- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס ווערט דערציילט וועגן דעם ווי אַ ייִד האָט אין בית-מדרש אײַנגערוימט אַ צווייטן ייִד אין אויער, אַז דער גבאי פֿון דער שיל איז נישט קיין מאַנסביל. אָבער דער אַנדערער ייִד האָט פּראָטעסטירט און האָט אויסגעשריִען אויף אַ קול, אַז דאָס איז נישט אמת: ער אַליין איז געווען מיט יענעם אין דער שטאָטישער באָד און האָט מיט די אייגענע אויגן געזען, אַז יענער איז אַ פּאָלנער און כּשרער ייִד. פֿון יחיאל שרײַבמאַנס אַ בריוו: "דאָס וואָס כ'האָב בשעת מײַן וויזיט אין האַמבורג, דרעזדען און אין בערלין געזען מיט די אייגענע אויגן ווי ייִנגלעך און מיידלעך, אויך מיטל-יאָריקע און עלטערע דײַטשן האָבן ליב באַקומען אונדזער מאַמע־לשון, לערנען ייִדיש, רעדן צווישן זיך ייִדיש, איז נאָר צום באַוווּנדערן. מײַן באַגעגעניש אין האַמבורג מיט די ייִדיש־ליבהאָבער איז פֿאָרגעקומען אין דער רעסטאַוורירטער האַמבורגער ייִדישער מיטלשול, וואָס די נאַציסטן האָבן אין 1941 יאָר חרובֿ געמאַכט און אַלע לערער און אַלע שילער אַרויסגעפֿירט אין לאַגערן אויף אומקום". בײַ דעם לעצטן אינטערנאַציאָנאַלן פֿילם־פֿעסטיוואַל, וואָס איז פֿאָרגעקומען מיט עטלעכע חדשים צוריק אין קאַן, פֿראַנקרײַך, איז באַקאַנט געוואָרן, אַז אין האָליוווּד ווערט פּראָדוצירט אַ מאָנומענטאַלער פֿילם וועגן דעם באַוווּסטן פּאַרטיזאַנער־אָטריאַד, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון די העלדישע דרײַ ברידער ביעלסקי, וואָס האָט אַרײַנגעשריבן אַ וויכטיק קאַפּיטל אין דער געשיכטע פֿון דער ווידערשטאַנד־באַוועגונג קעגן די דײַטשע רוצחים און זייערע קריסטלעכע אַרויסהעלפֿער. עזשען איאָנעסקאָ איז איינער פֿון די סאַמע באַרימטע דראַמאַטורגן פֿון 20סטן יאָרהונדערט. אין איינעם מיט דעם ענגליש־פֿראַנצויזישן דראַמאַטורג סעמיועל בעקעט (זע: "פֿאָרווערטס", 2006־26־5) גילט ער ווי דער מיטגרינדער פֿון דער מאָדערנער עסטעטישער "אַבסורד"־שטרעמונג (הגם די ערשטע פּיעסע פֿון דעם "טעאַטער אַבסורד" האָט געשאַפֿן אַלפֿרעד זשאַרי נאָך אין יאָר 1894 — "Ubu Roi", דער "קעניג אובו"). דעם זומער איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען אַ קאָנפֿערענץ צו באַהאַנדלען די צוקונפֿט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. עס האָבן זיך באַטייליקט אַרום אַ 120 ייִדישע פּערזענלעכקייטן, אינטעלעקטואַלן און פֿאָרשער פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל און אייראָפּע. אין צענטער פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען איז געשטאַנען די פֿראַגע פֿון ייִדישער אידענטיטעט; עס איז באַטראַכט געוואָרן דאָס אָרט וואָס מדינת־ישׂראל פֿאַרנעמט בײַם ייִדישן פֿאָלק און די געפֿאַרן, וואָס באַדראָען די פֿיזישע עקזיסטענץ פֿון פֿאָלק: אין ישׂראל — וווּ דען, אויב נישט אין ישׂראל? — איז אויפֿגעקומען מיט נײַנצן יאָר צוריק — דער געדאַנק צו אָרגאַניזירן יעדעס יאָר אויף דער ערד פֿון פּוילן, אין די אָנדענק-טעג פֿון דעם חורבן, אַ מאַרש פֿון דער ייִדישער יוגנט קיין אוישוויץ, צום מאַסן-קבֿר פֿון אייראָפּעיִשן ייִדנטום. ער איז געבוירן געוואָרן, דער דאָזיקער געדאַנק, בײַ דעם לעצטנס דעמיסיאָנירטן פֿינאַנץ-מיניסטער אַבֿרהם הירשזאָן, וועלכער האָט אויך אויסגעטראַכט דעם נאָמען פֿאַר אָט דער דעמאָנסטראַציע צום "גיא המוות", יאָזעף יאָאַכים איז געווען אַ וווּנדערקינד מאַחינו־בני־ישׂראל. בליץ שנעל האָט מען אים