן וויכטיקע פּונקטן אין דער מאָדערנער געשיכטע פֿון מיטעלן מיזרח, ס'איז זיכער נישט איבערגעטריבן זיך צו באַציִען צו "די כּתובה" ווי צו אַ קלאַסישער קאָמעדיע. צום וויפֿלטן מאָל האָט מען זי שוין אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז, פֿאַרבלײַבט די פּיעסע פֿאַרווײַלנדיק און עפֿעקטיוו ווי געווען. און וואָס הייסט קלאַסיש, אויב טאַקע נישט אָט די מעגלעכקייט איבערצוחזרן די זעלבע סיטואַציעס און אַרויסרופֿן ווידער אַ געשמאַקן געלעכטער בײַם צושויער, ווי ער וואָלט עס געזען צום ערשטן מאָל? אפֿרים קישון האָט די דאָזיקע קאָמעדיע געשאַפֿן אין די 60ער יאָרן פֿון פֿאַרגאַנגענעם י"ה, דער מנהיגים-קריזיס אין מדינת־ישׂראל האָט הײַנטיקע וואָך אויסגעוויילט און געקרוינט צוויי נײַע מנהיגים, וועלכע זי האָט אַרויסגעפֿאַנגען פֿון איר אַלטן מנהיגים-אַרסענאַל. ביידע האָבן זיי געטראָגן אויף זיך דעם שטעמפּל פֿון "לוזערס" — פֿאַרלירערס, און זענען ביידע, איין טאָג נאָך דעם אַנדערן, געקרוינט געוואָרן מיטן נצחון אין זייערע צוויי פֿאַרמעסטן פֿאַר דעם חסד און צוטרוי פֿונעם פֿאָלק: אהוד ברק צום צווייטן מאָל ווי דער פֿאָרזיצער פֿון "עבֿודה" און מיניסטער פֿאַר זיכערהייט, און — שמעון פּערעס נאָך אַ פּאָליטישער קאַריערע פֿון קרובֿ פֿינף יאָרצענדליקער און נאָך אַכט וואַל-פֿאַרלוסטן, ווי דער 9טער נשׂיא פֿון מדינת־ישׂראל, אויפֿן אָרט פֿון דעם טרויעריק־קאָמפּראָמיטירטן מדינה־פּרעזידענט משה קצבֿ. מיטוואָך, דעם 6טן יוני, האָט זיך געעפֿנט דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס וועט זיך אָפֿיציעל שליסן דעם 16טן דעם חודש. אין געוויסע פּלעצער אין לאַנד וועט עס זיך ציִען ביזן סוף פֿון דעם חודש. דער ערשטער ביכער־יריד איז פֿאָרגעקומען מיט 46 יאָר צוריק. פֿון אָנהייב איז עס געווען אויף אַ קליינעם און באַשיידענעם אופֿן. מיט דער צײַט האָט זיך עס אַנטוויקלט אין אַן אַלגעמיינער גרויסער יערלעכער קולטור־אימפּרעזע אין איבער 50 שטעט און ייִשובֿים אין לאַנד. פֿיר ברידער זענען זיי געווען — זיגמונט, יאָנאַס, מאַרק און יצחק טורקאָוו. זיי זענען אַלע באַקאַנט ווי די דינאַסטיע טורקאָוו. זיגמונט, יאָנאַס און יצחק זענען געווען אַקטיאָרן־אינטעלעקטואַלן, שרײַבער און טעאַטער־פֿאָרשער, אויך רעזשיסאָרן. איינער פֿון זיי, מאַרק, האָט זיך באַזעצט אין אַרגענטינע און דאָרט זיך באַשעפֿטיקט מיט פֿאָרשן די ייִדישע געשיכטע. ער האָט געאַרבעט אין אַרגענטינער "ייִוואָ" און פֿאַרעפֿנטלעכט אייניקע היסטאָרישע ווערק. יצחק טורקאָוו, וועלכער איז באַקאַנט אונטערן נאָמען יצחק טורקאָוו־גרודבערג, דער ייִנגסטער פֿון זיי, איז געווען סײַ אַקטיאָר, סײַ רעזשיסאָר, מחבר פֿון דראַמאַטישע ווערק, איבערזעצער, און איז פֿרי אַוועק אין דער אייביקייט. פֿאַרוואָס האָט מען אים גערופֿן טורקאָוו־גרודבערג? היות דרײַ ברידער זענען געווען אַקטיאָרן האָט ער זיך צוגעטראַכט אַ פּסעוודאָנים "גרודבערג". אַזעלכע דערשײַנונגען האָבן מיר אין דער ייִדישער קולטור־וועלט. נישט אַלע ווייסן, אַז אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַן אינסטיטוציע, וווּ מען קאָן פֿאַרברענגען עטלעכע שעה אין טאָג — רעדן, הערן און געניסן פֿון די קלאַנגען פֿון ייִדיש. פֿאַר אונדז איז עס געווען אַ פֿריידיקע איבערלעבונג. די דאָזיקע אינסטיטוציע איז — דער "בית שלום־עליכם", וואָס געפֿינט זיך אין האַרץ פֿון תּל־אָבֿיבֿ. אין איינוועגס האָבן מיר געהאַט אַן אינטערעסאַנטן שמועס מיטן דירעקטאָר, פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן, וועלכער האָט אונדז איבערגעגעבן אַ באַריכט וועגן דעם, וואָס עס קומט דאָרט פֿאָר, צווישן די פֿיר ווענט פֿונעם "שלום־עליכם־הויז", אין אַ ריי אוניווערסיטעטן און אַנדערע אינסטיטוציעס, אין וועלכע מען לערנט נישט בלויז ייִדיש, נאָר אויך ייִ אין דער סיני־מלחמה אין אָקטאָבער 1956 האָט ישׂראל געהאַט אַ קאָלאָסאַלן מיליטערישן זיג. אָבער ישׂראלס מיליטערישע דערגרייכונגען אין דער דאָזיקער מלחמה זענען איבערגעגעבן געוואָרן אין די הענט פֿון דער "יו־ען": אָנשטאָט ישׂראלדיקע סאָלדאַטן, האָבן די אָקופּירטע שטחים פֿאַרנומען פּאָזיציעס סאָלדאַטן פֿון דער "יו־ען", וועלכע האָבן אַזוי אַרום געשאַפֿן אַ מחיצה צווישן ישׂראל און עגיפּטן. |