- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי באַקאַנט, האָט דער פּאַלעסטינער טעראָר זיך אָנגעהויבן אויף מאָרגן נאָכן באַשלוס פֿון דער "יו־ען", דעם 29סטן נאָוועמבער 1947, און אין די 1950ער יאָרן האָט ער געבראַכט צו דער סיני־מלחמה. דער טעראָר האָט זיך געשטאַרקט נאָך מער נאָך ישׂראלס גרויסן נצחון אין דער זעקס־טאָגיקע מלחמה. דאַן האָבן זיך אָנגעהויבן די פֿאַרכאַפּענישן פֿון עראָפּלאַנען און טעראָר־אַקטן קעגן די ישׂראלים אין אויסלאַנד; אַרײַנדרינגונגען אין ישׂראל פֿון די פּליטים־לאַגערן אין יאָרדאַניע און טעראָר־אַקטיוויטעטן פֿון לאָקאַלע פּאַלעסטינער אין די אָקופּירטע שטחים — דעמאָנסטראַציעס, שטרײַקן און ברוטאַלע טומלען. די פּאָליטישע אַנטוויקלונגען אין די לעצטע טעג באַשטעטיקן צום וויפֿלסטן מאָל דאָס אַלט באַקאַנטע ווערטל, אַז ווי עס קריסטלט זיך, אַזוי ייִדלט זיך. זיי קענען אויך דינען ווי אַ בולטער מוסטער פֿון דער זיך שטאַרקנדיקער אַמעריקאַניזאַציע פֿון ישׂראל. אין איר פּאָליטישן סך־הכּל פֿון דעם אָפּגעלאָפֿענעם יאָר און ערבֿ דעם וויזיט פֿון פּרעזידענט בוש הײַנטיקע וואָך אין ירושלים, האָט די ישׂראלדיקע פּרעסע אָנגעוויזן דערויף, אַז פֿאַר ירושלים שײַנט פּרעזידענט בוש צו זײַן אַ מעכטיקער מנהיג, וואָס נאָר ער קען אויפֿטײַען דעם פּאָליטישן פּראָצעס פֿון זײַן פֿאַרפֿרירונג און "מאַכן אָרדענונג" אין דעם ראַיאָן. דאַקעגן אין חוץ לארץ, דערונטער אין אַמעריקע, זעט מען אים שוין ווי אַ "לאָמע גאַנדז" (אָדער אַ "הינקענדיקע קאַטשקע"), וואָס מען איז זיך שוין נישט נתפּעל פֿון זײַנע דעציזיעס,
איר, וואָס איר לעבט פֿאַרזיכערט
מיט איבער אַ חודש צוריק, דעם 29סטן נאָוועמבער, האָט ישׂראל געפֿײַערט 60 יאָר זינט די "יו־ען" האָט באַשלאָסן צו רעקאָמענדירן צו שאַפֿן אַ ייִדישע מדינה אין ארץ־ישׂראל. איך פּערזענלעך בין אין יענעם טאָג געפֿאָרן מיט מײַן פֿרוי פֿרידע פֿון מינכן, די אַמעריקאַנער אָקופּאַציע־זאָנע אין דײַטשלאַנד, קיין בערגען־בעלזען, אין דער ענגלישער זאָנע; ווי אומלעגאַלע עמיגראַנטן זײַנען מיר געווען אויפֿן וועג קיין ארץ־ישׂראל. וואָרצלדיקע ישׂראל־מאָטיוון זײַנען דער עיקר אין דער פֿאָרשטעלונג פֿון אַמנון לוי און רמי דנון "גפֿן בלאדי" (אויטענטישער ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ), אויפֿגעפֿירט אין קאַמרי־טעאַטער, אין תּל־אָבֿיבֿ. וואָס קאָן שוין זײַן מער ישׂראליש ווי אַוועקצושטעלן אויף דער בינע די אָפּהאַנדלונג אין האַרץ פֿון נגבֿ; אויסווײַלן ווי אַ העלד פֿון דער פּיעסע אַ ישׂראלדיקן נגבֿ־אײַנוווינער, אַן אידעאַליסט, שאָול בערגער, וואָס שטרעבט ווידער דערפֿירן צום אויפֿבלי פֿון דעם אוראַלטן ארץ־ישׂראלדיקן ווײַנטרויבן־פֿלאַנץ, פֿון וועלכן עס האָט געטריפֿן דער ווײַן פֿאַר די כּהנים און פֿאַר די בויערס פֿון בית־המיקדש; אין די קרובֿ זעכציק יאָר פֿון איר מלוכישער עקזיסטענץ איז דאָס וואַרטן און אויסוואַרטן געוואָרן איינער פֿון די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון דעם ישׂראלדיקן שטייגער. אָנהייבנדיק פֿון דעם אייביקן ביאת-המשיח — ביז צום קורצווײַליקן וויזיט פֿון דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט בוש און דערנאָך אויף ווינאָגראַדן — דעם פּרעזידענט פֿון דער קאָמיסיע וואָס פֿאָרשט די דורכפֿאַלן פֿון דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, דעם ריכטער ד"ר אליהו ווינאָגראָד: ווער עס וואַרט אויף משיחן, ווער אויף דעם שלום, מען וואַרט אויף דער באַפֿרײַונג פֿון די דרײַ פֿאַרכאַפּטע סאָלדאַטן; מע וואַרט, אַז די מנהיגים זאָלן פֿאַרווירקלעכן זייערע