מזכּה געווען מיט דער קרוין "קיסר פֿון פֿידלבויגן" ("בערלינער טאַגעבלאַט"), "פּרינץ פֿון דער פֿידל" ("ניו־יאָרק העראַלד") — יאָאַכים איז געווען ממש אַ גאונישער מוזיק־אינטערפּרעטאַטאָר. גאַנצע נסים־ונפֿלאָות דערציילט מען עד־היום, ווי יאָאַכים פֿלעגט "דערלאַנגען" אַ פֿידל־שאַפֿונג! זײַנע אַ שנור, אַליין אַ פֿידל־ווירטואָזין, דערציילט: "די פֿידל פֿון יאָזעף יאָאַכים פֿלעגט אויסוויקלען אַן עשירות פֿון ניואַנסן, פֿאַרבן און קלאַנגען, בעת זײַן האַרץ האָט געפֿיבערט מיט אַ גאַמע פֿון געפֿילן. יאָאַכים האָט פֿײַנט געהאַט מיט אַן עפֿעקט צו ווינקען צום צוהערער — דערלאַנגט מיר אַפּלאָדיסמענטן!.." דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט וואָס זאָגט, אַז "וואָס עס וועט ניט באַווײַזן דער שׂכל, וועט שוין די צײַט באַווײַזן" — ווערט באַשטעטיקט פֿאַר אונדזערע אויגן און אויערן, כאָטש בײַם רובֿ פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווערן, ליידער, געוויסע געשעענישן און דערפֿאַרונגען פֿון יענע שוידערלעכע יאָרן עטוואָס אָפּגעשוואַכט, פֿאַרטונקלט און אײַנגעהילט אין אַ נעפּל פֿון פֿאַרגעסונג. עס זענען אָבער דאָ געוויסע פֿאַקטאָרן וואָס דערלאָזן ניט, אַז עס זאָל אַזוי געשען. דעם ערשטן אויגוסט 1982, מיט 25 יאָר צוריק, האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי, אין פֿאַרלויף פֿון דער ערשטער לבֿנון־מלחמה, אײַנגענומען דעם פֿליפֿעלד פֿון ביירוט. איך בין דאַן געווען אַן אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע און געדענק זייער גוט די דאַטע; און איך באַטראַכט זי ווי איינע פֿון די דעצידירנדיקסטע דאַטע אין דעם וואָס עס פּאַסירט ביזן הײַנטיקן טאָג צווישן אונדז און די פּאַלעסטינער. קען זײַן, אַז וואָס איך שרײַב איצט איז אַ חכמה אחר־המעשׂה, אָבער איך האָב גוטע סיבות אַזוי צו טראַכטן. עס רעדט זיך דאָ נישט, ווי דער לייענער קאָן מיינען, וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער מדינה. די זיכערהייט פֿון דער מדינה איז טאַקע באַדראָט, די גאַנצע 59 יאָר זינט איר אויפֿקום, אָבער נישט איר עצם עקזיסטענץ — אויף יעדן פֿאַל נישט איצט, כּל-זמן דער מאָדערנער המן־הרשע, דער אכמעדינעדזשאַד, איז נאָך נישט פֿאַרטיק מיט זײַן אַטאָמישער באָמבע. דאָ רעדט זיך וועגן דער מלחמה, וואָס דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט, זינט דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל זענען פֿאָרגעקומען צוויי פּאָליטישע איבערקערענישן. די ערשטע — דעם 17טן מײַ 1977, ווען מנחם בעגין האָט באַזיגט יצחק ראַבינען און דער "ליכּוד" איז דאָס ערשטע מאָל געקומען צו דער מאַכט אָנשטאָט דער הערשנדיקער מפּא״י־פּאַרטיי. די צווייטע איז פֿאָרגעקומען דעם 14טן יולי 1992, ווען ראַבין איז געוואָרן ווידער פּרעמיער־מיניסטער אויפֿן אָרט פֿון יצחק שמירן און האָט געבראַכט צו די אָסלאָ־אָפּמאַכן. די געשיכטע, ווי מיר ווייסן, איז אַ ריזיקער בית-עולם פֿון מצבֿות אין דער פֿאָרעם פֿון אָנדענק-טעג פֿון "היסטאָרישע פּאַסירונגען" — לויט דער סעלעקציע פֿון יעדן איינעמס אינטערעס, פֿון יעדן איינעמס פּערזענלעכן און קאָלעקטיוון זכּרון. הײַנטיקע וואָך איז "אַנטהילט געוואָרן" נאָך אַ מצבֿה אויפֿן בית-עולם פֿון דער געשיכטע, ס'איז צוגעקומען נאָך אַ דאַטע אויף אונדזער קאָלעקטיוון אָנדענק-לוח: דער 12טער יולי — דער ערשטער יאָרטאָג פֿונעם אויסברוך פֿון דער צווייטער מלחמה אין לבֿנון. |