ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מויני שולמאַן

(סוף פֿון פֿריִערדיקן נומער)

שולמאַן פֿלעגט זיצן אײַנגעהויקערט. זײַן רוקנביין איז געווען אַרומגעזאַפֿט מיט אַ האַרטן לעדערנעם גאַרטל און אַלץ איינס האָט ער געליטן פֿון שטאַרקע ווייטיקן. פֿון זײַטיקע פֿלעגט ער עס אויסבאַהאַלטן. אַזוי, אײַנגעהויקערט, מיטן טעקסט דערנענטערט צו די אויגן, האָט ער געקענט פֿון פֿאַר טאָג ביז שפּעט אין דער נאַכט רעדאַקטירן אַ מאַנוסקריפּט פֿון אַ בוך, די קאָרעקטור־זײַטלעך, די וויאָרסטקע, ביז דער ספֿר פֿלעגט ניט אָנטרעפֿן אין אײַנבונד־צעך.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די קינסטלער ענבר פּינטאָ און אַבֿשלום פּאָלאַק
די אָפּערע "אַרמיד", פֿון קריסטאָף וויליבאַלד גלוק איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין 1777 דורך דער אָפּערע פֿון פּאַריז. הײַנט ווערט דאָס דאָזיקע קונסטווערק פֿאָרגעשטעלט מיט גרויס דערפֿאָלג אין ישׂראל דורך דער היגער אָפּערע. די סענסאַציע, וואָס "אַרמיד" האָט דערוועקט בײַ אונדז, איז, אין אַ גרויסער מאָס, אַ דאַנק די אייגנאַרטיקע ישׂראל־קינסטלער אַבֿשלום פּאָלאַק און ענבר (אינבאַר) פּינטאָ, וואָס זײַנען דאָ פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער רעזשי, כאָרעאָגראַפֿיע, אַנימאַציע קאָסטיומען, און פֿירן אויך אויס די בינע־אײַנשטעלונג.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

הײַיאָר, דעם 13טן דעצעמבער, האָט דער פּרעמיער־מיניסטער אהוד אָלמערט זיך געטראָפֿן מיטן איצטיקן פּויפֿסט, בענעדיקטוס דער 16טער. דעם 30סטן דעצעמבער וועט ווערן 13 יאָר זינט דער וואַטיקאַן האָט אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל.

דעם 30סטן אָקטאָבער 1991 האָט זיך געעפֿנט די מאַדריד־קאָנפֿערענץ — די היסטאָרישע שלום־קאָנפֿערענץ מיט דער באַטייליקונג פֿון אַ דעלעגאַציע פֿון ישׂראל און דרײַ אַראַבישע דעלעגאַציעס: פֿון סיריע, לבֿנון און אַ בשותּפֿותדיקע יאָרדאַניש־פּאַלעסטינער דעלעגאַציע. די קאָנפֿערענץ איז צוזאַמענגערופֿן געוואָרן אונטער דער אַפּוטרופּסות פֿון די פּרעזידענטן פֿון די פֿאַראייניקטעע שטאַטן און דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — דזשאָרדזש בוש (דער פֿאָטער) און מיכאַיִל גאָרבאַטשאָוו.

טעאַטער
פֿון מיכאל בן־אַבֿרהם (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

יוסף בולאָוו (רעכטס) — ראַסקאָלניקאָוו; זלמן הירשפֿעלד (לינקס) — מאַרמעלאַדאָוו אין דאָסטאָיעווסקיס ״פֿאַרברעכן און שטראָף״, בוענאָס־אײַרעס, 1946
זלמן הירשפֿעלד איז געווען טעטיק אויף דער ייִדישער בינע כּמעט 60 יאָר. ער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1902 אינעם קליינעם שטעטעלע סטאַוויסק, ווי דער בן־זקונים בײַ זײַנע עלטערן מיכאל־יעקבֿ און שיינע־שפֿרה. זײַן פֿאָטער איז געווען דער "רופֿא" פֿון שטעטל — "סטאַרשי פֿעלדשער", אַ רופֿא מיט אַ סך דערפֿאַרונג. 6 יאָר האָט ער געדינט אין צאַרישן מיליטער. דערציילט זלמן הירשפֿעלד אין זײַנס אַן אָפּהאַנדלונג וועגן דער געשיכטע פֿון סטאַוויסק א״נ "דאָ איז געשטאַנען מײַן וויגעלע":

