- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אינטערוויו מיט "בני־עקיבֿא", "עזרא" און "אַריאל" "רבי עקיבֿא איז געווען און געבליבן ווי אַ סימבאָל פֿאַר דער יוגנט, סײַ אין ישׂראל, סײַ אין דער וועלט, מחמת זײַן מסירות־נפֿש פֿאַר תּורת־ישׂראל און קאַמף פֿאַר ייִדישער זעלבשטענדיקייט". אַזוי האָט אונדז געזאָגט זאבֿ שוואַרץ, גענעראַל־סעקרעטאַר פֿון דער אַלוועלטלעכער "בני־עקיבֿא"־אָרגאַניזאַציע, בעתן אינטערוויו אין "בית־מאיר" אויף דער קינג דזשאָרדזש־גאַס אין ירושלים. דער ייִדישער וועזן פֿון מדינת־ישׂראל איז אַ וויכטיקער און בכּבֿודיקער פֿאַקטאָר בײַם פֿאָרמירן איר אויסערן־פּאָליטיק. עס האַנדלט זיך סײַ וועגן דעם בונד צווישן ישׂראל און דעם ייִדנטום און זייער קעגנזײַטיקער שטיצע, סײַ וועגן דער השפּעה פֿון דער ייִדישער געשיכטע און איר ירושה אויף די וויכטיקע פּראָבלעמען אין דער אויסערן־פּאָליטיק; און סײַ וועגן דעם אויסזען פֿון דער מדינה, וואָס עס שאַפֿט דער דאָזיקער בונד בײַ די פֿעלקער פֿון דער וועלט, און די ווירקונג וואָס דאָס האָט אויפֿן צוגאַנג פֿון די דאָזיקע פֿעלקער אין זייער באַציִונג צו ישׂראל. אין די סאַמע ברויזנדיקע טעג פֿון דער מערדערישער טעראָר־שחיטה אין דער ישיבה "מרכּז־הרבֿ" און ווען מדינת־ישׂראל איז, צוזאַמען מיט דער גאַנצער וועלט, געוואָרן אַרײַנגעווירכלט אינעם קעסל־גרוב פֿון דעם עקאָנאָמישן קריזיס — דעם ערשטן גרויסן וועלט־קריזיס אין די ראַמען פֿון דער גלאָבאַליזאַציע — גראָד אין די דאָזיקע טעג פֿון שפּאַנונג האָט פּלוצעם אויפֿגעפֿלאַקערט און, קענטיק, זיך גאָר גיך פֿאַרלאָשן, לאַנגע און פּרטימדיקע צוגרייטונגען זענען געמאַכט געוואָרן פֿאַר דער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דער טעמע "די אַשכּנזים", וואָס איז פֿאָרגעקומען אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט דעם 27סטן און 28סטן פֿעברואַר. די דאָזיקע קאָנפֿערענץ איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ בשותּפֿותדיקער צוזאַמענאַרבעט צווישן לייוויק־הויז און דעם אינסטיטוט פֿאַר פֿאָרשן דעם ציוניזם און ישׂראל א"נ פֿון חיים ווייצמאַן, בראָש מיטן פּראָפֿ' אַניטאַ שפּיראָ, וועלכע וועט דעם יאָר באַקומען דעם ישׂראל־פּרײַז, די סאַמע העכסטע אָנערקענונג פֿאַר פּערזענלעכקייטן און זייער באַשטײַערונג פֿאַר מדינת־ישׂראל, וואָס ווערט פֿאַרטיילט אין "יום־העצמאות". אינטערוויו מיט הרבֿ ירחמיאל ווײַס, דירעקטאָר פֿון דער “מרכּז־הרבֿ"־ישיבֿה. דעם אַרטיקל האָט אונדזער קאָרעספּאָנדענט צוגעשיקט אין רעדאַקציע עטלעכע טעג פֿאַר דעם, ווי אין דער ישיבה “מרכּז־הרבֿ" איז געשען די בלוטיקע שחיטה, וועגן וועלכער עס שרײַבט פֿון ירושלים מרדכי דוניץ. בעת אונדזער אויפֿגאַבע צו שרײַבן וועגן דעם רעליגיעזן לעבן אין ישׂראל, האָבן מיר נישט געקאָנט פֿעסטשטעלן גענוי וויפֿל ישיבֿות עס זענען בײַ אונדז פֿאַראַן. געווען אַזעלכע וואָס האָבן געזאָגט — טויזנטער, נאָר מיר האָבן געענטפֿערט, אַז דאָס שײַנט צו זײַן איבערגעטריבן. ווי אָנגעהעריקע צו דער דריטער וועלט, ווערן באַטראַכט די לענדער פֿון אַפֿריקע, אַזיע (אַחוץ יאַפּאַן, וועלכע געהערט צו די 8 רײַכסטע לענדער אויף דער וועלט) און דרום (לאַטײַן)־אַמעריקע. איך דערמאָן זיך גוט, אַז ווען איך בין אין יאַנואַר 1959 צוריקגעקומען קיין ירושלים פֿון מײַן שליחות ווי דער ערשטער סעקרעטאַר אין דער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדע