קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

באַערונג־קאָנצערט פֿאַר די געפֿאַנגענע און פֿאַרשוווּנדענע

אין די ראַמען פֿון די פֿײַערונ­גען, גע­ווידמעט 60 יאָר מדינת־ישׂראל, וועט דער ישׂראלדיקער פֿילהאַרמאָנישער אָרקעסטער דורכ­פֿירן דעם 25סטן מײַ אַן אייגנאַרטיקן קאָנצערט: אַ מוזיקאַלישע באַערונג לכּבֿוד דעם געפֿאַנגענעם סאָלדאַט גלעד שליט און די פֿאַרשוווּנדענע סאָלדאַטן אהוד גאָלדוואַסער און אלעד רגבֿ.

ליטעראַטור
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס אויף לינקס: יוסף בורג, יחיאל שרײַבמאַן, מישע לעוו, זלמן כּץ

נאָך אין יאָר 1940, האָט שלמה ביקל, אין זײַן בוך "רומעניע" געשריבן וועגן יוסף בורגן: "די סצענעס אין זײַנע דערציילונגען פֿאַרמאָגן דאָ און דאָרט אַזעלכע פֿרישע און אָריגינעלע אימאַזשן... בורגס פֿרישע, לעבעדיקע, סוגעסטיווע אימפּרעסיע גיט צו וויסן, אַז דער יונגער דערציילער פֿאַרמאָגט אַן אייגן שעפֿעריש אויג צו דערזען און אַן אייגענע געמיט־אַטמאָספֿער אויף אײַנצוהילן דערין דאָס געזעענע".

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער צפֿונדיקער שטערן, דער שטערן פֿון מזל, וואָס הענגט אויפֿן הימל איבער מדינת־ישׂראל, פֿינקלט און ווינקט אַראָפּ צו איר, זינט איר אויפקום מיט זעכציק יאָר צוריק, מיט קעגנדײַטיקע אָנדײַטונגען. דער הערשער פֿון סיריע, דער יונגער באַשאַר על־אַסאַד, האָט געירשנט פֿון זײַן פֿאָטער כאַפֿעז על־אַסאַד, צוזאַמען מיט דעם דיקטאַ­טאָ­רישן רעזשים אין דעם לאַנד — אויך די טאָפּלדײַטיקע סטראַטעגיע, וואָס צילט צו פֿאַרשטאַרקן די פּאָליטישע פּאָזיציע פֿון סיריע און צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ צענ­טראַלן און דאָמינירנדיקן פֿאַקטאָר אין מיטעלן מיזרח.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער חורבן, גוט באַקאַנט אויף דער גאָרער וועלט מיטן העברעיִשן באַגריף "שואה", איז דער באַצייכענונגס־נאָמען פֿאַר דער סיסטעמאַטישער פֿאַרניכטונג פֿון ייִדישן פֿאָלק, וואָס די נאַציס און זייערע קאָלאַבאָ­ראַטאָרן האָבן דורכגעפֿירט אין פֿארלויף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות זענען נישט געווען קיין זעלטענע דערשײַנונג אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער דער חורבן איז געוואָרן אַן אויסנאַמלעכע געשעעניש מיט זײַן דימענסיע, מעטאָדן און אויך מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס האָט עקזיסטירט הינטער אים: ער איז געווען אַ ראַסיסטישער און נישט קיין רעליגיעזער.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וואָס, ער לעבט נאָך?

די הויפּט־מאָטיוון אין דער מוזיקאַלישער דראַמע פֿון דניאל גלאַי

"וואָס, ער לעבט נאָך?" — איז אָן ספֿק נישט קיין געוויינלעכער נאָמען פֿאַר אַ מוזיקאַלישער שאַפֿונג. כאָטש אין דעם פֿאַל פּאַסט עס דווקא יאָ, צוליב דער פּשוטער סיבה, ווײַל אויך נישט קיין געוויינלעכער איז דער דראַמאַטישער טעקסט, וואָס דינט ווי אַן יסוד צו דער מוזיקאַלישער פּאָעמע. נאָר ביידע, סײַ דעם טיטל, סײַ דעם טעקסט האָט דער קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי אויסגעוויילט פֿאַר זײַן נײַער אויסנעמלעכער שאַפֿונג, לעצטנס אויסגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אינעם מוזיקאַלישן צענטער "פֿעליציאַ בלומענטאַל" אין תּל־אָבֿיבֿ.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך ווייס נישט — עס איז מיר שווער צו אַנטשיידן — צי איז דאָס טאַקע אַ ברכה, אָדער אַ האַרבער נסיון פֿונעם געוויסן, די צעטרענצלונג פֿון דעם אָנדענק־טאָג פֿון אומקום און גבֿורה. פֿאַר מיר איז דאָס די הייליקסטע פֿון אַלע דאַטעס אויפֿן ייִדישן לוח־הזכּרון.

