- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ חודש צוריק איז אַוועק אין דער אייביקייט וויקטאָר גראַיעווסקי, וועלכער איז יאָרן־לאַנג געווען מײַן דירעקטאָר אין ראַדיאָ. ער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר די פֿרעמדע שפּראַכן־אוידיציעס, ספּעציעל אויף ראַטן־פֿאַרבאַנד און די נײַע עולים. איך בין געווען די פֿאַרוואַלטערין פֿונעם ייִדישן אָפּטייל אויף "קול־ישׂראל", און גראַיעווסקי האָט אַרויסגעוויזן אַ סך סימפּאַטיע און פֿאַרשטענדעניש פֿאַר דעם ספּעציעלן סטאַטוס און פֿאָדערונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. ווי באַקאַנט, האָט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, דער טאַטע, צוזאַמענגערופֿן די מאַדריד־קאָנפֿערענץ אין אָקטאָבער 1991 צו לייזן דעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. פּרעזידענט בוש, דער זון, גייט אין זײַן טאַטנס פֿוסטריט און רופֿט צוזאַמען אַן ענלעכע שלום־קאָנפֿערענץ אין אַנאַפּאָליס, לעבן וואַשינגטאָן, סוף נאָוועמבער, און לויט אַבו מאַזען, האָט פּרעזידענט בוש אים צוגעזאָגט צו רעאַליזירן זײַן חלום: צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה. דער אַלגעמיינער שטרײַק פֿון די לערער אין ישׂראל איז הײַנט, ווען מיר שרײַבן די דאָזיקע שורות, אַרײַנגעטראָטן אין זײַן 31־סטן טאָג, און אין 29סטן טאָג פֿונעם שטרײַק פֿון די פּראָפֿעסאָרן און לעקטאָרן אין די אוניווערסיטעטן. ער איז הײַנט אויך אַרײַן אין דער טאָג-טעגלעכער רוטין: דער שטרײַק האָט נישט נאָר אויפֿגעהערט צו דערשײַנען אין די הויפּט־קעפּ אויף די ערשטע זײַטן פֿון די צײַטונגען, נאָר איז צום ערשטן מאָל זינט זײַן אויסברוך דערשינען טיף אינעווייניק — אויף דער 11טער זײַט אין "הארץ" און אויף דער 13טער זײַט אין דער פֿאַרשפּרייטסטער צײַטונג אין לאַנד, אין "ידיעות אחרונות". די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט אין ישׂראל זענען געקומען באַגריסן דעם "פֿאָרווערטס" צום 110טן יאָרטאָג, סוף פֿאַרגאַנגענע וואָך. די צײַטונג איז דאָך אויך אונדזערע! האָבן מיר דען אַן אַנדער ייִדישע צײַטונג אויף צו לייענען, אויף מיטצואַרבעטן, אויף זיך אויסצולעבן אין ייִדיש? דעריבער טאַקע איז אויסגעקומען אַזוי פֿאַרשטענדלעך די שטופּעניש אַרום די קאַסעס בײַם “בית ציוני־אמריקה", אין תּל־אָבֿיבֿ, אויף צו באַקומען אַ בילעט אויף דער פֿאָרשטעלונג. מיר אַלע זײַנען דאָרט געווען און די שטופּעניש האָבן מיר אָנגענומען פֿאַר ליב, ווײַל זי האָט ווי פֿאָרויסגעזאָגט דאָס וואָס האַלט בײַם אָנקומען. דער עולם האָט געהאַט וואָס צו דערוואַרטן און האָט זיך טאַקע נישט אַנטוישט. האַרי מוליש, דער באַקאַנטער האָלענדישער שרײַבער, איז געבוירן געוואָרן אין 1927, אין דער פֿאַמיליע פֿון אַ געוועזענעם עסטרײַכישן אָפֿיציר און אַ פֿראַנקפֿורטער ייִדישקע. זײַן פֿאָטער, קאַרל וויקטאָר מוליש, איז אין די יאָרן פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע (1945— 1940) געווען דירעקטאָר פֿון דער באַנק וואָס האַט אַדמיניסטרירט די קאָנפֿיסקאַציעס פֿון דעם ייִדישן אייגנטום. אין זײַנע זכרונות שרײַבט מוליש: "איך האָב געלעבט בײַם פֿאָטער אין האַרלעם, צוואַנציק קילאָמעטער פֿון אַמסטערדאַם, און מײַן מאַמע האָט געוווינט אין אַמסטערדאַם און האָט געטראָגן אַ געלן מגן-דוד. אין אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון דבֿ סדן בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים איז איצט דערשינען אַ בוך וועגן אַ וווּנדערלעכער געשטאַלט, וואָס שפּיגלט אָפּ די געשיכטע פֿון