אין לימאַ, פּערו, האָב איך דערוואַרט מען זאָל מיר געבן אַ שטעלע אין דער לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטיילונג פֿונעם אויסערן־מיניסטעריום. אין די ערשטע נײַנצן יאָר ביז דער זעקס־טאָגיקער מלחמה איז מדינת־ישׂראל באַטראַכט געוואָרן אויף דער וועלט, ווי דוד קעגן גליתן. דאַקעגן, אין אָנבליק פֿון דעם פֿאַרמעסט מיטן טעראָר פֿון די אַזוי־גערופֿענע "פֿעדאַין"־לײַט, האָט דער פּרעמיער לוי אשכּול באַצייכנט ישׂראל, מיט איר זיגנדיקן מיליטערישן כּוח, ווי — "דער נעבעכדיקער שמשון". אין אַזאַ צושטאַנד געפֿינט זיך איצט מדינת־ישׂראל אין אָנבליק פֿון דעם "כאַמאַסישן" ראַקעטן־טעראָר אין מערץ 2008. I דעם 6 מאַרץ 2008 איז דובֿ־בער קערלער געוואָרן אַ בן־חמישים. 50 יאָר זענען פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער בכלל, און פֿאַר אַ פֿאָרשער אין געביט פֿון ייִדיש בפֿרט — יוגנט־יאָרן. ער איז גבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, ווען אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנדן האָט געהערשט די כרושטשאָווער "אָדליגע". זײַן טאַטע, דער דיכטער יוסף קערלער, האָט זיך שוין געהאַט אומגעקערט פֿון די סטאַלין־לאַגערן (1955), און איז אַלט געווען 40 יאָר. מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן זײַן פֿרייד, זײַן באגײַסטערונג, ווען בײַ אים איז געבוירן געוואָרן אַ ייִנגעלע. טאַקע אין גיכן שרײַבט ער אָן פֿאַר זײַן בן־יחיד אַ וויגליד. נאָכן איבערגעבן דאַלעסן די "נאָטע", האָט אַבא אבֿן צוגעגעבן מינדלעך, אַז אַ פֿאַרבינדונג פֿון ישׂראל מיט "נאַטאָ" וואָלט געווען אַ פּאַסיקער פֿאָרשריט. ישׂראל האָט פּרובירט באַהאַנדלען די פּראָבלעם מיט ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און איטאַליע, ווי אויך מיט קאַנאַדע, וואָס האָט זיך דערווײַל אָנגעשלאָסן אין "נאַטאָ" און וואָס אירע באַציִונגען מיט ישׂראל זענען זייער גוטע. עס איז אָבער גאָרנישט אַרויס פֿון דעם. ספּעציעלער שמועס פֿאַרן "פֿאָרווערטס" מיטן רבֿ מאיר אַזרי פֿון דער "בית־דניאל־קהילה" דאָס האָט זיך אָנגעהויבן אין דײַטשלאַנד, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, ווען מאַסן ייִדן האָבן זיך געשמדט און רבנים זענען געווען מאַכטלאָז צו באַקעמפֿן אָט די דערשײַנונג. דעמאָלט זענען אויפֿגעקומען עטלעכע געלערנטע, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ באַוועגונג צו "מאָדערניזירן ייִדישקייט און צופּאַסן די מיצוות און מינהגים צו דער צײַט". פֿון אירע ערשטע טעג איז ישׂראל, ווי אַ מדינה, געבליבן איזאָלירט אין איר געגנט. ישׂראל איז פֿון די איינצעלנע מדינות וואָס — אַ חוץ איר מיטגלידערשאַפֿט אין דער "יו־ען" און אין אירע ספּעציעלע סטרוקטורן — געהערט זי נישט צו קיין שום פֿילזײַטיקן לענדער־בונד, פֿאַרטיידיקונג־בונד אָדער אַ געאָגראַפֿישער גרופּע. (נאָך אַ וואָך פֿון אָפּרו און פֿאַרגעניגן בײַם ים־המלח) בלויז אַ שעה און אַ האַלב דויערט אָנצוקומען מיט דעם "אגד"־אויטאָבוס פֿון דעם קאַלטן, טריבן ירושלים ביז דעם זון־שײַנענדיקן, וואַרעמען ים־המלח ("דער געזאַלצענער ים"), וואָס איז אויך באַקאַנט ווי דער ים־המוות ("דער טויטער ים"). עס דויערט ניט לאַנג. נאָך דעם ווי דו פֿאַרלאָזסט די אויטאָבוס־סטאַנציע אין צענטער פֿון ירושלים, און דו באַווײַזסט נאָך ניט זיך מאַכן באַקוועם אין דײַן זיצפּלאַץ, ביסטו שוין אין מידבר־יהודה. |