איך מיין דאָ דעם 19טן אַפּריל, וועלכער איז גלײַך נאָכן חורבן געוואָרן ספּאָנטאַניש אָנגענומען ווי דער סאַמע נאַטירלעכסטער טאָג פֿון יזכּור נאָך דעם גרויסן בראָך פֿון אונדזער פֿאָלק,

פּאָליטיק
פֿון דובֿ שטולבאַך (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
זבֿולון אורלבֿ

ספּעציעלער אינטערוויו פֿאַרן “פֿאָרווערטס" מיטן מנהיג פֿונעם רעליגיעזן ציוניזם זבֿולון אורלבֿ


אין די ראַמען פֿון דער סעריע אַרטיקלען וועגן רעליגיעזן ייִדנטום אין מדינת־ישׂראל צו איר 60סטן יוביליי, האָבן מיר געהאַט די געלעגנהייט צו אינטערוויויִרן דעם דינאַמישן מפֿד"ל־פֿאָרזיצער זבֿולון אורלבֿ (אָרלעוו), וועלכער שטייט גלײַכצײַטיק בראָש פֿון דער כּנסת־קאָמיסיע פֿאַר מדינה־קאָנטראָל און אים שטעלן אַ ריי פֿראַגעס וועגן זײַן אַרבעט און וועגן דער ראָלע וואָס זײַן פּאַרטיי שפּילט אינעם פּאָליטישן לעבן.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם 5טן יולי 1950 האָט די כּנסת באַשטעטיקט דעם "חוק השבֿות" — דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ, לויט וועלכן יעדער ייִד האָט דאָס רעכט עולה צו זײַן קיין ישׂראל. דאָס רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז דער צענטראַלער יורידישער אויסדרוק, אַז מדינת־ישׂראל איז די מדינה פֿון ייִדישן פֿאָלק. דאָס אָננעמען דעם רעפּאַטריאַציע־געזעץ איז געווען אַ נאַטירלעכע אַנטוויקלונג פֿון דעם,

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

פֿראַגעס און ענטפֿערס

וואָס, וועט איר פֿרעגן, איז מיט אַ מאָל אַזוינס געשען? דערצייל איך: מורמלענדיק שטיל אַ באַקאַנטן ניגון, האָב איך, זיך האַלטנדיק בײַ דער פּאָרענטש, טריט בײַ טריט, זיך אַראָפּגעלאָזט פֿון מײַן פֿערטן שטאָק נאָך דער גאַנצפֿריִערדיקער פּאָסט. דער ליפֿט האָט ניט געאַרבעט, דאָס ליכט — אויסגעלאָשן; אַ סבֿרה, די עלעקטרישע לעמפּלעך גנבֿעט מען, ווײַל אין פֿאַרקויף זײַנען זיי ניטאָ.

פּובליציסטיק
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווען דער דאָזיקער “בריוו פֿון ירושלים" וועט דערשײַנען אין “פֿאָרווערטס" אין ניו־יאָרק, וועלן שוין זײַן די לעצטע טעג פֿון פֿאַר־פּסח, דעם חג־החרות — דעם יום־טובֿ פֿון אונדזער באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿערײַ אין אַמאָליקן מצרים.

טויזנטער יאָרן זענען שוין פֿאַרבײַ זינט דאַן, און דער דאָזיקער יום־טובֿ האָט נאָך אַלץ ניט פֿאַרלאָרן זײַן זין,

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איינער פֿון די אויסגעפּרוּווטע אופֿנים פֿון פּאָליטיקער צוצוציִען צו זיך די עפֿנטלעכע פֿאַראינטערעסירונג איז — דורך אײַנרוימען עמעצן שטילערהייט אין אויער אַ וואָרט, אַ געזאָג, אויף אַן אופֿן, אַז אַלע זאָלן אים דערהערן. אַזוי האָט אַמאָל ביבי נתניהו געהאָט אַרײַנגעשושקעט אין אויער פֿון דעם אַלטיטשקן, דעמאָלט איבער הונדערט־יאָריקן רבֿ פֿון די מקובלים, הרבֿ כּדורי, אַז די "לינקע" זענען נישט קיין פּאַטריאָטן, זיי זענען שׂונאי־ישׂראל — און זײַן שטילער פֿליסטער האָט דאַן אַרויסגערופֿן אַ הילכיקן אָפּקלאַנג אין גאַנצן לאַנד.

זכרונות
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ווינטערוועלט!

לויט דעם קאַלענדאַר וואָלטן די פֿרעסט געמעגט נאָך צוּוואַרטן, נאָר ניט אונדז, מענטשן, פֿרעגן זיי און ניט אונדז פֿאָלגן זיי. די קאַלטע, האַרבסטיקע רעגנבײַטשן, וואָס האָבן טאָג־און־נאַכט געשמיסן אַלץ און אַלעמען אויף זייער וועג, איז קאַרג געווען, האָט אַ בריִענדיקער פֿראָסטיקער ווינט זיך פֿאַרדרייט אין אַ ווילדן וויכער און מיט רציחה גענומען וואַרפֿן שטיקער שטײַפֿן שניי אין די פּנימער.