- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס איז איצט חודש אויגוסט, דער חודש פֿון וואַקאַציע, פֿאַרווײַלונג, אויספֿלוגן, רײַזעס איבערן לאַנד און מעבֿר־לים. די היצן זענען גרויס, עס איז שטאַרק הייס. מען זוכט אַ קיל פּלאַץ, אַ ווינקל אין שאָטן, וווּ מען קען אָפּכאַפּן דעם אָטעם... לויטן ייִדישן לוח איז בײַ אונדז איצט חודש אָבֿ — אַ חודש פֿון טרויער, ווייטיקלעכע דערמאָנונגען, פֿול מיט טראַגישע היסטאָרישע געשעענישן אין אונדזער לאַנגער געשיכטע. זכרונות וואָס זענען טיף אײַנגעקריצט אין אונדזער קאָלעקטיוון און פּערזענלעכן זכּרון. "דאָס טראַגישע באַשטייט אין דעם, אַז עס האָט זיך ווידער געשאַפֿן אַ סיטואַציע, אין וועלכער אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער פֿאַרשטייט וואָס ער האָט צו טאָן, אָבער ער איז נישט מסוגל זײַן ווילן צו רעאַליזירן. און נישט ווייניקער טראַגיש איז דאָס, וואָס דער וועג צום שלום איז אַלע מאָל לענגער, ווי דער וועג צו אַ מלחמה, און אהוד אָלמערט ווייסט דאָס אַוודאי זייער גוט" — האָט געזאָגט דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער שרײַבער דוד גראָסמאַן, ווי עס דערציילט דאָס נחום ברנע (באַרנעאַ) אין זײַן פֿרײַטיקדיקן קאָלום. אויפֿן 20סטן קאָנגרעס פֿון דער סאָוועטישער קאָמוניסטישער פּאַרטיי אין פֿעברואַר 1956, נאָך סטאַלינס טויט, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו — דאַן דער ערשטער סעקרעטאַר פֿון דער פּאַרטיי, און פֿון 1958 ביז 1964 אויך דער פּרעמיער־מיניסטער — אין זײַן רעדע געטאַדלט די ברוטאַלע מעשׂים פֿון סטאַלינען און מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן דער דעסטאַליניזאַציע־פּראָצעס. "בראָניסלאַוו גערעמעק — דער העלד פֿון פּוילנס פֿרײַהייט" אַן אויסטערליש אימפּאָזאַנטער לוויה־צוג פֿון פּאַראַדנע אויטאָס האָט הײַנטיקע וואָך אַדורכגעשניטן די גאַסן פֿון דער פּוילישער הויפּטשטאָט אויפֿן וועג פֿון דער קאַטעדראַלע פֿון הייליקן יאַן אין דער אַלטשטאָט פֿון וואַרשע ביז צו דעם קאָמונאַלן מיליטערישן צווינטער אין דער פֿאָרשטאָט פּאַוואָנזעק. דאָרט איז דער מת באַערדיקט געוואָרן מיטן העכסטן פּאַראַד פֿון אַ הויכגעשאַצטן פּוילישן מלוכה־מאַן. לויט אַלע געזעלשאַפֿטלעכע אויספֿרעגן אין ישׂראל, איז דאָס ליד "ירושלים של זהבֿ" — דאָס פּאָפּולערסטע און באַקאַנטסטע ישׂראל־ליד. דעם 13טן יולי וואָלט די באַשאַפֿערין פֿון דעם דאָזיקן ליד אַלט געוואָרן 78 יאָר... "די ערשטע לעידי פֿון דער ישׂראל־ליד" נעמי שמר איז געבוירן געוואָרן דעם 13טן יולי 1930 אינעם קיבוץ כּינרת. אירע עלטערן, מאיר און רבֿקה ספּיר, ביידע אָפּשטאַמיקע פֿון ווילנע, זײַנען געקומען קיין פּאַלעסטינע אין די 1920ער יאָרן, און זײַנען געווען צווישן די בויער פֿון דעם קיבוץ. דאָרט האָבן זיי זיך באַקאַנט און חתונה געהאַט. דעם 12טן יולי איז געוואָרן צוויי יאָר זינט ס’האָט אויסגעבראָכן די צווייטע לבֿנון־מלחמה, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי דעם 25סטן יוני האָט דער “כאַמאַס" אַטאַקירט אָ פּאָזיציע פֿון דער ישׂראל־אַרמיי נעבן עזה, דערהרגעט 2 סאָלדאַטן און פֿאַרכאַפּט דעם סאָלדאַט גלעד שליט. די “כעזבאָלאַ"־מיליטאַנטן, פֿון זייער זײַט, האָבן