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

מויני שולמאַן

ווער זשע איז געווען מויני שולמאַן, וואָס כּמעט אַלע אָנגעזעענע פּראָזאַיִקער האָבן זיך צו אים באַצויגן מיט אַזוי פֿיל אָפּשײַ און אַפֿילו ליבע?

געוואַקסן איז ער אין אַ דורכויס ייִדישער שטוב און, ניט געקוקט אויף די פֿאַרוויסטונגען, וואָס האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך אין די דרײַסיקער יאָרן, האָט ער שטענדיק געטענהט, אַז כּל־זמן ייִדן זײַנען פֿאַרשפּרייט איבער גאָר דער וועלט וועט אונדזער לשון ניט אונטערגיין.

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וועגן רעדן און זאָגן איז פֿאַראַן, ווי באַוווּסט, זייער אַ רײַכער פֿאָלקלאָר. מ'קען אָנשרײַבן — און מ'האָט שוין געשריבן — אויף דער דאָזיקער טעמע גאַנצע דיסערטאַציעס מיט אָן אַ שיעור ציטאַטן פֿון חז"ל, פֿון כּלערליי אייגענע און פֿרעמדע חכמים, פֿון פֿילאָסאָפֿן און פֿון דער פּשוטער און סאַמע טרעפֿלעכסטער פֿאָלקס-חכמה..

קונסט

אַ ייִדיש ייִנגלע

פּרײַטיק דעם 8טן דעצעמבער איז אַוועק פֿון דער וועלט, אין עלטער פֿון 86 יאָר, דער באַקאַנטער קינסטלער, און די לעצטע יאָרן אויך דיכטער, משה בערנשטיין.

ער איז אַוועק פֿון אונדז אומגעריכט, נאָך אַ פּלוצעמדיקער מאָגן־אָפּעראַציע — ווײַל מיט געציילטע טעג פֿריִער איז ער נאָך געווען מיט אונדז, אַזוי ווי יעדן מאָל, אויף דעם רעגולערן צוזאַמענטרעף פֿון דעם קולטור־קרײַז בײַם אַרבעטער־רינג אין תּל־אָבֿיבֿ. ער איז שוין אָבער אין יענע טעג געווען שטאַרק דערשלאָגן, צוליב זײַן שוואַכן געזונט און שלעכטער ראיה, וואָס האָבן אים נישט דערמעגלעכט מער אָנצוגיין מיט דער שאַפֿערישער שליחות, וואָס ער האָט אויף זיך גענומען אין זײַן קינסטלערישן באַרוף: דאָס פֿאַראייביקן אין זײַנע ווערק דעם זכר פֿון דעם גרויסן חורבן;

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

בליומע קאָטיק (1908—1968)
און אירע באַרימטע אָבֿות

וועגן דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "עמעס"־פֿאַרלאַג, א. פֿאַלקאָוויטש, האָט דוד בערגעלסאָן אין זײַן צײַט געשריבן: "דער מענטש וואָס האָט קיין מאָל אין ערגעץ ניט געאײַלט און קיין מאָל אין ערגעץ ניט פֿאַרשפּעטיקט".

ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון לעוו בערינסקי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

וואַלעריע שישקאָוואַ

די דרעזדענער "וואָך" פֿון ייִדישער מוזיק און טעאַטער (ווי אויך ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, מאָלערײַ אאַז״וו) איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ ניט־פּאָליטישער, ריין קינסטלערישער פֿעסטיוואַל. און אַזוי איז עס, קען מען זאָגן, געווען און געבליבן ביזן הײַנטיקן יאָר. דאָס מאָל האָט די פּאָליטיק אַרויסגעקוקט פֿון יעדן ווינקל אין זאַל און אויף דער בינע; און ניט אַזוי פֿון די פּיעסעס, לידער און לייענונגען, ווי אין קאָפּ און אין האַרצן בײַ די אַרטיסטן און דעם צושויער. צוויי פֿאַקטן, ווי צוויי וועגווײַזערס, האָבן באַשטימט די געדאַנקען און די עמאָציעס: דער ניט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקטער (אָדער נאָך ניט פֿאַרענדיקטער?) צווייטער ישׂראל־לבֿנונישער קריג, און דער רעזולטאַט פֿון די וואַלן דעם 17טן סעפּטעמבער אין דעם "דײַטשן בערווינקל" מעקלענבורג־פּאָמעראַניע (Meklenburg-Pomeranie); שוין דאָס צווייטע לאַנד אין דער בונדעס־רעפּובליק, וווּ אין דעם פּאַרלאַמענט זײַנען אַרײַן דעפּוטאַטן פֿון דער עקסטרעם־רעכטער NDP־פּאַרטיי. אין זאַקסען, גענויער געזאָגט אין דרעזדען, זיצן די נעאָ־נאַציסטן אין דעם לאַנדטאַג שוין פֿולע צוויי יאָר.

פּאָליטיק
פֿון אַבאַ גפֿן (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דעם טאָג וואָס ישׂראלס פּרעמיער אהוד אָלמערט האָט זיך געטראָפֿן אין וואַשינגטאָן מיט פּרעזידענט דזשאָרדזש בוש, האָט זיך פּובליקירט זײַנס אַן אינטערוויו אין דער פּאַלעסטינער צײַטונג "אַלקודס", וואָס גייט אַרויס אין מיזרח־ירושלים. צווישן אַנדערע, האָט אָלמערט געזאָגט אין זײַן אינטערוויו, אַז די לייזונג פֿון קאָנפֿליקט וועט פֿאָרקומען מיט דער אַנטשטייונג פֿון דער פּאַלעסטינער מדינה, און צוגעגעבן אַ ווײַט־גייענדיקע דעקלאַראַציע, אַז ער איז גרייט צו אונטערהאַנדלען אַפֿילו מיט "כאַמאַס", אויב זיי וועלן אָנערקענען ישׂראל.

ייִדיש־וועלט, געשיכטע
פֿון מישע לעוו (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

אלי פֿאַלקאָוויטש (1898—1979)

וועגן דעם הויפּט־רעדאַקטאָר פֿון "עמעס"־פֿאַרלאַג, א. פֿאַלקאָוויטש, האָט דוד בערגעלסאָן אין זײַן צײַט געשריבן: "דער מענטש וואָס האָט קיין מאָל אין ערגעץ ניט געאײַלט און קיין מאָל אין ערגעץ ניט פֿאַרשפּעטיקט".

פּאָליטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

עס האָט ווידער אַ פֿינקל געטאָן אַ ליכט-שטראַל פֿון באַנײַטער האָפֿענונג פֿאַר ייִדן, פֿאַר די ישׂראלים בפֿרט: אַ נײַע ישׂראלדיקע איניציאַטיוו זיך אַרויסצוקריגן פֿון דעם טעמפּן ווינקל, אין וועלכן עס איז פֿאַרשטעקט דער ישׂראל-פּאַלעסטינער שלום-קאָנפֿליקט נאָך דער באַרויִקונג אויפֿן צפֿון; אַ נײַער פּרוּוו אָפּצושטעלן די פּאַלעסטינער "קאַסאַמען"-אָפֿענסיווע און צו באַזײַטיקן — כאָטש צײַטווײַליק, און אפֿשר אויף להבא — דעם קאָשמאַר פֿון טעראָר און דעם פּחד פֿאַר דער אָפּוואַרטנדיקער נײַער מלחמה.