צוזאָגענישן, מיט וועלכע זיי זענען געקומען צו דער מאַכט, און ווער עס וואַרט אויף סתּם אַ נס (כאָטש מען זאָגט, אַז אַלע נסים האָבן זיך שוין בײַ אונדז אויסגעלאָזט). נאָך דער יום־כּיפּור מלחמה, מיט איבער 34 יאָר צוריק, איז געשאַפֿן געוואָרן די אַגראַנאַט־קאָמיסיע, אויסצופֿאָרשן די דורכפֿאַלן פֿון דער מלחמה. אינעם באַריכט, וואָס די קאָמיסיע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט, האָט זי אַרויפֿגעלייגט די הויפּט־שולד פֿאַר די דורכפֿאַלן אויפֿן קאָמאַנדיר פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, און אויפֿן הויפּט פֿון דער אַרמיי אויסשפּירונגס־דינסט, גענעראַל אלי זעיראַ. ס'איז פֿרײַטיק, אַן אָפּרו־טאָג, און דערפֿאַר איז דער וועג פֿרײַ, ווי ער וואָלט נאָר אויף אונדז אַרויסגעקוקט. דאָס פֿרישע פֿרימאָרגן־ליכט האָט ערשט גענומען אויסטיילן דעם אַרום פֿון דער פֿינצטערניש און מיר טרעפֿן אָן אויף אַ גרופּע ישיבֿה־בחורים. ווי עס פֿירט זיך, זײַנען זיי אָנגעטאָן אין שוואַרצע, יום־טובֿדיקע מלבושים. אויב אורטיילן לויט זייער גאַנג און באַזונדערס ווי זיי זײַנען שטיפֿעריש זיך פֿאַרגאַנגען אין אַ הילכיק געלעכטער, לאָזט זיך מיינען, אַז זיי זײַנען אויסגעקנאָטן ניט נאָר פֿון ישיבֿה־טייג. צי קען אַ מענטש ענדערן זײַן כאַראַקטער? דאָס איז אַן ענין פֿאַר פּסיכאָלאָגן, און אויך זיי זענען נישט געאייניקט אין דעם ענין. אָבער וואָס שייך די מנהיגים פֿון דער מדינה, איז דאָס שוין געוואָרן אַ פּאָליטישע פֿראַגע, וואָס דער ענטפֿער אויף איר איז לרובֿ אויך אָפּהענגיק פֿון יעדן איינעמס פּאָליטישער אײַנשטעלונג. גאָר באַזונדערס איז דאָס געקומען צום אויסדרוק נאָכן אויסוואַל פֿון אריאל שרונען ווי דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל און נאָך אים — מיטן צוריקקערן זיך פֿון אהור ברקן אויף דער פּאָליטישער אַרענע, כּדי פֿון דאָס נײַ צו דעראָבערן די מאַכט. אונדערע דירות זײַנען הײַנט פֿול מיט באַקוועמלעכקייטן. מיט יעדן יאָר קומען צו נאָך בעסערע, אָבער ווי נאָר אַ מעגלעכקייט, לאָזט מען זיך פֿײַל־אויסן־בויגן וואָגלען ווי פֿויגלען אָן אַ נעסט. מען איז גרייט גובֿר צו זײַן ניט איין מלוכה־גרענעץ, אַבי זיך פֿאַרקלײַבן וואָס ווײַטער פֿון דער היים, פֿון נאָענטע און באַקאַנטע. כ'האָב קיין מאָל נישט געהערט פֿון אַזאַ אָפּערע. זיכער, אַז ס'איז פֿון ראָסיני? מ'וואָלט עס געדאַרפֿט אויספֿאָרשן. מ'וואָלט נאָך געקאָנט ווײַטער פֿאָרזעצן און פֿרעגן, צי ס'איז יאָ פֿאַראַן, צי ס'איז נישט פֿאַראַן אַזאַ אָפּערע בײַ ראָסיני, אָבער אונדזער אָפּערע־פֿאַרוואַלטונג האָט געמאַכט אַ סוף צו דער דיסקוסיע. זי האָט באַשלאָסן אויפֿצופֿירן "די רײַזע קיין ריימס" ווי דעם ערשטן טיטל פֿון סעזאָן. און אָט האָט איר אַ פֿאַרטיקע אָפּערע מיט אַלע פּיטשעווקעס, מ'דאַרף בלויז קויפֿן דעם בילעט און גיין עס זען. די פּרעמיערע-פֿאָרשטעלונג אין אַנאַפּאָליס האָט איבערגעשטיגן אַלע פּעסימיסטישע דערוואַרטונגען. דאָס איז געווען אַן אַמעריקאַנער ספּעקטאַקל פֿון גרויסן פֿאַרנעם, אַ גרויסער דערפֿאָלג פֿון זײַן אימפּרעסאַריאָ, דעם פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש. און אין צענטער — דער גלענצנדיקער אויפֿטריט פֿון אהוד אָלמערט, דעם פּרעמיער־מיניסטער פֿון ישׂראל, ווי דער הויפּט-סטאַר, וועמען די אויסערן-מיניסטאָרן פֿון כּמעט אַלע אַראַבישע לענדער האָבן פֿאַרגינעריש אַפּלאָדירט, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון די קרובֿ זעכציק יאָר מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט אַלע פֿאַרבעטענע געסט צום ספּעקטאַקל. |