- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נישטאָ קיין נײַעס אונטער דער זון; ישׂראל און דער מיטעלער מיזרח קענען שוין הײַנט קיינעם מיט גאָרנישט איבערראַשן, און די וועלט קען אויך מיט גאָרנישט איבערראַשן ישׂראל. ווי זאָגן די פֿראַנצויזן? "דעזשאַ וווּ" — דעם פֿילם האָבן מיר שוין געזען. מיר קענען דאָס שוין פֿון פֿריִער. אַלץ וואָס עס געשעט בײַ אונדז די טעג אין דער מלחמה אין עזה־פּאַס, געשעט אין לאַנד שוין נישט צום ערשטן מאָל, נאָר מיר האָבן שוין פֿאַרגעסן דעם ביטערן טעם פֿון דעם פֿריִער געשעענעם און זײַנע פֿאָלגן. דאַכט זיך, וואָס מיינט אַ ווינקל טעלערס און וואַזעס. קומט חגי שׂגבֿ (כאַגאַי סעגעוו), דער קוראַטאָר פֿון דער אויסשטעלונג, אַליין אַ לייטער־קוראַטאָר פֿון ישׂראל־קונסט, ווי אויך אַ ראַטגעבער איבער אַרכעאָלאָגישע און אַרכיטעקטור־פּראָיעקטן, און שטעלט אײַן אַ סדר אויף דעם צעפּראַלטן קעראַמישן געביט. דווקא ווײַל דער קוראַטאָר קומט נישט פֿון דעם דאָזיקן צווײַג און האָט נישט קיין פּרעטענזיעס מ'זאָל אים אָננעמען ווי אַ געניטן קענער אין דעם ספּעציפֿישן קעראַמישן פֿעלד, האָט ער אין זײַנע ערשטע שריט נאָכן באַקומען די שטעלע, זיך גענומען פֿאַראינטערעסירן אין די קינסטלער, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט דעם. אויב די "ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר", כ’מיין, די תּושבֿים פון מדינת־ישׂראל, וואָלטן גענאָסן פֿון אַזוי פֿיל זאָרג און פֿון אַזוי פֿיל פֿאַרזאָרגער אין משך פֿון דעם גאַנצן יאָר, ווי דאָס קומט פֿאָר איצט, אין די צוויי חדשים ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת — וואָלטן קיין וואַלן נישט געדאַרפֿט דורכגעפֿירט ווערן יעדע אָנדערטהאַלבן, צוויי אָדער דרײַ יאָר, און עס וואָלטן נישט אויפֿגעקומען יעדעס מאָל קיין ספּעציעלע מלוכישע, יורידישע אָדער אַנדעראַרטיקע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס — צוליב די פֿעלערן און דורכפֿאַלן פֿון די מאַכט־אָרגאַנען, אַ פּראָוואָקאַטיווע ווערסיע פֿון "סאַלאָמע" האָבן מיר איצט געזען אויף דער בינע פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע. דער רעזשיסאָר פֿון אָט דעם ספּעקטאַקל, דייוויד אָלדען, גוט באַקאַנט בײַ אונדז איבער זײַנע פֿילצאָליקע רעזשי־אַרבעטן פֿאַר דער ישׂראלדיקער אָפּערע, פֿירט דורך דאָ זײַן פּלוצעמדיקן "צוריקקער", אַזוי אומדערוואַרט־שפּאַנענדיק ווי דאָס איז זײַן קינסטלערישער צוגאַנג צו דער איצטיקער אויפֿפֿירונג פֿון "סאַלאָמע". שוין בלויז דער נאָמען, "סאַלאָמע", פֿאַרמאָגט אַן אומדערקלערבאַרן כּוח אָנצוצינדן די פֿאַנטאַזיע מיט אָן אַ שיעור אָנצוהערענישן וועגן שרעקלעכע חטאָים און פֿאַרבאָטענע מעשׂים. לעצטנס האָט מײַן אויפֿמערקזאַמקייט דערוועקט אַ מעלדונג פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם פֿון מאָסקווע — מען האָט אַנאָנסירט אַן אוידיציע "אין ריטם פֿון מאַרש. אַ פּאָעמע וועגן די ברידער פּאָקראַס". איך האָב זיך גלײַך דערמאָנט די באַוווּסטע און באַליבטע לידער פֿון די קאָמפּאָזיטאָרן דמיטרי און דניאל פּאָקראַס, און איצט, צוקוקנדיק זיך צו דער אוידיציע, זיך דערוווּסט אַ סך פּרטים וועגן זיי. "איר קענט מיך באַשטראָפֿן, איר קענט באַשטראָפֿן די פּאַרטיי, אָבער איר טאָרט נישט באַשטראָפֿן די מדינה" — האָט הײַנטיקע וואָך געזאָגט אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו דער מנהיג פֿון "עבֿודה", אהוד ברק. ס'איז קלאָר, אַז געמיינט דערמיט האָט ער, ווי יעדער אײַנגעבילדעטער פּאַרטיי־מנהיג מיט אַ הויכער מיינונג וועגן זיך, אַזוי ווי ברק, אַז "נאָר ער קען" — און מיט זײַן פֿעיִקייט אָנצושטעקן און איבערצוצײַגן גרויסע מאַסן וויילערס האָט ער צום ערשטן מאָל דעראָבערט די מאַכט (אין 1999) און האָט זי נאָך אַ קורצער רעקאָרד־צײַט