ייִדישן גורל אין דער איצטיקער צײַט. דאָס בוך "פֿון סיגעט קיין ירושלים" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מינדלעכע דאָקומענטאַציע, איבערגעגעבן דורך פֿרוי ראָז בילבול אין אינטערוויוען מיט פּראָפֿ' יחיאל שיינטוך פֿונעם ייִדיש־אָפּטייל בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט. איינע פֿון די האַרבסטע קאָשמאַרן, פֿון וועלכע עס לײַדן די באַזיצערס פֿון קאָמפּיוטערס, איז די שרעק פֿאַר אַ "ווירוס". נישט קיין ביאָלאָגישן (וואָס איז אויך נישט קיין קליינער שעדיקער פֿון דעם מענטשלעכן געזונט), נאָר פֿאַר דעם "טעכנאָלאָגישן" מזיק, וואָס כאַפּט זיך אַרײַן פּלוצעם און אומדערוואַרט, אַזוי ווי יענער ווירוס, אין די אינערלעכע געוויידן פֿון דעם מכשיר און מאַכט אָפֿטמאָל דאָרט אַ תּל פֿון זײַן גאַנצן אינהאַלט און פֿון דײַן גאַנצער מי. מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז דערשינען אין דער ישׂראל־פּרעסע, מיט גרויסע קידוש־לבֿנה־אותיות די בשׂורה, אַז סוף־כּל־סוף, איז דערגרייכט געוואָרן אַ הסכּם מיטן פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט, וואָס שייך דער קיצבֿה — דער רעגולערער געלט־שטיצע, וואָס די רעגירונג טיילט אויס צו די "ניצולי־השואה" — די לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון חורבן, וועלכע וווינען אין ישׂראל. דעם 26סטן אָקטאָבער 1994, מיט 13 יאָר צוריק, איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־יאָרדאַישער שלום־אָפּמאַך. דעם ענדגילטיקן שטויס אונטערצושרײַבן דעם שלום האָבן געגעבן די אָסלאָ־אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן דעם 13טן סעפּטעמבער 1993, צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער. גלײַך אויף מאָרגן, דעם 14טן סעפּטעמבער, איז אונטערגעשריבן געוואָרן אין וואַשינגטאָן דער "בשותּפֿותדיקער ישׂראל־יאָרדאַנישער טאָג־אָרדענונג" וועגן אַ שלום צווישן ישׂראל און יאָרדאַניע. "עס איז לײַכטער פֿאַר מענטשן צו טוישן די פֿראָנטן, איידער די האָריזנטן" — האָט דער ייִדיש-פּוילישער דיכטער סטאַניסלאַוו יעזשי לעץ (טאַקע פֿון "לץ") געשריבן אין איינעם פֿון זײַנע אַפֿאָריזמען. דאָס האָט ער זיכער געמיינט נישט די פּשוטע מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר, נאָר זייערע מנהיגים, די פּאָליטיקער. די מנהיגים פֿון מדינת-ישׂראל האָבן זיכער אַ רײַכע דערפֿאַרונג אויף דעם געביט און דער דאָזיקער אַפֿאָריזם איז ווי אָנגעפּאַסט גענוי אויף זיי. רירנדיקע צערעמאָניע אין "יד־ושם" מיט עטלעכע וואָכן צוריק איז פֿאָרגעקומען אַ צערעמאָניע אין "יד־ושם", וואָס האָט אַרויסגערופֿן גרויס אינטערעס אין דער מעדיאַ און אין דער ישׂראל־פּרעסע. עס איז געווען פֿאַרבונדן מיטן אָנערקענען אַ קריסטלעכע פֿרוי ווי איינע פֿון די "חסידי־אומות־העולם", וואָס האָט בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה ריזיקירט מיט איר לעבן און געראַטעוועט ייִדן פֿון די נאַצישע זעלנער. סוף סעפּטעמבער האָבן די ענגלישע אַקאַדעמיקער געמאָלדן, אַז זיי אַנולירן זייער בויקאָט קעגן ישׂראל, צו וועלכן עס האָט זיך אויך געהאַט אָנגעשלאָסן דער ענגלישער פֿאַרבאַנד פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע אַרבעטער "יוניסאָן". זיי האָבן דערקלערט דעם בויקאָט, וויסנדיק גוט דעם אמת, אַז אין טשעטשניע האָט רוסלאַנד ליקווידירט צענדליקער טויזנטער מוסולמענער; עס זײַנען אַפֿילו דאָ אַזעלכע וואָס רעדן וועגן הונדערטער טויזנטער; פּונקט ווי זיי ווייסן, אַז די ישׂראל־אַרמיי איז העכסט הומאַניש, אין פֿאַרגלײַך צו דער רוסישער. |