- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען נישט זײַן פֿאָרטראָג אין בית־לייוויק, וואָס איז לעצטנס צושטאַנד געקומען אַ דאַנק דער איניציאַטיוו פֿון דער לערערקע סאָניע ראָזענבערג, וואָלט איך מיט רועי (ראָיִ) זיכער זיך נישט געטראָפֿן. ס'איז שוין ווײַט נישט קיין וואָכיקע געשעעניש צו אַנטדעקן אין אונדזער נאָענטן אַרום אַ ישׂראלדיקן ייִדיש־אינטעלעקטואַל אַרײַנגעטאָן אין פֿאָרשן פֿראַגן מיט אַ קוים לײַכטן אַנקער צו אונדזער טאָג־טעגלעכן לעבן, און פֿון דעסטוועגן, געקניפּט און געבונדן מיט אונדזער ווירקלעכקייט. ציפּי ליבֿני וואַרפֿט אָפּ די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ציפּי ליבֿני נעמט אָן די פֿאָדערונגען פֿון ש״ס... ש״ס שליסט זיך אָן אין דער רעגירונג (אין וועלכער דער ש״ס איז דערווײַל נאָך אַ מיטגליד אונטער דער צײַטווײַליקער אָנפֿירונג פֿון אהוד אָלמערט)... דער פֿינאַנץ־מיניסטער רוני בר־אָן שטעלט זיך שאַרף אַנטקעגן די פֿאַרלאַנגען פֿון ש״ס און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די קאָאַליציע, כּדי צו ראַטעווען די מלוכישע קאַסע... רוני בר־און איז גרייט מקריבֿ צו זײַן די מלוכישע קאַסע, "דיבוקים", אַזוי אין מערצאָל, רופֿט אָן די "הבימה" די דרײַ ספּעקטאַקלען פֿון דער טעאַטראַלער אונטערנעמונג אַרום דעם דיבוק־מאָטיוו — טעאַטער, טאַנץ און ליאַלקעס, וואָס דריקט זיך אויס אין אַן איינטאָגיקן פֿעסטיוואַל. די יעניקע וואָס האָבן אַ גוטן זכּרון, געדענקען מן־הסתּם, אַז אין דריטן אַקט פֿון דער לעגענדאַרער דראַמע "דער דיבוק", אין דעם הויז פֿון רבין, פֿאָדערט דער רבי מיט שטרענגע ווערטער דער דיבוק זאָל פֿאַרלאָזן דעם קערפּער פֿון דער בתולה. "דיבוק, גיי אַרויס!" בייזערט זיך אויף אַ קול דער צדיק פֿון מיראָפּאָל. און ווידער, ווי איר זעט, דערלויב איך זיך פֿאָרנעמען אַ צוריקבליק צו דעם ווײַטן ליטעראַרישן נעכטן, ווען געלעבט האָט מען מיט וויי און פּײַן, ווי אונטער אַ שמײַסנדיקער בײַטש. יאָ, אַזוי איז געווען, נאָר נישט געקוקט אויף די מער ווי געדיכטע שאָטן־זײַטן, האָבן מיר דאָך פֿאַרמאָגט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אַ מעכטיקע, פֿאַרצווײַגטע ייִדישע ליטעראַטור, גרויסע שרײַבער, קינסטלער און קולטור־טוער. אין די יאָרן ווען אונדזער מאַמע־לשון האָט מען ניט אַזוי אַכזריותדיק פֿאַרפֿאָלגט, זײַנען פֿיל ווערק פֿון ייִדישע שרײַבער דערשינען אין מיליאָנען עקזעמפּלאַרן אין רוסיש, אוקראַיִניש, ווי אויך אין אַנדערע שפּראַכן. זי איז אויפֿגעטראָטן אויף דער בינעלע פֿון לייוויק־הויז; נישטאָ דאָרט וווּ זיך אַ ריר צו טאָן, זי אָבער האָט פֿון דעם זיך נישט געמאַכט קיין וועזן; זי האָט געטאָן אירס: זי האָט געזונגען, מער האָט זי נישט באַדאַרפֿט. ס'איז געווען קלאָר אַז די סצענע איז איר מיליע, גיט איר בלויז אַ בינע — נישט וויכטיק די גרייס — און אַ פּובליקום — דאָס רעשט, פֿאַרלאָזט זיך אויף איר, זי וועט זיך שוין אַן עצה געבן. איינע פֿון די קאָלעקטיווע אייגנשאַפֿטן פֿון דער הײַנטיקער געזעלשאַפֿט איז — דער סעלעקטיווער זכּרון, און באַזונדערס, דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון. און גאָר באַזונדערס — דער קורצער קאָלעקטיווער זכּרון בנוגע געשעענישן, אַפֿילו היסטאָרישע פּאַסירונגען, פֿון די לעצטע עטלעכע דורות. אַ סימן, אַז די מדינה עלטערט זיך, זי דערנענטערט זיך צום פּענסיע־עלטער. עס זעט אויס, אַז די צוויי פֿאַרמיאוסט געוואָרענע דערשײַנונגען — דעמאַגאָגיע און די עטנישע מלחמות — וועלן זיך נישט לאָזן אַזוי גיך אויסוואָרצלען און באַזײַטיקט צו ווערן פֿון דעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן, שוין אָפּגערעדט פֿון ביוראָקראַטיע און מלוכישער קאָרופּציע, וואָס איז, לויטן אויסדרוק פֿון דעם מדינה־קאָנטראָלער, נאָך געפֿערלעכער ווי דער טעראָר. די בילדער־אויסשטעלונג אין נאַציאָנאַלן מוזיי פֿון ירושלים — אַריבער פֿופֿציק ווערק פֿון באַרימטע מײַסטער — איז געווען אַ קולטור־מאַניפֿעסטאַציע פֿון אַ פּרעצעדענטלאָזן כאַראַקטער. לאַנגע חדשים האָט די אויסשטעלונג געצויגן מאַסן באַזוכער. שוין דער פֿראַגע־צייכן אַליין — "וועמען געהערן די בילדער?" — האָט דעם עולם אינטריגירט און אים געבראַכט צו אַ באַזוך: מען האָט געזוכט אַ תּשובֿה אויף דער פֿראַגע. “ער האָט ליב געהאַט דאָס לעבן, ער האָט ליב געהאַט מענטשן און ער האָט ליב געהאַט דעם שלום". מיט אָט דער טרעפֿלעכער כאַראַקטעריסטיק האָט דער פּרעמיער אהוד אָלמערט מספּיד געווען דעם מיטאָלאָגישן שלום־קעמפֿער אייבי נאַטאַן, וועלכער איז פֿאָריקע וואָך געשטאָרבן אין עלטער פֿון 81 יאָר. ער איז געשטאָרבן אין טיפֿער איינזאַמקייט — אָבער ווי עס טרעפֿט גאַנץ אָפֿט מיט מענטשן, וואָס האָבן זייער לעבן געווידמעט דער מענטשהייט און איר אַ סך געגעבן, איז אויך אייבי נאַטאַן געוואָרן פֿאַרלאָזט און פֿאַרגעסן אויף דער עלטער, ווען ער האָט שוין נישט געהאַט מער וואָס צו געבן דעם פֿאָלק און דער מענטשהייט. ווען עס איז אויפֿגעקומען אינעם אַלטערטימלעכן גריכנלאַנד דער געדאַנק וועגן אָלימפּישע ספּאָרט־פֿאַרמעסטן צוריק מיט קרובֿ 2800 יאָר, איז זייער ציל געווען — איבערצורײַסן די מלחמות און דערנענטערן די צעקריגטע פֿעלקער. און אין יענע צײַטן זענען טאַקע די מלחמות געוואָרן איבערגעריסן ווייניקסטנס אין די טעג פֿון דער אָלימפּיאַדע, אין וועלכע עס האָט געהערשט דער “ספּאָרטיווער גײַסט" אויפֿן אָרט פֿון דעם גײַסט פֿון מלחמה. אַזוי האָט עס אויך געדאַרפֿט זײַן — און דאָס איז דאָך געווען דער ציל — ווען די אָלימפּיאַדעס זײַנען געוואָרן באַנײַט סוף 19טן יאָרהונדערט. 90 יאָר פֿײַערט דער טעאַטער "הבימה", זינט ס׳איז אויפֿגעקומען אין מאָסקווע, אין 1917 (דאָס יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע) דער ערשטער טעאַטער, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט אַ ציל צו שפּילן בלויז אויף העברעיִש. אַ לאַנגע געשיכטע, מיט מער אומעטיקע ווי פֿריידיקע עפּיזאָדן, איז בסך־הכּל דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס פֿון "הבימה". אין 1926 האָט דער "הבימה" פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך שוין קיין מאָל נישט אומגעקערט צוריק. ער האָט אָבער באַזוכט מאָסקווע מיט אַ סך יאָרן שפּעטער ווי אַ העלדן פֿון אַן אַנדער צײַט און אין אַנדערע אומשטאַנדן. ווען ס'איז אויפֿגעקומען דער געדאַנק צו שרײַבן אַזאַ בוך, האָבן מיר לאַנג זיך געשלאָגן מיט דער דעה ווי דאָס צו פֿאַרווירקלעכן. אונדזער קלוב וואָס עקזיסטירט כּמעט דרײַסיק יאָר, האָט געהערט צו דער צאָל בעסטע ייִדיש־געזעלשאַפֿטן, וואָס פֿונקציאָנירן אין לאַנד. מען וואָלט געקענט, פֿאַרשטייט זיך, נאָר דערציילן די געשיכטע פֿון קלוב, דערמאָנען די פֿילצאָליקע אימפּרעזעס און באַגעגענישן, פּראָמינענטע מענטשן, וועלכע זײַנען בײַ אונדז אויפֿגעטראָטן אאַז"וו וואָלט דאָס אָבער ניט איבערגעגעבן אין דער פֿולער מאָס די אייגנאַרטיקייט פֿון קלוב, זײַן ספּעציפֿישע אַטמאָספֿער, די יאָרן פֿון אויפֿבלי און די ממש טראַגישע יאָרן פֿון ירידה, ווען אין אַ קורצער צײַט זײַנען אַוועק פֿון דער וועלט זייער פֿיל מיטגלידער, צווישן זיי וויכטיקע פּערזענלעכקייטן, אָנהייבנדיק פֿון אונדזער פֿאָרזיצער, פּראָפֿ' פּנחס ערליך. |