פֿון אַ יאָר מיט 245 טעג מיט בושה פֿאַרלוירן; ווען פּינקטלעך האָט זיך דער דאָזיקער בירגערקריג אָנגעהויבן, אין וועלכער צײַט גענוי? דאָס איז שוין אַן ענין פֿאַר די היסטאָריקער. איינער וועט אָנווײַזן אויף אַ געוויסער געשעעניש, בשעת דער צווייטער וועט זאָגן זײַנס, אַז דער פּראָצעס האָט זיך אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער... מען קאָן זיך משער זײַן, אַז די עצם פֿראַגע "וואָס איז אַזוינס אַ בירגערקריג" און ווי אַזוי דעפֿינירט מען עס און אַלע זײַנע פּרעצעדענטן, דאָס וועט אויך ווערן אַ טייל פֿון דער אַקאַדעמישער דיסקוסיע. דאָס יאָר 1961, ערבֿ דעם אײַכמאַן־פּראָצעס. אַנדאַ, אַ לעבן־געבליבענע יונגע פֿרוי פֿון אַן אונגאַרישער אָפּשטאַמונג, אַ קראַנקן־שוועסטער אין אַ שפּיטאָל פֿאַר עלטערע מענטשן, דערלאַנגט אַ ביטע אַרויסצוטרעטן ווי אַן עדות אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס. זי האָט וואָס צו דערציילן. זי איז איינע פֿון יענע אומגליקלעכע פֿרויען וואָס האָבן איבערגעלעבט די שעדלעכע מעדיצינישע עקספּערימענטן אין אוישוויץ, וווּ זי איז געווען פֿאַרשפּאַרט. דאַכט זיך, אַ גאַנץ נאָרמאַלע בקשה; אויב — און ווען — אַריאל שרון וועט זיך אויפֿכאַפּן פֿון זײַן קרובֿ 3־יאָריקן לעטאַרגישן שלאָף, וועט דאָס זײַן שוין דאָס צווייטע מאָל, ווי ער האָט עס געטאָן: דאָס ערשטע מאָל איז עס געווען מיט אַ פֿינף יאָר צוריק, ווען דער דאָזיקער נישט דיסציפּלינירטער אַרמיי־קאָמאַנדיר אין די מלחמות און שטראָף־אָפּעראַציעס קעגן די אַראַבער, דער גרינדער פֿון דער “קאָמאַנדאָ־איינהייט 101" און מיטאָלאָגישער “בולדאָזער פֿון דער ייִדישער קאָלאָניזאַציע" אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים, האָט געמאַכט זײַן דראַמאַטישן איבערקער, האָט צעבראָכן דעם “נאַציאָנאַלן קאָנצענזוס" און געוואָרן אַן אָנהענגער פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה בײַ דער זײַט פֿון מדינת־ישׂראל. מיט 70 יאָר צוריק, אין דער נאַכט צווישן 9טן און 10טן נאָוועמבער 1938 איז אויסגעבראָכן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך דער באַוווּסטער פּאָגראָם קעגן ייִדן מיטן נאָמען די "קרישטאָלנאַכט". אין פֿאַרלויף פֿון עטלעכע שעה זענען טויזנטער בתּי־כּנסת און ייִדישע געשעפֿטן געשעדיקט אָדער פֿאַרניכטעט געוואָרן, און ייִדן זענען דערמאָרדעט אָדער פֿאַרשיקט געוואָרן אין די קאָנצענטראַרציע־לאַגערן. די געשעעניש איז אָנגערופֿן געוואָרן מיטן נאָמען "קרישטאָלנאַכט" אין אָנבליק פֿון די מאַסן צעבראָכן גלאָז, וואָס די שפּליטערס האָבן באַדעקט די דײַטשע גאַסן. די וואָרענונג אויף דער וואַנט די וואָרענונג באַווײַזט זיך אויף דער וואַנט אין די לעצטע יאָרן יעדן אָנהייב נאָוועמבער, ווען עס פֿאַלט אויס דער יאָרטאָג פֿון דעם מאָרד פֿון יצחק ראַבין. זי הענגט שוין אַזוי די אַלע דרײַצן יאָר, און אַפֿילו אין משך פֿון אַלע טעג פֿון דעם יאָר, נאָר מען לייגט שוין נישט אַזוי קיין אַכט, אַזוי ווי אויף יעדער זאַך, צו וועלכער מען געוווינט זיך צו. אָבער זי וועקט זיך אויף צו יעדן יאָרטאָג און מיט יעדן יאָר ווערט די וואָרענונג אַלץ שאַרפֿער און דראָענדיקער, ביז וואַנען זי הייבט אָן אַראָפּצושרײַען פֿון די ווענט. חנה ווירט־נשר איז די גרינדער־דירעקטאָרין פֿון גאָלדרײַך־אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור. זי פֿאַרנעמט די קאַטעדרע פֿאַר שטודירן די ייִדישע דערפֿאַרונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויפֿן נאָמען פֿון שמואל און פּערי האַבער בײַם אוניווערסיטעט פֿון תּל־אָבֿיבֿ. זי איז די מחברין פֿון "שטאָט־קאָדן׃ לייענענדיק די מאָדערנע שטאָטישע ראָמאַנען"; לעצטנס, איז אַרויס איר נײַ בוך׃ "רוף דאָס ענגליש׃ די שפּראַכן פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור". |