דעם 12טן יולי אַטאַקירט אַ ישׂראלדיקן מיליטערישן פּאַטראָל, דערהרגעט 8 און פֿאַרכאַפּט 2 סאָלדאַטן: אהוד גאָלדוואַסער און אלדד רעגעוו. (אַ פּערזענלעכער רעפּאָרטאַזש פֿונעם בולדאָזער־אַטאַק אין ירושלים) פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך בין איך געפֿאָרן מיט מײַן מאַן און דרײַ פֿון אונדזערע מיידלעך, צו גאַסט צו אונדזערע פֿרײַנד. ווען מיר האָבן דערגרייכט די גאַס "שׂרי־ישׂראל", איז געווען אַ גרויסער פֿאַרקער. פּלוצלינג זענען עטלעכע בוי־אַרבעטער צוגעלאָפֿן און געמאַכט העוויות מיט דער האַנט, אַז מיר זאָלן תּיכּף פֿאַרלאָזן דאָס אָרט. די גאַס איז אָבער געווען אַזוי געפּאַקט מיט אויטאָס, אַז ס׳איז פּשוט נישט געווען מעגלעך. וועלכער ייִד האָט אַמאָל אין ווילנע, און ניט נאָר אין ווילנע, ניט געוווּסט דאָס לידל:
"אויפֿן פּריפּעטשיק ברענט אַ פֿײַערל
אויב מיר זאָלן וועלן אונטערציִען אַ סך־הכּל און אָפּשאַצן אין איין זאַץ (אָדער "אויף איין פֿוס") די ענדערונגען, וואָס מדינת־ישׂראל און די "ישׂראלים" האָבן אַדורכגעמאַכט אין די לעצטע פֿופֿציק יאָר, וואָלט עס זיך געקענט אויסדריקן אין דעם קעפּל איבער אונדזער הײַנטיקן מאמר. עס איז אָבער אויך נישט פאַראַן קיין בעסערע באַצייכענונג, וואָס זאָל זײַן אַזוי טרעפֿלעך און צוגעפּאַסט צו איר טעמע, ווי — דאָס באַקאַנטע ווערטל וועגן דעם "סוד פֿאַר גאַנץ בראָד". אַז מען האָט געפֿרעגט דעם ישׂראלדיקן שרײַבער אַמנון שמש (שאַמאַש), ווי אַזוי זעט ער די ערשטע 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָט ער געענטפֿערט: “אַ האַלב פֿולע גלאָז — צעפּלאַצט צו ווערן, און אַ האַלב ליידיקע גלאָז — משוגע צו ווערן." אין מײַן אַרטיקל אין “פֿאָרווערטס" פֿון 9טן מײַ וועגן די 60 יאָר פֿון מדינת־ישׂראל, האָב איך, צוליב דער פֿײַערלעכקייט פֿון דער געשעעניש, באַצייכנט די האַלבע פֿולע גלאָז, נישטאָ מער קיין אידיליע, קיין שלום־בית, אין דער איצטיקער רעגירונג פֿון ישׂראל. נאָכן איבערקומען די ברויזנדיקע תּקופֿה פֿון מער ווי צוויי יאָר אין אַ זעלטענער אידיליע, איז זי איצט געוואָרן אַ רעגירונג, וואָס האָט פֿאַרלוירן דעם פּאָליטישן צוטרוי צו זיך אַליין. פֿאָרמעל אָבער "לעבט זי נאָך", און אַפֿילו גאַנץ עפֿעקטיוו, אויך אָן דעם צוטרוי פֿון דרויסן און פֿון אינעווייניק. איר גורל וועגט זיך אָבער אין די עצם שעהן ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות. מיט דונערן און בליצן האָט געקלאָגט דער הימל, יענעם טאָג פֿון 20סטן מאַרץ, ווען דער גוססדיקער לודוויג וואַן בעטהאָווען האָט אויפֿגעהערט אָטעמען — און ער איז אַוועק אין דער אייביקייט. צו די הונדערט און אַכציק יאָר נאָך זײַן פּטירה ווילט זיך דערמאָנען, אַז דער־אָ ריז פֿון מוזיק האָט פֿאַרמאָגט אַ שפּאָרן קרײַז פֿון ייִדישע פֿרײַנד און ייִדישע אונטערשטיצער. וועגן דעם ענין דערקלערט דער בעטהאָווען־פֿאָרשער ראָמען ראָלאַן אָט וואָס: “וווּ מען זאָל זיך נישט אַ קער טאָן אין בעטהאָווענס לעבן געפֿינט מען נאָענטע באַציִונגען מיט ייִדן, און ס׳באַמערקט זיך תּמיד, אַז ער האָט די ייִדישע פֿרײַנד זײַנע אַ סך צו פֿאַרדאַנקען... בעטהאָווען שרײַבט אין אַ בריוו צו אַ ידיד (1816): "איך בין אַ פֿרײַנד פֿון גאַנצן מענטשן־מין". |